בלאט 31 פון 214

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:18 pm
דורך יהורם דעם איידעלע
איך האב זייער ליב אידישע שמוזעריי. גראדא פונקט בין איך אהן קיין שום חסידישע בלוט. סיי פון מיין טאטע סיי פון מיין מאמע. איך בין אינגאנצען א ליטוואק וואס האט געלערענט אין אני חסידישע חדר איידער מ'האט מיר געשיקט אין מתיבתא. יעצט גלייך איך אקוקגעבען אין קאווע שטיבעל און אמאהל האב איך עפעס מוסיף צו זיין אין א שמועס.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 11:29 am
דורך צוקלאפטע הושענא
ניקלשבורג האט געשריבן:איך בין נישט קיין נייער חבר אין אונזער קהילה "קאווע שטיבל" נאר איך פיל פאר וויכטיג צו זיך רעגעסטרירן מיט די נאמען, כדי אז ווען עס קומט אויף סיי וועלעכע נושא וואס האט א שייכות מיט ניקלשבורג זאל איך קענען אונטער די נאמען איבער געבן וואס די בליק פון א ניקלשבורגער חסיד איז אויף די נושא, אן דארפן שרייבן איך האב געהערט פון מיין חבר אזוי ווי געעוויסע טוהן ביי זייער חסידות.

שוין א לענגערע צייט וואס צימעס מוטשעט זיך פינאנציעל, די אשכולות טרוקען און טויט, ממש א טרויער אריינצוגיין דארט, עס פילט זיך דארט וי א מאסען קבר און עס פעלט שוין טאקע אויס אפאר רחמנים בני רחמנים זאלען אריינשיינען א טל של תחייה אונעם צימעס אפטיילונג, להשקות צמאי חסידיך ולהחיות הצימעס היבשות דער עולם ווארט שוין אויף עפעס א זאפטיגס נישט קיין חילוק וואס, ניקלשבורג, אלכסנדר מוקדון, באבוב -45,48 סאטמר, ארמארי און פלייש געשעפט, עני טיים וואס נאר עפעס א געשרייבעכץ וועט זיין גוט חשוב ומקובל ומרוצה
מיר ווארטען בכליון עינים.
כהאב שיעור פארגעסען צו זאגען אז אויף ר' אביש ספינקער מעג מען אויך אביסל אפצימעסען, מוועט נישט גיין אין גיהנום פאר דעם בלויזע חטא ס'איז דא און מיר האבן שוין געהרט עפעס ערגער פון דעם אויך.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:22 pm
דורך lazar
איך בין א יונגערמאן אין די מיטעלע פערציגער יארן, איך געהער צו איינע פון די סאטמארע פראקציעס, איך פארמאג אין מיר א שרייבערישע טאלאנט, און אזוי אויך פארמאג איך נאך פארשידענע זעלטענע טאלאנטן מיט וואס דער בוכ"ע האט מיר באשאנקען, איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין 'קאווע שטיבל' נאכדעם וואס איך האב באקומען א לינק פון א גוטן חבר אהער, און איך שפיר אז איך קען צוגעבן מיין טייל אינעם בליהונג פונעם פלאץ.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:36 pm
דורך אבני שיש
איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק טריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון repercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:40 pm
דורך א איד
אבני שיש האט געשריבן:איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:41 pm
דורך געוואלדיג
נו עס שטייט דאך שוין והיה כאשר תרוד ופרקת עולו וגו'

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:43 pm
דורך נופת צופים
א איד האט געשריבן:
אבני שיש האט געשריבן:איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד

אפשר מיינט ער תדיר.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:48 pm
דורך א איד
ליין עס דורך אין זיי מיר מסביר ווי עס שטימט תדיר

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 4:51 pm
דורך אבני שיש
א איד האט געשריבן:
אבני שיש האט געשריבן:איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד


ייש"כ. מתוקן געווארען. (נישט 'מסוכן', רייט?)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 6:17 pm
דורך נופת צופים
א איד האט געשריבן:ליין עס דורך אין זיי מיר מסביר ווי עס שטימט תדיר

טעיק איט וויט עי גרעין אוו סאלט.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 7:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
לאז מנוחה, קומט א גאסט, זאג א שיינע העלא, נישט ס'פעלט דיר א קנעפל.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:20 pm
דורך יענקל האניג קוועשער
איר האט געבעטען איך זאל שרייבן וועל איך שרייבן איך וויל ווערן א חבר אין קאווע שטיבל ווייל איך האב געליינט אסאך אשכולות אין זייער הנאה געהאט איך וואלט פשוט געוואלט קענען צילייגן מיינע געדאנקען

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 8:26 pm
דורך איך אויך
נופת'ל זיי עם שיין מקבל פנים.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:25 pm
דורך נופת צופים
אז איך בין דער האניג און ער איז דער קוועטשער, וואס איז נעקסט?

שלום עליך ר' יענקל. קומט אריין און מאך דיר באקוועם. אונז ווארטן מיר צו הערן פון דיר.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:36 pm
דורך איך אויך
איך זעה אויף דיין בילד אז דו האסט שוין א האניג קוועטשער אבער ווייסט דאך געוויס די טעם וואס מען זאגט נאך אין א''י פארוואס עס איז געוועו צוויי לוחות.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 9:57 pm
דורך נופת צופים
נו פארוואס טאקע? ווייל @איך אויך?

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 3:12 pm
דורך טרובען קוועטשר
I a 20 year old bucher and i enjoy reading all types of articles about all types of topics
So i will probl be making a de conents hear and the

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 3:12 pm
דורך געוואלדיג
.

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:27 pm
דורך איך אויך
נופת צופים האט געשריבן:נו פארוואס טאקע? ווייל @איך אויך?

וויפיל קאסט עס? אה בחינם גיב אהער צוועי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 1:23 am
דורך פריעד באטשי
אזוי ווי איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם מוראדיגן שטיבל וואס איז מלא תוכן און רייך אין ידועות וכו׳ וכו׳ און איך האב בעצם זייער שטארק הנאה געהאט ממש ווי איך בין נאר געגאנגען און געליינט, און איך האלט אז איך קען צוגעבן צום שטיבל פון מיינע ידועות האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן און דא בינעך א יונגע צוציק אין מיינע צוואנציגער יארן

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:35 am
דורך משבק
יונגער צוציק אדער באטשי?

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:05 pm
דורך טוב
קלארשטעלו א זייטיגע בליק אויף נושאים און קאווע צימער, וויבאלד עס הערשט א שטארקע צימישעניש ליידער צווישן אחינו בני ישראל הנמצאים בצרה ובשביה, און וואלטן געקענט ביישטיין צו האבן א קלארן בליק

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 2:09 pm
דורך עזריאל
פריעד באטשי האט געשריבן:אזוי ווי איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם מוראדיגן שטיבל וואס איז מלא תוכן און רייך אין ידועות וכו׳ וכו׳ און איך האב בעצם זייער שטארק הנאה געהאט ממש ווי איך בין נאר געגאנגען און געליינט, און איך האלט אז איך קען צוגעבן צום שטיבל פון מיינע ידועות האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן און דא בינעך א יונגע צוציק אין מיינע צוואנציגער יארן

שלום עליכם אונזער נייער חבר [tag]פריעד באטשי[/tag], ס'קוקט אויס ווי דער ברענגט טאלאנט צום טיש, אונז האף מיר וועסט אונז מהנה זיין מיט דיינע ידועות.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך.