בלאט 32 פון 66

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ערעב יוד, איך וויס נישט צי די ביסט טאקע בלינד,אדער די מאכסט דיך, איך רעדט פין סידור קידושין ווי ר אהרן פורבירט מיטן טעראר נישט צי צילאזן אז אזאלי זאל פאלגן א פסק פין ר חיים דוד, איך פארשטיי אז ביי דיר(הגם די ביסט נישט קיין ארוני...) האלסטי אז ר"א איז מרה דאתרא אין סאיז נישט מעגליך מחולק צי זיין דערויף, אפילו אליהו הנביא זאל קימען אין זאגן אז ער איז נישט, אבער די זאליס האבן אייגענע דיינים אין זיי זאגן אז ער נישט מרה דאתרא, אין דאס לאזט נישט ר"א אז א זאלי זאל פאלגן אן אייגענע דיין,

ווער לאזט נישט די זאליס פאלגן זייערע דיינים? ר' געציל האט געפסקט פאר זיינע מענטשן נישט צו גיין צו אזעלכע חתונות וואס ער האלט ס'איז קעגן די הלכה

די פראבלעם איז נאר, אז ר געציל האט קיינמאל נישט געזאגט אז ממעג נישט גיין, אזא פערד האלט ער נישט ביים זיין פאר זיי, אבער ער ווייסט זייער גיט אז מניצט זיין נאמען מיט א צעטיל אז סגעווען אסיפה בהשתתפות הדומץ, אין יעצט טיט מען וואס אלע רביס טיען, מכאפט א שטיל שווייגעניש, אין מזאגט איך ווווועיס נישט וואס טיט זיך, כמיין פין ווי זאל ער טאקע וויסען, ער פליט דאך אין הימל,

דו האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך, ר' געציל איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט די איסור פאר 10 יאר צוריק, און עד היום הזה ווען איינער גייט אים פרעגן צו ער מעג אהין גיין צוליב סיי וועלכע סיבה, איז נישט דא קיין פאל ווען ער איז עס מתיר.

פערצופאל יעצט ביי די מיטונג האט ער עס נישט אויפגעברענגט

דאס קענסט איינרעדן פאר א צווייטן, איך אליינס בין אריין צי אים ציזאמען מיט נאך א יוד וואס איך האב אים געוואלט איבערצייגן וואס ר געציל האלט באמת, געדרייט אהער אהין, ווען מהאט אנגעהויבן צי דריקן צין וואנט, זיך אינטערגעשמיכעלט אין געזאגט טי וואס דיר פארשטייסט, אין ציגלייגט זעי נאר סזאל דיר נישט שאטן פאר פרנסה, זינט יענער איז איינגעשטעלט אין די מוסדות, אין ער אז ניטמאל געווען אזא נאנטער קרוב,

ר געציל איז נישט אויפגעקימען מיט גארנישט, ער די שטערקסטע קאנאן וואס מניצט אים אלס א חלק פין די סטראטעגיע מיט וואס זיי ארבעטן יעצט, אין ר געציל האט עס נאך קיינמאל נישט געזאגט אז מטאר אדער סאיז אפילו בעסער מזאל זיך נישט משתתף זיין, די מהלך האבן די טעראריסטן אויפגעקומען פאר 10 יאר צוריק, אין יעצט האט מען שוין געמאכט אן אפיציעלע קהל צעטיל דערפין,

אגב איך קען א יוד וואס איז אריין צים צדיק אליינס פרעגן ביי זיין ברידערס חתונה, אין ר"א האט אים געזאגט בשום אין אופן נישט, זיין ארוניזם האט דענמאלס געכאפט א שאקל, ער האט נישט געגלייבט אז ר"א גייט אים נישט געבן קיין רשות זיך משתתף צי זיין ווען זיין טאטע מאכט חתונה א קינד, ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף גיין פרעגן רשות , אלס געטרייער חסיד האט ער באשלאסן צי פרעגן, איןמער האט אנטערגעשאצט דעם נארסיסט,

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:איך זע דו און נאך אסאך זענען אביסל צומישט.

מרעדט דא פון צוויי באזינדערע קארט קעיסעס.

די ערשטע איז געווען גלייך אנהייב פון די מחלוקה, ווען מ'איז געגאנגען אין קארט איבער די נכסי הקהילה, מיטן טענה אז די קהילה באשטייט פון א באורד פון ערוויילטע מענטשן, מיט א פרעזידענט און א וויצע פרעזידענט, וואס זיי זענען בעה''ב אויף די קהילה, און די רבי אז בלויז די גייסטליכע פירער, ממילא אפילו לו יצייר די בר''מ האט יא ארויסגעווארפן בערל פר''מ איז עס נישט אינטער זיין אויטעריטעט און ער איז ווייטער בעה''ב אויף די בנינים.

די קאורט קעיס וואס דו רעדסט איז די צווייטע, וואס די ארוינים האבן גערופן ''הצלת רבינו'' און די זאליס האבן עס גערופן ''רבן דקרו'' וואס דאס איז געווען הערשט תשס''ה, ווען מ'איז געגאנגען אין קאורט אז אזויווי די בר''מ איז שוין אלט און דארף צוקומען צו מענטשן, און דא האבן זיך אריינגעזעצט א כאפטע מענטשן ביי אים אין שטוב און מאכן סעלעקציעס ווער עס קען יא אדער נישט צוקומען, ממילא זאל זיך די קאורט אריינמישן און מאכן סדר.

למעשה האט די דשאדזש געוואלט רעדן מיטן בר''מ אליין, אבער פארשטייט זיך אז די שטוב מענטשן האבן נישט געוואלט צולאזן אזא זאך אז די בר''מ זאל אליינס רעדן מיטן שופט, ממילא האט די דשאדש געשיקט א סובפינע פארן בר''מ, וואס האט גוט אריינגעשפילט אין די הענט פון די זאליס אז מהר''א רופט זיין טאטן אין קאורט.

וואס אגב, געדענקט זיך נאך גוט די ווערטער פון ר' מאיר בראנסדארפער, בשעת ר' יצחק טובי' ווייס האט צאמגעשטעלט א קול קורא קעגן מהר''א, און ווען ס'איז געקומען די רייע אויף ר' מאיר אינטערצושרייבן האט ער עס גענומען און צופליקט און געזאגט ''ווען איינער לאזט מיך נישט אריין צו מיין טאטן, רוף איך משטרה''....

סאו די שטותים וועגן די חתונה מיט קאורט איז געווען הערשט ביי יואל גלאנץ'ס חתונה אום תשס''ה.

יעצט וועגן די ריקארדינג, איז געווען ביים בר''מ אין שטוב (יעדע יאר בעפאר ראש השנה האט מען געמאכט א אקציע זיך אריינצוברעכן ביים רבי'ן אין שטוב כדי מהר''א זאל זיך קענען וואונטשן מיטן טאטן) איך האב נישט געהערט די ריקארדינג, די ארוינים האבן ארומגעשיקט א קונטרס אויף פאסט אינטערן נאמען הצלת רבינו ווי ס'איז געווען אפגעטייפט די גאנצע שמועס ווארט ביי ווארט.

קיינמאל נישט געהערט פין די איינברעכערי, כהאב אז די האסט עס יא געהערט.. איך גלייב אז ווען סוואלט געווען א רעקארדירונג וואלט עס ארימגעפארן, נאכשרייבן ווארט ביי ווארט קען איך אויך אויף סיי וואס די ווילסט,

אוואדע רעד איך פין די קהל קאורט קעיס, אין נאכמאל, איך גלייב עס פינקט ווי די מיט ר אהרן אין ר געציל אינאיינעם גלייבן אז ס'איז דא א הלכהדיגע פראבלעם זיך משתתף צי זיין ביי חתונהמאין מאיר צבי, איך זאג נאר וואס די אפיציעלע אנטווארט פין די זאליס אויף די גאס איז דאן געווען,

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:11 pm
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דאס קענסט איינרעדן פאר א צווייטן, איך אליינס בין אריין צי אים ציזאמען מיט נאך א יוד וואס איך האב אים געוואלט איבערצייגן וואס ר געציל האלט באמת, געדרייט אהער אהין, ווען מהאט אנגעהויבן צי דריקן צין וואנט, זיך אינטערגעשמיכעלט אין געזאגט טי וואס דיר פארשטייסט, אין ציגלייגט זעי נאר סזאל דיר נישט שאטן פאר פרנסה, זינט יענער איז איינגעשטעלט אין די מוסדות,

ר געציל איז נישט אויפגעקימען מיט גארנישט, ער די שטערקסטע קאנאן וואס מניצט אים אלס א חלק פין די סטראטעגיע מיט וואס זיי ארבעטן יעצט, אין ר געציל האט עס נאך קיינמאל נישט געזאגט אז מטאר אדער סאיז אפילו בעסער מזאל זיך נישט משתתף זיין, די מהלך האבן די טעראריסטן אויפגעקומען פאר 10 יאר צוריק, אין יעצט האט מען שוין געמאכט אן אפיציעלע קהל צעטיל דערפין,

אגב איך קען א יוד וואס איז אריין צים צדיק אליינס פרעגן ביי זיין ברידערס חתונה, אין ר"א האט אים געזאגט בשום אין אופן נישט, זיין ארוניזם האט דענמאלס געכאפט א שאקל, ער האט נישט געגלייבט אז ר"א גייט אים נישט געבן קיין רשות זיך משתתף צי זיין ווען זיין טאטע מאכט חתונה א קינד, ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף גיין פרעגן רשות , אלס געטרייער חסיד האט ער באשלאסן צי פרעגן,

אקעי, איך האב נישט קיין כח צו די שקרים, איך האב אויך מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי מיין גאר נאנטע קרוב משפחה האט ממש געוויינט מזאל אים לאזן גיין, זינט ער האט א אלטע מאמע וואס ס'וועט איר מוראדיג מצער זיין אז א האלבע משפחה קומט נישט, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן. אז דו ווילסט דוקא קען איך דיר שיקן פריוואט די נעמען.

חוץ מזה דארף מען זיין א גרויסע תם, בעסער געזאגט א טיפיקל זאלי, צו גלייבן אז אין 2021 איז נאך דא אידן וואס גייען נישט צו די אייגענע געשוויסטערס חתונות בשעת ר' געציל מאכט אליינס ליצנות פון דעם...

קאם אן! סטאפ די נאנסענס ליגנטס! זאג כאטש ליגנטס וואס מאכן סענס....

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:12 pm
דורך מיליאנער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פין די איינברעכערי, כהאב אז די האסט עס יא געהערט.. איך גלייב אז ווען סוואלט געווען א רעקארדירונג וואלט עס ארימגעפארן, נאכשרייבן ווארט ביי ווארט קען איך אויך אויף סיי וואס די ווילסט,

אוואדע רעד איך פין די קהל קאורט קעיס, אין נאכמאל, איך גלייב עס פינקט ווי די מיט ר אהרן אין ר געציל אינאיינעם גלייבן אז ס'איז דא א הלכהדיגע פראבלעם זיך משתתף צי זיין ביי חתונהמאין מאיר צבי, איך זאג נאר וואס די אפיציעלע אנטווארט פין די זאליס אויף די גאס איז דאן געווען,

גלייב עס נישט, ביזט גערעכט דארפסט נישט גלייבן זאכן וואס דו ווילסט נישט, אבער אגב איך קען דיך יעצט פארהערן איבער די היסטערי פון סאטמאר פון תשנ''ט ביז תשס''ו?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:וואס טעראר שמעראר,
וואס האקסטו אין קאפ אריין,
רעצט לגמרי נישט צום דבר, במחילת כבודך,
די זאליס פייפן זיך שוין אן מיט ריזיגע טראמפייטערס אויף די אהרונים שוין 20 יאר צו וויפיל,
קיינער רעט זיך נישט איין אז איינער דערשרעקט זיך פון די אהרונים,
קיינער,
נישט די זאליס און נישט די אהרונים,
דער באשוליגונג פון "טעראר" האט שוין לאאאאאאאאנג פארלאזט די סטאנציע,
(צוליב דעם זעהט מען טאקע באשיינפערליך ווי די אהרונים זענען קאלט צו די מערכה, ווי דער דיין האט זיך טאקע אויסגעדרוקט)
די זאליס האבן די וועלטס געלט און ריסארסעס צו האבן אלעס אייגענס,
אדרבא, די זאליס זיצן אין ווארטן בכליון עינים פאר א אפערטוניטי צו ווייזן די וועלט אז זיי פייפן זיך אן,
זיי פרייען זיך און זענען בשמחה גדול ווען ס'קומט זיי אונטער אזא נארהאפטיגע געלעגנהייט,
געב א קוק וואס האט פאסירט ממש לעצטע וואך,
ווי נאר די אהרונים האבן געזאגט אז זיי קענען נישט געבן זייערע זאלן שבת פאר די פורצים (לשיטתם),
ס'האט נישט געדארט קיין ליאדע מינוט,
און די זאליס האבן אויפגעשפרינגען פון זייער הויט אז זיי האבן אייגענע,
וואס מיינסטו, איז עס דען נישט געווען פרידקטעבל?
קיינער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז סהעט עפעס אנדערש פאסירן,
נאר וואס דען די אהרונים האבן עס געטאן פשוט ווייל זיי קענען נישט זיין קיין היפאקריטן,
און אויב די זאליס מאכן אייגענע זאלן, געזונטערהייט,
אונז טוה מיר דאס אונזעריגע, אני בתומי אלך,
למשל אין בארא פארק די רבנים וואס זענען שארף נגד העירוב דינגען נישט ארויס זייערע זאלן צו עירוב טראגערס שבת,
קיינער חלומ'ט נישט אז מיט דעם גייען זיי איינעם משכנע זיין,
נאר וואס דען, ער מוז זיין קאנסיסטענט,
אדער אהער אדער אהין,
אויב האלסטו אז טראגן איז חילול שבת, וואסערע פנים האט עס אז טראגערס גייען און קומען מיט קערידשעס פון דיין אייגען זאל אום שבת,
די זעלבע דא, אויב דער דיין פסק'נט אז דער סידור קידושין איז א פירצה,
האט נישט קיין פנים אז די זעלבע פורצים זאלן פראווען דער זעלבער שמחה און די קהילה'ס אייגענע זאלן,
ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס,
איבערהויפט אז ענק קענען און זענען גאר שטארק ציפרידן צו האבן אייגענע זאלן,

ממילא הדרא קושיא לדוכתא,
ר' חיים דוד צו אנדערע זאלי דיינים האט דאך קיינמאל נישט געפסק'נט אז ר' אהרן "טאר נישט" מסדר קידושין זיין אין די נייע זאלי זאל אין קרית יואל.

נו וואס פייניקסטע די מענטשהייט מיטן זיך עקש'נען אז דוקא נאר ר' זלמן לייב,
וואס גייט דיך אן אז איינער האט א משוגעת צו בעטן רשות פון ר' אהרנ'ען,
יענער איז עפעס עובר א הלכה? ס'עפעס א פראבלעם מיט די קידושין?
ער'ט דיר עפעס צינעמען?
סתם פאלנע בעיביס, וואס ווירטשאפטן אן פירוד לבבות ביי משפחות, ממש על לא דבר,
טאקע אקוראט וויזוי ר' זלמן לייב האט געטאן מיטן ברך משה זצ"ל רח"ל
ווי אנדערע ערווענען דא מיט רעכט

יא גערעכט, קיינער טעראזירט נישט, מלייגט נישט קיין פרעשור צי טוישן זאלן, איין צד ניצט אויס יעדע מעגליכקייט וואס זיי האבן איינציטילן די צווייטע צד וועמען צי נעמען אלס מסדר קידושין, אבער די אנדערע זייט מאכט אן די מחלוקת, גיי אן מיט דיין תמעוואטע שפיל, איך געדענק נאך ווען סגעווען אן אסיפות הדיינים נאר צי מעלדן די דעת תורה אין קהל געט נישט ארויס קיין שים צעטיל,

אגב, פארוואס האט מען נישט ארויסגעבן א איסור צי משתתף זיין ביי אלע זאלונישע זאלן אין וויליאמסבורג? ער האט נישט קיין פראבלעם אז זיינע מענטשן גייען צי א פלאץ ווי הונדערטער יודן עסן טרפות יעדע נאכט??

איך ווארט נאך צי הערן, פארוואס דער צדיק וואס מיינט באמת נאר די תורה הקדושה, זאל נישט געבן רשות פאר אלעמען אין מיט דעם מונע זיין הונדערטער פסולע קדושיןס?? איז כבוד עצמו אים וויכטיגער ווי די הונדערטער פסולע קדושיןס אין טויזנטער ממזרים וואס קען ארויסקומען?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט פין די איינברעכערי, כהאב אז די האסט עס יא געהערט.. איך גלייב אז ווען סוואלט געווען א רעקארדירונג וואלט עס ארימגעפארן, נאכשרייבן ווארט ביי ווארט קען איך אויך אויף סיי וואס די ווילסט,

אוואדע רעד איך פין די קהל קאורט קעיס, אין נאכמאל, איך גלייב עס פינקט ווי די מיט ר אהרן אין ר געציל אינאיינעם גלייבן אז ס'איז דא א הלכהדיגע פראבלעם זיך משתתף צי זיין ביי חתונהמאין מאיר צבי, איך זאג נאר וואס די אפיציעלע אנטווארט פין די זאליס אויף די גאס איז דאן געווען,

גלייב עס נישט, ביזט גערעכט דארפסט נישט גלייבן זאכן וואס דו ווילסט נישט, אבער אגב איך קען דיך יעצט פארהערן איבער די היסטערי פון סאטמאר פון תשנ''ט ביז תשס''ו?

גערן, הייב אן איך וועל פרובירן צי ענטפערן ביז וויפיל צייט אין נערוון איך האב,

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דאס קענסט איינרעדן פאר א צווייטן, איך אליינס בין אריין צי אים ציזאמען מיט נאך א יוד וואס איך האב אים געוואלט איבערצייגן וואס ר געציל האלט באמת, געדרייט אהער אהין, ווען מהאט אנגעהויבן צי דריקן צין וואנט, זיך אינטערגעשמיכעלט אין געזאגט טי וואס דיר פארשטייסט, אין ציגלייגט זעי נאר סזאל דיר נישט שאטן פאר פרנסה, זינט יענער איז איינגעשטעלט אין די מוסדות,

ר געציל איז נישט אויפגעקימען מיט גארנישט, ער די שטערקסטע קאנאן וואס מניצט אים אלס א חלק פין די סטראטעגיע מיט וואס זיי ארבעטן יעצט, אין ר געציל האט עס נאך קיינמאל נישט געזאגט אז מטאר אדער סאיז אפילו בעסער מזאל זיך נישט משתתף זיין, די מהלך האבן די טעראריסטן אויפגעקומען פאר 10 יאר צוריק, אין יעצט האט מען שוין געמאכט אן אפיציעלע קהל צעטיל דערפין,

אגב איך קען א יוד וואס איז אריין צים צדיק אליינס פרעגן ביי זיין ברידערס חתונה, אין ר"א האט אים געזאגט בשום אין אופן נישט, זיין ארוניזם האט דענמאלס געכאפט א שאקל, ער האט נישט געגלייבט אז ר"א גייט אים נישט געבן קיין רשות זיך משתתף צי זיין ווען זיין טאטע מאכט חתונה א קינד, ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף גיין פרעגן רשות , אלס געטרייער חסיד האט ער באשלאסן צי פרעגן,

אקעי, איך האב נישט קיין כח צו די שקרים, איך האב אויך מיטגעהאלטן פון דער נאנט ווי מיין גאר נאנטע קרוב משפחה האט ממש געוויינט מזאל אים לאזן גיין, זינט ער האט א אלטע מאמע וואס ס'וועט איר מוראדיג מצער זיין אז א האלבע משפחה קומט נישט, און ס'נישט געווען צו וועם צו רעדן. אז דו ווילסט דוקא קען איך דיר שיקן פריוואט די נעמען.

חוץ מזה דארף מען זיין א גרויסע תם, בעסער געזאגט א טיפיקל זאלי, צו גלייבן אז אין 2021 איז נאך דא אידן וואס גייען נישט צו די אייגענע געשוויסטערס חתונות בשעת ר' געציל מאכט אליינס ליצנות פון דעם...

קאם אן! סטאפ די נאנסענס ליגנטס! זאג כאטש ליגנטס וואס מאכן סענס....

יא שיק מיר ביטע די נעמען אין אישי איך וויל עס מברר זיין,

ר געציל מיז נעבעך מיט שפילן די געים, עכ"ז האט ער נאך קיינמאל נישט געזאגט ברבים אז מטאר נישט זיך משתתף זיין, איך גלייב ווען מגייט אים פרעגן פריוואט שפילט ער מיט לויט ווער די פרעגער איז, ער האט דאך יארן עקספיריענס מיט דיפלאמאטישע שפילערייען נישט אימזינסט איז ער נישט פארפיינטעט געווארן אזוי ר" א,

מיין עקספיריענס איז געווען, אז ער האט נישט געוואלט זאגן אז ס'איז אסור, אז סוועט קימען איינער פרעגן וואס ער וועט וויסן אז סקען בעקפיירען אויב געט ער רשות, וועט ער אוודע נישט געבן, אין איך פארשטיי אים איך וויס נישט צי איך וואלט בייגעשטאנען די נסיון,

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 5:53 pm
דורך berlbalaguleh
טשאדעלע באדעלע: דאס אז ר' געצל קומט נישט ארויס שרייען בקרית חוצות אז סיי ווער ס'ווילל קען קומען און מסדר קידושין זיין אין שטעטל איז ווייל ער ווילל זיין ..."דיפלאמאטיש"... אדער ער ווילל טאנצן אויף 2 חתונות...! נאר ווייל ער האלט באמת אז דאס איז דער מנהג וסדר העולם. דאס פאלט דיר גארנישט איין...! ווייל מיט דעם (אז מ'דארף נישט נעמען רשות פונ'ם מרא דאתרא) צוברעכט מען דעם כח הרבנות. דאמאלס איז דער רב גארנישט מער ווי א טעקסי דרייוער. אדער א געשעפט אייגנטומער.

אויב ס'געפעלט מיר נישט וואס דער רב זאגט וועלל איך מיר ברענגען מיין אייגענעם רב....! נו. וואספארא פנים וואלטן מיר געהאט...?!

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 6:18 pm
דורך מיליאנער
איך האב הנאה פון די זאליס.

זיי ניצן א פסיכאלאגישע וואפן בשעת א דעבאטע מיט א ארויני דהיינו, ''האלאו, דו ווייסט ביזט א לוזער? איך האב אליינס גערעדט מיט צענדליגע ארוינים, זיי לאכן אריין! דיינים? ''איך האב גערעדט מיט 2 ארוינישע דיינים! איך האב גערעדט מיט ר' געציל! מיט מהר''א אליינס! יעדער איינער איז שוין געקומען צום שכל, נאר דו ביזט נאך פארמאכט אין דעי באבל! די גאנצע ארויניזם איז א סקעם וואס האלט ביים פלאצן, יעדער האט שוין איינגעזען די אמת, קום ארויס פון דיין באקס....!

ולשבחם יאמר, ס'איז גאר א גוטע סטראטעגיע, די ארויני שטייט נעבעך אזוי פארלוירן.... וואס זאל ער ענטפערן? אז ער האט גערעדט מיט ר' חיים דוד כ''ץ? מיט א זאלישע מגיד שיעור? מיט זאלישע חבירים? ער האט דאך נישט גערעדט! וואס זאל ער טון? זאגן אז ער האט יא...?

איי די ארויני וואס לעבט מיט ארוינישע חבירים, פרעגט ארוינישע דיינים, גייט אריין צו מהר''א כסדר, ער רעדט זיך נעבעך איין אז דער עולם אז ווארעם פאר די זאך, די זאלי אבער, ער ווייסט אינסייד אינפא אז יעדער לאכט פון די איסור, יעדער ווייסט אז מהר''א קען נישט לערנען, יעדער ווייסט אז די בר''מ האט פיינט געהאט מהר''א ..... ודו''ק

איך מיין דא לאו דוקא טשאדעלע, איך האב דעיס שוין מיטגעהאלטן סיי דא אומצאליגע מאל און סיי לייוו.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 6:43 pm
דורך גאלד
כ'וויל דא מאכן א דיסקלעימער,
ראשית, איך טריי זייער שטארק צו נישט איבערקייען נאכמאל און מעלה גרה זיין דעם זעלבער ארגומענט,
אויב איינער ענטפערט מיר עפעס וואס יענער האט שוין ערווענט טויזנט מאל,און איך האב עס שוין אדרעסירט,
האב איך קיין ברירה און איך מוז איגנארירן, און איך לאז יענעם האבן דאס לעצטע ווארט. הארצן גערן.
שנית, פרוביר איך זייער שטארק זיך צו האלטן צום נושא,
אויב נעמט מען זיך רעדן פון עפעס שלא מן הענין,
פרוביר איך עס צו מחזיר זיין ליושנה,
ואחרון, ווען איינער נעמט זיך מיט נארישע פערזענליכע טשעפערייען,
טשעק איך אינגאנצן ארויס,
ערווארט נישט קיין שום אנטווארט פון מיר,

יעצט לענינינו... (אינעם נעקסטן תגובה)

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 7:01 pm
דורך גאלד
איין פונקט,
דאס אז ר' אהרן זאל געבן רשות פאר יעדן אזוי זאל נישט זיין קיין פסול'ע קידושין.
שטימט פשוט נישט מיט די יסוד פון דעם גאנצן תקנה,
הער גוט אויס וואס דער דיין זז"ג זאגט,
דער יסוד פון דעם תקנה איז נישט צו היטן פארן כבוד פונעם מרא דאתרא,
אדער מ'זאל איהם נישט מקפח זיין,
לגמרי נישט,
דער יסוד איז ווי דער דיין האט געזאגט,
"זאל נישט זיין קיין הפקר וועלט",
נו וואס ווילסטו ר' אהרן זאל גאר געבן א יד לפושעים,
און גאר זיין דער מכשיר פון דעם "הפקר וועלט"?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 7:13 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:איין פונקט,

אין ווילימסבורג בארא פארק מאנסי גייט פאר א שרעקליכע הפקר וועלט? ווען רזל מסדר איז עס א ערגערע הפקר וועלט ווי ר זיידל קרעטשניפער?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 7:31 pm
דורך גאלד
הער מיך אויס, די קשיא איז נישט אין קרית יואל די קענסט די זעלבע קשיא פרעגן בכלל אויפן גאנצן תקנה פון ר"ת מיטן שבות יעקב און תשובות דבר"י וכו' וכו'.
היתכן דער זעלבער מענטש איז אין איין פלאץ איז עס א פירצה און א אנדערע מקום איז עס כשר וישר.
ס'א גוטע קשיא, אבער כ'גיי דיר נישט ענטפערן מיט קיין אייגענע סברות,
רשות בידך צו עס מברר זיין, אדער קענסט אנרופן דעם דיין שליט"א, כ'גלייב ער'ט גוט דורכגעטאן דעם נושא,
און קום צוריק אונז בארייכערן מיט זיין תשובה,
שכוח.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 8:07 pm
דורך גאנצל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ס'איז געווען מער ווי איין חתונה ווי מחותנים האבן דייקא נישט געוואלט רזל פאר מסדר קידושין טאקע ווייל זיי האבן געוואלט האבן אלע זייערע קרובים ביי זייערע שמחות -פארשטייענדיג אז די נושא איז א שאלה להלכה וואס יעדער האט א חיוב צו פאלגן זיין דיין אין דעם- אבער רזל האט זיי טעראזירט און טעראזירט דעם מסדר קידושין אלס פאר זיין פארשטינקענע תאות

איינער האא נישט געלאזט מחותנים טוישן זאל?!

הייבט מ'מעג טעראזירן מענטשן וועם יא אדער נישט צו רופן פאר סידור קידושין מ'מעג דיקטעיטן ווען און וואס אבער נאר וויפיל דו ביסט מתיר

פאר ווער ס'וויל הערן חות דעתו פון ר' געציל בערקאוויטש וואס איז באקאנט אלס קרית יואל דיין בנוגע חתונות אין קר"י זאל עס הערן און טון ווי אזוי ער פסקעט און פאר עס וויל נישט הערן זאל נישט הערן . ווי פונקטליך קומט דא אריין שטערן שמחות ? און אויב זאגן א פסק הייסט טעראזירן דאן ווען בנ"י לאט נישט אין זייער זאל פרעגן רשות אדער ווען רזל לאט נישט אין זיין זאל דעם קרעטשניפען רבין זיין מסדר קידושין הייסט פונקט אזוי טעראזירן מיין פריינט

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:הער מיך אויס, די קשיא איז נישט אין קרית יואל די קענסט די זעלבע קשיא פרעגן בכלל אויפן גאנצן תקנה פון ר"ת מיטן שבות יעקב און תשובות דבר"י וכו' וכו'.
היתכן דער זעלבער מענטש איז אין איין פלאץ איז עס א פירצה און א אנדערע מקום איז עס כשר וישר.
ס'א גוטע קשיא, אבער כ'גיי דיר נישט ענטפערן מיט קיין אייגענע סברות,
רשות בידך צו עס מברר זיין, אדער קענסט אנרופן דעם דיין שליט"א, כ'גלייב ער'ט האט גוט דורכגעטאן דעם נושא,
און קום צוריק אונז בארייכערן מיט זיין תשובה,
שכוח.

ר"ת מיטן שבות יעקב אין די בריוו אין דבר"י האבן ממש גערעדט פין אזא מציאות ווי קר"י, איך הער, איך פאר מיר האט שוין אלעס דורך געטאן ביין דיין, אלעס איז שוין קלאר,

אן די הלכה חלק, זעט מען שוין עפעס שרעקליכע תוצאת פין די הפקרות וואס האט זיך אראפגעלאזט די לעצטע איבער 10 יאר?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
גאנצל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ס'איז געווען מער ווי איין חתונה ווי מחותנים האבן דייקא נישט געוואלט רזל פאר מסדר קידושין טאקע ווייל זיי האבן געוואלט האבן אלע זייערע קרובים ביי זייערע שמחות -פארשטייענדיג אז די נושא איז א שאלה להלכה וואס יעדער האט א חיוב צו פאלגן זיין דיין אין דעם- אבער רזל האט זיי טעראזירט און טעראזירט דעם מסדר קידושין אלס פאר זיין פארשטינקענע תאות

איינער האא נישט געלאזט מחותנים טוישן זאל?!

הייבט מ'מעג טעראזירן מענטשן וועם יא אדער נישט צו רופן פאר סידור קידושין מ'מעג דיקטעיטן ווען און וואס אבער נאר וויפיל דו ביסט מתיר

פאר ווער ס'וויל הערן חות דעתו פון ר' געציל בערקאוויטש וואס איז באקאנט אלס קרית יואל דיין בנוגע חתונות אין קר"י זאל עס הערן און טון ווי אזוי ער פסקעט און פאר עס וויל נישט הערן זאל נישט הערן . ווי פונקטליך קומט דא אריין שטערן שמחות ? און אויב זאגן א פסק הייסט טעראזירן דאן ווען בנ"י לאט נישט אין זייער זאל פרעגן רשות אדער ווען רזל לאט נישט אין זיין זאל דעם קרעטשניפען רבין זיין מסדר קידושין הייסט פונקט אזוי טעראזירן מיין פריינט

ביי זיך אין דער היים איז יעדער באלעבאס צי טיען וואס אים שמעקט, וועם סגעפעלט נישט מיז נישט נעמען די זאל, זיי האבן צי געשטעלט א זאל פאר א סערוויס פאר זייערע מעמבערס צי חתונה מאכן מיט א ראויגקייט,

די ווייסט זייער גיט וואס מיינט שטערן שמחת, אויסניצן ערליךקייט פאר דיין ביליגע אינטערעס איז איין זאך, נניח אז די מיינסט נאר די הלכה, יענער האט אויך א דיין אויף וועם זיך צי פארלאזן וואס איז דאס ארימקאלן מחותנים זיידע באבעס אין קרובים?? וואס איז די ארימשיקען בריוון פאר חתן כלה אין די מוחותנים אפילו 8 יאר שפעטער?? אין וואס איז דא אנברענגען אזופיל ממזרים אויף די וועלט ה"י?? אזופיל יונגעלייט לעבן מיט א פרוי אן א קדישין הש"י

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:00 pm
דורך מפיל קינד
מיליאנער האט געשריבן:דו האסט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך, ר' געציל איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט די איסור פאר 10 יאר צוריק, און עד היום הזה ווען איינער גייט אים פרעגן צו ער מעג אהין גיין צוליב סיי וועלכע סיבה, איז נישט דא קיין פאל ווען ער איז עס מתיר.

פערצופאל יעצט ביי די מיטונג האט ער עס נישט אויפגעברענגט

שקר. איך קען א איד וואס האט געפרעגט ר' געצל לגבי השתתפות, ואמר לו בזה"ל: פרעג דיין רב.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:03 pm
דורך מפיל קינד
מיליאנער האט געשריבן:איי די ארויני וואס לעבט מיט ארוינישע חבירים, פרעגט ארוינישע דיינים, גייט אריין צו מהר''א כסדר, ער רעדט זיך נעבעך איין אז דער עולם אז ווארעם פאר די זאך, די זאלי אבער, ער ווייסט אינסייד אינפא אז יעדער לאכט פון די איסור, יעדער ווייסט אז מהר''א קען נישט לערנען, יעדער ווייסט אז די בר''מ האט פיינט געהאט מהר''א ..... ודו''ק.

די ארוינים רעדן זיך נישט איין, זיי רעדן איין אנדערע... זיי ווייסן גוט דעם אמת.

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
אפיקורסים...ביידע פון ענק...לאל...!

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:44 pm
דורך [NAMELESS]
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:איין פונקט,
דאס אז ר' אהרן זאל געבן רשות פאר יעדן אזוי זאל נישט זיין קיין פסול'ע קידושין.
שטימט פשוט נישט מיט די יסוד פון דעם גאנצן תקנה,
הער גוט אויס וואס דער דיין זז"ג זאגט,
דער יסוד פון דעם תקנה איז נישט צו היטן פארן כבוד פונעם מרא דאתרא,
אדער מ'זאל איהם נישט מקפח זיין,
לגמרי נישט,
דער יסוד איז ווי דער דיין האט געזאגט,
"זאל נישט זיין קיין הפקר וועלט",
נו וואס ווילסטו ר' אהרן זאל גאר געבן א יד לפושעים,
און גאר זיין דער מכשיר פון דעם "הפקר וועלט"?

אין ווילימסבורג בארא פארק מאנסי גייט פאר א שרעקליכע הפקר וועלט? ווען רזל מסדר איז עס א ערגערע הפקר וועלט ווי ר זיידל קרעטשניפער?

צי האלטן די תקנה אין קראפט קען ער נישט אסרן פאפא רב אין בעלזא רבי, סמיז בדוקא זיין איינער וועם א חלק ניכר פין די שטאט וויל נעמען? ביים ר"ת אין שבות חיים איז אויך אזוי געווען?

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
גאלד האט געשריבן:כ'וויל דא מאכן א דיסקלעימער,
ראשית, איך טריי זייער שטארק צו נישט איבערקייען נאכמאל און מעלה גרה זיין דעם זעלבער ארגומענט,
אויב איינער ענטפערט מיר עפעס וואס יענער האט שוין ערווענט טויזנט מאל,און איך האב עס שוין אדרעסירט,
האב איך קיין ברירה און איך מוז איגנארירן, און איך לאז יענעם האבן דאס לעצטע ווארט. הארצן גערן.
שנית, פרוביר איך זייער שטארק זיך צו האלטן צום נושא,
אויב נעמט מען זיך רעדן פון עפעס שלא מן הענין,
פרוביר איך עס צו מחזיר זיין ליושנה,
ואחרון, ווען איינער נעמט זיך מיט נארישע פערזענליכע טשעפערייען,
טשעק איך אינגאנצן ארויס,
ערווארט נישט קיין שום אנטווארט פון מיר,

יעצט לענינינו... (אינעם נעקסטן תגובה)

הרב גאלד: שיינע זאך דאס נישט איבערקייען אימצאליגע מאל, לדוגמא די ארגומענט אז קהל געט נישט ארויס קיין שים צעטיל אין יעדער קען טיען וואס ער וויל, אפגעזאגט איינמאל דעם ארגומענט אין מער הערט מען נישט דערפין,

אין זיך האלטן צים נושא איז אויך זייער א וויכטיגע זאך, אזוי קענסטי גענצליך ארויס טשעקן אין עפענען א פרישע אשכול אן די נארישע פרעזענליכע טשעפעריין, אין נישט דארפן קאמענטירטן אין די נישט פרעזעליכע נישט שלא מן הענין אשכול, ווייל איינמאל דער פותח האשכול איז געגאנגען פרענזילך ביסטיך שוין אויטאמאטיש ארויסגעטשעקט,

כה לחי

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 10:13 pm
דורך גאלד
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צי האלטן די תקנה אין קראפט קען ער נישט אסרן פאפא רב אין בעלזא רבי, סמיז בדוקא זיין איינער וועם א חלק ניכר פין די שטאט וויל נעמען? ביים ר"ת אין שבות חיים איז אויך אזוי געווען?

כ'מיין אז דער דיין'ס טעלעפאון נומער איז ליסטעד אינעם אנשי שלומינו ביכל.
זיי'זשע מוחל רוף איהם אן און פרעג איהם די אלע קשיות,
און קום ביטע צוריק מיט די תירוץ,
למצוה גדולה יחשב

נשלח: מאנטאג יוני 21, 2021 11:40 pm
דורך גאנצל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ס'איז געווען מער ווי איין חתונה ווי מחותנים האבן דייקא נישט געוואלט רזל פאר מסדר קידושין טאקע ווייל זיי האבן געוואלט האבן אלע זייערע קרובים ביי זייערע שמחות -פארשטייענדיג אז די נושא איז א שאלה להלכה וואס יעדער האט א חיוב צו פאלגן זיין דיין אין דעם- אבער רזל האט זיי טעראזירט און טעראזירט דעם מסדר קידושין אלס פאר זיין פארשטינקענע תאות

איינער האא נישט געלאזט מחותנים טוישן זאל?!

הייבט מ'מעג טעראזירן מענטשן וועם יא אדער נישט צו רופן פאר סידור קידושין מ'מעג דיקטעיטן ווען און וואס אבער נאר וויפיל דו ביסט מתיר

פאר ווער ס'וויל הערן חות דעתו פון ר' געציל בערקאוויטש וואס איז באקאנט אלס קרית יואל דיין בנוגע חתונות אין קר"י זאל עס הערן און טון ווי אזוי ער פסקעט און פאר עס וויל נישט הערן זאל נישט הערן . ווי פונקטליך קומט דא אריין שטערן שמחות ? און אויב זאגן א פסק הייסט טעראזירן דאן ווען בנ"י לאט נישט אין זייער זאל פרעגן רשות אדער ווען רזל לאט נישט אין זיין זאל דעם קרעטשניפען רבין זיין מסדר קידושין הייסט פונקט אזוי טעראזירן מיין פריינט

ביי זיך אין דער היים איז יעדער באלעבאס צי טיען וואס אים שמעקט, וועם סגעפעלט נישט מיז נישט נעמען די זאל, זיי האבן צי געשטעלט א זאל פאר א סערוויס פאר זייערע מעמבערס צי חתונה מאכן מיט א ראויגקייט,

די ווייסט זייער גיט וואס מיינט שטערן שמחת, אויסניצן ערליךקייט פאר דיין ביליגע אינטערעס איז איין זאך, נניח אז די מיינסט נאר די הלכה, יענער האט אויך א דיין אויף וועם זיך צי פארלאזן וואס איז דאס ארימקאלן מחותנים זיידע באבעס אין קרובים?? וואס איז די ארימשיקען בריוון פאר חתן כלה אין די מוחותנים אפילו 8 יאר שפעטער?? אין וואס איז דא אנברענגען אזופיל ממזרים אויף די וועלט ה"י?? אזופיל יונגעלייט לעבן מיט א פרוי אן א קדישין הש"י

נאכאמאל איך פארשטיי נישט ווי האט ר' געציל געגעבן זיין פסק ? נישט ביי זיך אינדערהיים ?