הדד בן בדד האט געשריבן:
איך האף אז דו פארשטייסט אליינס אז איך האב נאר געברענגט יוחנן כהן גדול פאר אילוסטרעישאן פוירפוסעס. אמת אמאל איז עס נישט געווען גאנגבאר, אבער עס פלעגט פאסירן. איך אליינס האב זיך דערמאנט אזוי יעצט שרייבנדיג די שורות פון א פאל וואס האט פאסירט מיט א גוטע דרייסיג יאר צוריק - אפשר מער - וואס א היימישער אינגערמאן האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער און ארויס לתרבות רעה. דאס האב איך געזאגט, עס איז אלעמאל געווען און עס ווועט אלעמאל זיין, דער אינטערנעט האט עס נאר פארמערט, און דאס קען מען ע"פ רוב צוריקהאלטן מיט א גוטן חינוך צו תורה און אידישקייט.
און יעצט אזוי. דו קומסט און לייגסט אראפ אזא מעשה אז וויבאלד נאר דאס קען מען כרגע טוהן, און דאס וואס איך זאג טוט דאך קיינער נישט, אלזא איז בעסער זיי צו העלפן אפילו עס וועט נאר אויפטוהן ביי איין איד. איך הער.
אבער איך זאג צו דעם אזוי. וואלט מען געווען באמת אובד עצות, מען זעהט זיך אין א מצב וואס מען ווייסט באמת נישט פונקטליך ווי שטעקט דער פראבלעם, אדער מען ווייסט נישט וואס צו טוהן דערוועגן, אדער אז מען ווייסט נאר מען האט באמת נישט די יכולת עפעס צו טאהן דערוועגן צו דער זאך, דאן ביסטו גערעכט. דאן זאגט מען, אידישקייט געהערט פארן רבונו של עולם, איך טוה דאס וואס איך קען, און איך טוה עס אמבעסטן וואס איך קען, און מיט אלע מיינע כוחות, אן קיין שום פניות און זייטיגע חשבונות, און דאס איבריגע לאז איך פארן אויבערשטן. א שטייגער ווי דער חפץ חיים האט געזאגט ביי די קאמוניסטן אז מען וואלט געדארפט ארויסגיין אין א פיזישע מלחמה קעגן זיי, כאטש מען האט נישט געהאט קיין שום שאנס צו געווינען, אבער דער מסירות נפש וואלט געבראכן דעם מדת הדין.
דאס אבער איז דאך די מעשה אינגאנצן עפעס אנדערש. מען זעהט דעם פראבלעם, מען ווייסט וואס עס איז און וואו עס שטעקט, רביס און רבנים און עסקנים זאגן פאר די מארגנים און אנפירער וואס זיי האלטן, און אז זיי זענען גרייט צו טוהן, מען האט פלענער פאר זיי, מען וויל ארבעטן צוזאמען אויסצוארבייטן עפעס א פלאן, עפעס א מהלך צו טוהן עפעס צו דערזאך, אבער זיי ווילן נישט, עס אינטערעסירט זייי נישט. אנשטאט טוען צודערזאך זענען זיי ביזי אינטערברענגען קאנקורירנדע איווענטס. און ער וויל איך זאל מיטשטיין און מיטהעלפן ווייל ווי נישט ווי טוט ער דאך עפעס, און עס קען דאך עפעס אויפטאהן, כאטש אויף אפאר אידן.
דא ליגט דער חילוק צווישן מיר און דיר. איך האלט אויך אזוי ווי דו, אבער נאר דארט ווי דאס איז דאס בעסטע וואס מען קען. אויב קענען זיי בעסער און זיי ווילן נישט צוליב אייגענע אינטערעסן, פארוואס זאל איך מיטשטיין, פארוואס זאל איך נישט פארפירן?
יעצט רעדסטו שוין עפעס אנדערע ווערטער. הייסט עס דו זאגסט אז דו ווייסט פאר א פאקט אז מען רעדט צו די עסקנים און מען זאגט זיי די אלע זאכן און מען האט מוראדיגע גוטע ווייטגרייכנדע פלענער, נאר זיי ווילן פשוט נישט הערן? אויב איז דאס אמת, איז דאס טאקע אן עולה נוראה. אבער איך האב פון דעם נישט געוואוסט און ווייס נאך אלץ נישט פון דעם. יעצט וויבאלד איך ווייס נישט דערפון, און קיינער ווייסט נישט דערפון, קענען מיר נאר טון מה שעינינו רואות, וואס איז דער יעצטיגער קאמפיין, און אין אזא פאל ביסטו דאך שוין אויך מודה אז עס איז א גוטע זאך. נו, דא האלט איך. (ביסיידס, אויב איינער האט אזעלכע גוטע פלענער דארף ער נישט צוקומען צו דעם אדער יענעם עסקן. זאל ער אנהייבן א פרישע מערכה און דער עולם וועט זיך צוכאפן דערצו. ווער קען דען זיי שטערן פון ארויסקומען אליין?)
און למעשה זעה איך דא אן אינטערעסאנטע זאך דו האלטסט אין איין צוריק קומען צו דעם אז למעשה קען עס עפעס אויפטאהן, אבער דו אדרעסירסט אינגאנצן נישט וואס איך האב דיר געזאגט אז זיי האבן דא זייטיגע מאטיוון, אז זיי האבן געשטערט אנדערע, אז זיי האבן אונטערגעברענגט נאך אזעלכע אסיפות ווי די אין ר"י ראטה'ס ביהמ"ד, אדער דאס אז אנדערע רביס און רבנים האבן געוואלט מיט זיי ארבעטן אויף אמת'ע לאנג טערמיניגע לייזונגען און זיי האבן נישט געוואלט.
קודם, אפשר קענסטו אנווייזן איין מאל ווי דו האסט מיך געפרעגט די קשיא פארוואס זיי שטערן נאך אזעלכע אסיפות, אז דו זאלסט דא מאכן עפעס א מעשה ווי גלייך "איך וויל עס נישט אדרעסירן"? איך געדענק בכלל נישט דו זאלסט מיר אזוינס זאגן.
און באמת, אפילו אויב יא, וואלט עס מיר ווייניג אויסגעמאכט ווייל בטבע גלייב איך נישט יעדע זאך וואס איך הער, איבערהויפט פון אנאנימע מענטשן וועלכע האבן ביי מיר חזקה צו שרייבן זאכן מיט נגיעות אדער סתם ליידיגע מענטשן וואס זייער גרעסטע פארגעניגן איז סתם צו טראגן און ברענגען יעדע נארישע שטות און רומאר וואס מען האט נאר געהערט פון א חבר'ס שכנ'ס שווארגער'ס קוזין. אן קיין מקור, כאטש א שטיקל רמז פון א מקור, איז מיר לגמרי נישט אינטערעסאנט. אויסער וואס איך קען בכלל נישט זען וואס זייער נגיעה קען דא זיין, וויבאלד איך גלייב נישט אז מ'קען מאכן געלט אויף אזא אסיפה, ווייל ווי ווייט איך ווייס קאסט עס מיליאנען.
פון די זאכן זעהט זיך אויס אז דו האסט א שטארקע נגיעה צו דעם כינוס, איך ווייס נישט וואס, צו די ביסט אן עסקן, צו גאר פון די מארגנים, צו סתם אזוי, און אויב יא, איז זייער פיין, ווייל אויב האסטו א נגיעה, וועסטו דאך סייווי נישט אננעמען וואס איך זאג, אפגעזעהן פון וואס איך זאג. אויב נישט, האף איך אז דו וועסט פארשטיין וואס מיר טוט דא וויי. פארפאטשקען א געלעגענהייט וואס מען וואלט געקענט אויפטאהן, איז נישט נאר נישט אויפגעטאהן, נאר עס איז א גרויסער שאדן.
יעצט דערמאנסטו מיך שוין פון געוויסע היימישע חברה וואס לעבן אין א וועלט פון קאנספיראציעס. און יעצט נעם איך שוין ווייניגער ערנסט וואס דו האסט געשריבן פריער איבער די "עסקנים וואס האבן זייטיגע מאטיוון", האבן "געשטערט אנדערע", "אונטערגעברענגט אנדערע אסיפות" און "אנדערע רביס האבן געוואלט מיט זיי ארבעטן אויף אמתע לאנג טערמיניגע לייזונגען און זיי האבן נישט געוואלט." איך הייב אן חושש זיין אז אלעס קומט פון די זעלבע חשדות'דיגע גענע וואס ליגט ערגעץ פארווארפן אין דיין די-ען-עי, וואס שטופט דיך מיך אויך צו חושד זיין פשוט ווייל איך האב ארויסגעברענגט דעם אנדערן צד.
און אפילו אויב איך זאל יא זיין אן עסקן, א מארגן, און אפילו סקולענער רבי אליין, וואס איז דאס א חילוק לגבי אונזער וויכוח דא? איך האב דיר, מיין איך, זייער שיין ערקלערט מיין מיינונג פארוואס איך האלט יא אז מען דארף שטיצן די אסיפה, ממילא אפילו אויב איך זאל דאס זאגן אלס עסקן מיט נגיעות נעמט עס גארנישט אוועק פון מיינע ווערטער, ווי לאנג דו ביסט מודה אז איך רעדט לאגיש און נישט סתם אין דער וועלט אריין.
און אזוי קלערנדיג פארוואס עפעס זאלסט טראכטן אז איך האב דא עפעס נגיעות, הייבט מיר אן אויפשווימען א געדאנק אז אפשר וויבאלד דו האסט דא אפשר עפעס נגיעות, דעריבער טראכסטו אויף מיר פון אזא קוק-ווינקל. אפשר ארבעטסטו מיט פילטערס און מען האט דיך נישט געוואלט ניצן, אדער אפשר ביסטו טאקע אן עסקן וואס טוט אין די ענינים און יעצט האסטו זיך עפעס צעאמפערט מיט די חברה... און יעצט כאפ איך שוין פון וואו קענסט וויסן אז מען האט פרובירט האנדלען מיט געוויסע עסקנים אויף לאנג-טערמיניגע לייזונגען אבער זיי האבן נישט געוואלט, וואס דאס איז אינפארמאציע וואס איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט און אפשר האסטו אלס אינסיידער אזעלכע אינפארמאציע...
אקעי, כ'האף וועסט מיר פארגעבן אויף דעם וויץ, נאר פאר דעם קליינעם שאנס אויב ביסטו טאקע אן עסקן, פליז געב נישט אויף , לאז דיך נישט פון קיינעם און פרוביר טון כל מה שביכולת אז מען זאל טאן וואס דארף געטאן ווערן.