בלאט 32 פון 37

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:35 am
דורך chusid
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 10:36 am
דורך שמעון וואלף
פארוואס ביי התרת נדרים (און כל נדרי) קען מען מאכן א מסירת מודעה פאר א גאנץ יאר און די בוטשאטש'ע רב'ס מסירת גילוי דעת לגבי כוונת שמות הקדושים דארף מען זאגן יעדן טאג?
ובכלל פארוואס קען נישט אלעס זיין איין מאל פאר א גאנץ לעבן?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:31 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 11:32 am
דורך שמעקעדיג
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

נאר דאס פארשטייסטו נישט? אלע מכות זענען געווען שלא כדרך הטבע,

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 3:20 pm
דורך ונבנתה העיר
אפשר איז דאס אזא סארט מאטריאל וואס דער אבן עזרא דערמאנט:

והנה בים אוקינוס יבא חשך עב שלא יוכל אדם להפריש בין יום ובין לילה ויעמוד זה לפעמים חמישה ימים ואני הייתי שם פעמים רבות.

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 6:23 pm
דורך הקטן
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

Dark_matter
just kidding

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 6:26 pm
דורך ירא שמים
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

אז די פסוק זאגט אזוי איז דא אזא זאך! כפארשטיי נישט די שאלה… (כפארשטיי גראדע יא…)

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 7:24 pm
דורך שלום על ישראל
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

כ'[tag]שמעקעדיג[/tag], דו ווילסט וויסען אויב ס'איז מעגליך נארטורליך; די מכות זענען געווען סופער-נארטורליך. ביי אונז איז טינקלקייט, פשוט א מאנגל פון ליכטיגקייט. אין מצרים איז אייגענטליך געקומען די סובסטאנס פון טינקעלקייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:01 pm
דורך בעריש
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?


רמב"ן אויפן פלאץ

(כג): וטעם לא ראו איש את אחיו ולא קמו איש מתחתיו -
כי לא היה החשך הזה אפיסת אור השמש שבא שמשם והיה כמו לילה, אבל היה חשך אפלה, כלומר איד עב מאד שירד מן השמים, כי על כן אמר (בפסוק כא): נטה את ידך על השמים, להוריד משם חשכה גדולה נופלת עליהם. והייתה מכבה כל נר, כאשר בכל החפירות העמוקות ובכל מקומות החשך העצום לא יתקיים הנר, וכן העוברים בהרי חשך לא יעמד להם שם הנר ולא האש כלל, ועל כן לא ראו איש את אחיו ולא קמו איש מתחתיו, ואלמלא כן היו משתמשין בנרות, וזהו שאמר הכתוב שלח חושך ויחשך (תהלים קה כח), כי היה שלוח חשך, לא אפיסת אור היום בלבד.

לויט ווי איך האב פארשטאנען דעם רמב"ן דאס מדמה זיין צי חפירות העמיקות אז סאיז געווען ווייניג אקסידזשען אזוי אז מ'האט נישט געקענט אנצינדען קיין ליכט. קענסטי דאס זעלבע מסביר זיין דעם ולא קמו איש מתחתיו, אויך מכוח חוסר אקסידזשען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 11:19 am
דורך בעריש
אגב עטליכע ראשונים לערנען אפ דעם ולא קמו איש מתחתיו אלץ א טעכנישער חלק פון די מכה. אז סאיז נישט דא קיין ליכטיקייט קען מען נישט ארום גיין.
דער אבן עזרא אויפן פלאץ זאגט גאר מביתו אז ארויס פון הויז איז מען נישט געגאנגען. דאס הייסט אז און הויז איז איז יא געווען מאוומענט צי טאן די מענטשליכע באדעפענישן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:59 pm
דורך קל וחומר
שבת פט: א''ר שמואל בר נחמני א''ר יונתן מ''ד {ישעיה סג-טז} כי אתה אבינו כי אברהם לא ידענו וישראל לא יכירנו אתה ה' אבינו גואלנו מעולם שמך לעתיד לבא יאמר לו הקב''ה לאברהם בניך חטאו לי אמר לפניו רבש''ע ימחו על קדושת שמך וכו'

תענית כז: - מגילה לא: ויאמר ה' אלהים במה אדע כי אירשנה אמר אברהם לפני הקב''ה רבש''ע שמא ח''ו ישראל חוטאים לפניך ואתה עושה להם כדור המבול וכדור הפלגה אמר לו לאו אמר לפניו רבש''ע במה אדע אמר לו קחה לי עגלה משולשת וגו' אמר לפניו רבש''ע תינח בזמן שבית המקדש קיים בזמן שאין בית המקדש קיים מה תהא עליהם אמר לו כבר תקנתי להם סדר קרבנות כל זמן שקוראין בהן מעלה אני עליהן כאילו מקריבין לפני קרבן ומוחל אני על כל עונותיהם:

דער זעלבער אברהם אבינו וואס בעט ביים רבש"ע א גאראנטי שלא יעשה עמהם כדור המבול וכדור הפלגה ענטפערט ווען דער רבש"ע זאגט בניך חטאו לי 'ימחו על קדושת שמך'!?!

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 3:33 pm
דורך גאלד
איך עפען א חומש שבת, פרשת בשלח,
זעה איך עפעס א מאדנע מעשה,
די אידן זענען נעבעך געווען דורשטעריק,
זיי נעמען זיך בונטעווען קעגן משה'ן
וואס האסט אונז דא ארויסגעשלעפט פון מצרים אין מדבר מ'זאל מיר אלע אויסגיין פאר דארשט אונז, די קינדער און די רינדער,
אין א פאניק לויפט משה צו הקב"ה איז זאגט עפעס א מאדנע תפלה קצרה, וואס איז צום שטוינען,
די גאנצע תפלה איז זיבן ווערטער.
קוקטס ווערטער
"מה אעשה לעם הזה עוד מעט וסקלוני" (וואס זאלעך טאן מיט די חברה, נאך אביסעלע פארשטיינערן זיי מיך)
וואס פארא מין תפלה איז דאס???
דער עולם גייט דא אויס פאר דארשט,
און דאס גאנצע וואס משה איז מתפלל אז ער זאל אפגעשוינט ווערן פונעם ציושטן המון,

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 4:56 pm
דורך פרייוויליג
'ילבוש שחורים ויתעטף שחורים וכו', איז מען אמאל געגאנגען נישט שווארץ אז מען זאל זיך מתעטף זיין שחורים? אויב נישט דאן וואס איז די רבותא פון די ילבוש שחורים, מיר גייען דאך אלע מיט די פינסטערע דיפרעסטע שווארצע קאליר, אתמהה?

Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 5:38 pm
דורך טמיר
ס'איז א דבר ברור אז בזמן התלמוד איז מען נישט געגאנגען מיט בגדים שחורים ויש כמה ראיות לזה ואכמ"ל. נאר משום ירידת הדורות איז יעדער מקיים דעם ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ...

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 5:44 pm
דורך פרייוויליג
טמיר האט געשריבן:ס'איז א דבר ברור אז בזמן התלמוד איז מען נישט געגאנגען מיט בגדים שחורים ויש כמה ראיות לזה ואכמ"ל. נאר משום ירידת הדורות איז יעדער מקיים דעם ילבש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ...

אט אזוי

א חידוש גאר, שווארץ מאכט דעם מענטש אויסזען מער Intelligent

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:23 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, ס'גייט דאך משפטים אויף די וועלט.

רש"י ב"ק ו' ע"ב: מאי שנא בור שכן הזיקו מצוי. שדרך שנופלין שם בהמות. ואי קשיא הא מילתא דאמרן לעיל דרגל הזיקה מצוי ולא בור, לאו פירכא היא, דבור הזיקו מצוי אבל אינו מצוי כ''כ כי רגל שכל שעה היא מהלכת.

פארשטיי איך מיר נישט, 'בור' איז ווען א בהמה פאלט אריין אין א בור, 'רגל' איז ווען א בהמה צוטרעט עפעס - למשל כלים.

ביי ביידע פון זיי געשעהט די היזק ווען ביידע פארטיס טרעפן זיך, בור-בהמה/בהמה-כלים, ביי ביידע פון די צירופים שטייט איינער אויפן פלאץ און דער צווייטער גייט, איז וויאזוי קען זיין אז רגל איז מער מצוי פון בור?

([tag]פארוואס?[/tag] [tag]געפילטע פיש[/tag])

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:38 pm
דורך געוואלדיג
ווייל עס געפונען זיך אויפן גאס מער זאכן וואס קענען ווערן ניזוק, ווי בורות וואו א בהמה קען אריינפאלן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:54 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'הער, ויש לדון.

אין רש"י גייט עס אבער זייער שווער אריין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 2:58 pm
דורך ונבנתה העיר
ועוד, לכאורה רעכענט זיך עס ווען עס איז שוין דא א בור, מען רעכענט דא מצד דעם בעל הבור: ווי מצוי איז אז דיין בור זאל ברענגען א היזק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 3:37 pm
דורך קל וחומר
בעל הבור vs בעל הבהמה

א בהמה וועט גיכער אנקומען צו כלים (וואס זענען מצוי איבעראל) ווי בהמות צום בור.

מער פון דעם קענעך נישט מסביר'ן...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 3:40 pm
דורך קל וחומר
מצד די חיוב שמירה אויף די בעלים.

מצד די ניזוקים ביסטו גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 4:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער שור וועט זיך שטערקער היטען פון א בור ווי פון כלים, ממילא וועט ער גיכער צוטרעטען א כלי ווי אריינפאלען אינ'ם בור

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 4:36 pm
דורך ונבנתה העיר
אויך זייער שווער אין רש"י.