בלאט 32 פון 66

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:00 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
HotCoffee האט געשריבן:הרגע הזה שאתה מסיים את העונה של שטיסל ואתה שואל לעצמך, בשביל הסוף המטומטם הזה, הייתי צריך לראות את כל הסדרה?

רשעים ארורים [SMIRKING FACE]

וואס האסטו געוואלט זען ? ווי דבורה שטייט אויף תחייית המתים? אדער ווי נחום'ס נאז ווערט קלענער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:18 pm
דורך גענעראלע איד
זוכער האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:שטיסל עונה 2 פרק 12

https://www.dropbox.com/sh/ibo4byvxgblh ... h7Xna?dl=0


עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק:
1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!)
2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס?
3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס.
4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט.
5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.



דער שטיבל וואו קיווע זיצט פשרחלום'ט און ליבי קומט עם טרעפן, איז אן אלטע איטאליענע שול וואס די אינטעריער דערפון האט מען אריבערגעפירט קיין ארץ ישראל און געפינט זיך היינט אין 'מוזיאון ישראל' וואו די סצענע פון קיווע'ס תערוכה שפילט זיך אפ, די גאנצע שול איז אייגענטליך א עקזיביט פונעם מוזעאום. פאר איין סעקונדע אינעם שאו, פאר די שול סצענע, קען מען זעהן די אריגינאלע אריינגאנגס שילד מיט א קליין טאוועלע פון די מוזעאום, דו"ק ותשכח. איך האב גראדע הנאה געהאט פונעם איינפאל וויאזוי די שרייבער האבן אויסגענוצט די אפורטיוניטי...

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:43 pm
דורך הויזן טראגער
וואס איז געשען אז די תערוכה איז אין מוזיאון ישראל אין נישט אין ניו יארק ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:54 pm
דורך HotCoffee
[center].[/center]

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:21 pm
דורך שמערל
אודאי איז קיווע צישאסען, ער האט אלעס אוועקגעגעבן פאר די בילד, זיך צוקריגט מיט זיין טאטע, זיין כלה וכו', און ער קומט אן צום גאלערי און טרעפט עס נישט.

די עפיזאד איז באמת א מייסטער שטיקל, אזוי עמאציאנאל און יעדער בעט זיך איבער, אסאך א בעסערע ענדינג ווי די פריערדיגע סעזאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 9:24 pm
דורך באשטעטיגט
דווקא מאד אהבתי את הסיום הזה בדיוק כמו שצפיתי !
ליבי לבסוף הבינה מה הם הרצונות שלה ומה הרצונות של "לא יודע מי"
גם אהבתי איך שהם הצליחו למסור מסר שלפעמים גם החלטות חשובות מעורבים בנגיעות עצמית =היריבות של שלום ונוחם
גם שצריכים לסלוח מכל הלב ולהמשיך הלאה !
ואיך אני אוהב את שלום -אם רגשות כל כך עמוקות איש אם לב טוב שמכוסה לפעמים עם המשגעתן שלו !

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
אייזן ווי די דראמע וואס זיי בויען אויף אין די גאנצע סעריע ענדיגט זיך אזוי עמאציאנאל,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:03 pm
דורך ודי למבין
wow!
די גאנצע דראמע מיט אזא ענדע איז געווען אויסערגעווענליך און טאטל נישט עקספעקטעט... מוראדיג...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:03 pm
דורך סמבטיון
וואס בלייבט נאר שווער איז, ווי געוויזן אין פריעדיגן פרק אז נחום אדארך שווערע צייטן, אזש ער האט געדארפט בעטן שלום זאל אים פארשאפן א הלוואה, נו ווי קומט צו אים יעצט א סכום פון 11 טויזענט דאלער אפציקויפן די חלקה בעילם שם?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 11:22 pm
דורך וכדומה..
מלא רגש יעדע מינוט פון דעם עפיזאד

בלב שלם?
לא ידעת בכלל שיש כזה דבר בעולם - לב שלם

אגב נאך א סיבה פארוואס ס'גוט געווען איז ווייל צבי אריה מיט זיין ווייב זעט מען נישט פאר די אויגן. #נערוועןקריכערס

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 1:39 am
דורך קאצקע ציקער
הערליכער ענדינג וויזוי ליבי זעהט ענדליך איין וואס זי ווייסט באמת ... און נחום בלייבט א חוזק די מינע אויף זיין פנים ווען ליבי הייבט זיך אויף איז עפעס געוואלדיג

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:07 am
דורך יואליש
רייסענדע ענדע!

אין דעם עפיזאד האבן זיי געוויזן די שענסטע, און טיפסטע באגראבענע זייט פון שלום. פון אנפאנג דאכט זיך אז שלום'ס אויפברויז איז צוליב מה יאמרו הבריות, "כל הגאולה!". אבער אין די ענדע זעהט מען וואס רייסט ביי אים, זיין פרוי פון פערציג יאר, איר סאמע שטרעבונג און עצם מהות איז געשענדעט. ער צורייסט נישט דאס בילד. ער איז מבער די חלק "הפרוצה". ער גיבט זיין ווייב פיל מער פון בלויז ליגן מיט איר פאר אייביג, ער גיט ער וואס איז וויכטיג, איר כבוד, איר צניעות, איר גאנצע לעבן! ארויסצוברענגן דאס, און טאקע ווען ס'איז מתוך כעס, ברענגט ארויס דאס שענסטע חלק פון די טיפ פון שלום.

שלום redeemed himself.

**

די לעצטע סצענע פון זיי זעצן זיך אראפ איז איינע פון די עטליכע פארשטעלונגן פון שולן דורכאוס די דורות און מוזיאון ישראל. דאכט זיך דע ספעציפיש איז נאכגעמאכט א שול פון איטאליע. כ'האב שוין באזוכט דארט און ס'קוקט אויס אז ס'איז געווארן געפילמט אינעם עכטע מוזיאון.

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:15 am
דורך יואליש
דרך אגב, כ'האב שוין דערמאנט די בוך "מיין נאמען אשר לב" בשייכות מיט עקיבא. אבער די ענדע איז ממש גענימען פון דארט, און נישט בלויז ווען אויף די טעלעוויזיע פרעגן זיי אויב דאס איז ישו וואס זייגט פון די מאמע. ס'יאז אן ארטיסט וואס מאלט א בילד פון זיינע טיפענישן אבער פארשעמט די עלטערן פאר די גאנצע גאס. די עלטערן קומען צו די גאלעריע און זעהן זיך דארט געשענדעט אויפן קרייץ.

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 6:08 am
דורך פישערער רבי
Screenshot_2016-01-15-09-06-51.png
א מורא'דיגע סתירה אין פרק 11 חנינא דערציילט גיטי'ן אז זיין מאמע איז געשטארבן פאר זיין בר מצוה (און דער גאנצער מעשה מיטן רעקל) און דא שרייבט ער צו רוחמי אז זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז געווען פערצן יאר אלט?

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 8:40 am
דורך באשטעטיגט
פישערער רבי האט געשריבן:
Screenshot_2016-01-15-09-06-51.png
א מורא'דיגע סתירה אין פרק 11 חנינא דערציילט גיטי'ן אז זיין מאמע איז געשטארבן פאר זיין בר מצוה (און דער גאנצער מעשה מיטן רעקל) און דא שרייבט ער צו רוחמי אז זיין מאמע איז געשטארבן ווען ער איז געווען פערצן יאר אלט?

חנינא האלט הארט פאר זיין חתונה אין איז אביסל צימישט !

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:12 am
דורך פישערער רבי
גוט שבת!

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:18 am
דורך קאווע טרינקער
אומבאשרייבליך!!!
ס'זעהט אויס ווי באבע מלכה האט איינגעריסן עולמות פאר אירע צובראכענע געפילען-צופליקטע קינדער און אייניקעלך, און זוכה געווען צו דעם זה היום עשה ה', ווען אין איין גליקלעך טאג, האט דער מזל "אמת" זיך גובר געווען, און עקיבא, ליבי, רוחמי, זענען ארויס פון די קלאזעט, און ארויסגעזאגט מיט חוצפה פאר זייערע דיקטארישע עלטערן "עד כאן"! גענוג! דאס בין איך, אזוי וויל איך! דו וועסט קומען צו מיין תערוכה, ווייל אזוי האב איך, דיין זוהן, געהייסן! און דו, טאטע נוחעם... זיי מוחל געב אהער געלט און מאך מיך חתונה מיט עקיבא! יא, מיט מיין בחירת ליבי!
מצד שני, ליפא און גיטי, ברעכן זייער קאלטע קריג בזכות פון די טוניק מחותנים....
געוואלדיג איז נישט דאס ווארט..
יעצט איז צו ערווארטן א בעסט-סעליג בוך "שטיסל" אין עברית, און אין אפאר יאר ארום אין אידיש מיט הסכמות, עד שיבוא [tag]יואליש[/tag] און לינקען צו יא-טאב פון וואו דער הייליגער אידישע בוך האט גענומען די מעשה און וואו זי האט משנה געווען.
די ענדע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:12 am
דורך יואליש
כ'זאג נישט אז ס'איז גע'גנב'ט אדער זייער ענדליך. אבער די ענדליכקייטן ווערט נישט פארלוירן.

די בוך (וואס איז אויך געשפילט געווארן אויף בראדוועי) איז אויסגעשמוסט געווארן אין שטיבל בעפאר.
https://en.wikipedia.org/wiki/My_Name_Is_Asher_Lev

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 11:27 am
דורך יואליש
דא האסטו עטליכע עקסעמפעלס פון א שלעכטע on stage פערפארמענס.

די מעשה איז באזירט אויף א רוסישע חסידות און כאריזמאטישע רבי, א פירער, אין קראונהייטס אין די 1950ס.

https://www.youtube.com/watch?v=fRMVv3el-2w

https://www.youtube.com/watch?v=AiiY60RouRI

https://www.youtube.com/watch?v=rA8DD7QQnNA

https://www.youtube.com/watch?v=1PPikM6zGLc

א שמועס מיט אקטיארן:

https://www.youtube.com/watch?v=bJ44Z4fRA_I

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:42 pm
דורך שמערל
אינטרעסאנט אז שלום האלט פאר חתונה מאכן א אייניקל, און מען הערט נישט פון אים קיין ווארט איבער די גרויסע שמחה.
דאס איז א כראנישע פראבלעם אין די גאנצע סעריע אז די אינדיווידואליסטישע געשיכטעס קומען זיך נישט געהעריג צוזאם, עס איז נישט דער עכטער חסידישער משפחה לעבן ווי אלעס איז איין גרויסע קוגל.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 6:22 pm
דורך כלבאשבוע
זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:13 pm
דורך קאמפיאטער
כלבאשבוע האט געשריבן:זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:

איך געדענק נישט ער זאל עס האבן געזאגט ערגץ, פון ווען קומט דעיס?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:32 pm
דורך נעגעל וואסער
קאמפיאטער האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:זוהר שטראוס (ליפא ווייס) נאטיצן:

איך געדענק נישט ער זאל עס האבן געזאגט ערגץ, פון ווען קומט דעיס?

אז מגעדענקט נישט דארף מען מאכן חזרה...
דעס איז דאכצעך געווען ווען די ראש ישיבה האט נישט געוואלט אריין נעמען זייער יאסעלע אין ישיבה.