בלאט 32 פון 43

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:39 am
דורך שמעקעדיג
שטיצט די הייליגע מערכה...... קויפט דעם זכות פון 10,000 הערליכע עקלהאפטיגע חוצפה'דיגע קארטלעך וואס איז "בהסכמת ועידוד גדולי הרבנים" פאר בלויז $100..... אזא מציאה טרעפט זיך נישט יעדן טאג...

.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:45 am
דורך סקרן
שמעקעדיג האט געשריבן:שטיצט די הייליגע מערכה...... קויפט דעם זכות פון 10,000 הערליכע עקלהאפטיגע חוצפה'דיגע קארטלעך וואס איז "בהסכמת ועידוד גדולי הרבנים" פאר בלויז $100..... אזא מציאה טרעפט זיך נישט יעדן טאג...

.

וויאזוי ווערן די קרעדיט קארדס געפראסעסט?
אדער אפשר נעמען זיי נאר אהן קעש אדער טשעקס דורך די פאסט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:57 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פרנסה בדרך כבוד. אנשטאט זיך רעגן, מאך דו א שנארר אפאראט פאר הבל הבלים, און קויף דיר א נייעם הויז.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:41 am
דורך שמעקעדיג
בדרך כבוד? איך זעה עס ליבערשט ווי דרך בזיון.
ווען (אויב) דער יעניגער איז מתפלל פאר פרנסה בהיתר ולא באיסור, בכבוד ולא בבזיון, בנחת ולא בצער, האט ער געהאט מחשבות זרות, ווייל די פרנסה איז פונקט די פארקערטע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2018 6:26 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פרנסה בדרך כבוד. אנשטאט זיך רעגן, מאך דו א שנארר אפאראט פאר הבל הבלים, און קויף דיר א נייעם הויז.

נאר נאכדעם וואס ער וועט שוין האבן געקויפט א הויז (אפילו פאר זיינע קינדער) און געפארן 2 מאל אויף וואקאציע קיין מדינת ישראל, רח"ל מהאי דעתא. און 3 מאל קיין אוקריינא אויף די מקומות הקדושים. וועט זיך דער פעטער שמואל נעמען צו זיינע ביינער. און ער וועט מוזן אפגעבן דין וחשבון אויף א יעדע פרוטה וואס ער האט פארתכלי'וועט. וועט מען מוזן מאכן נאך א שנאר קמפיין איהם ארויסצוראטעווען פון גיין זיצן יארן אין תפיסה...!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 2:45 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:.


יענער האט מורא די בעביסיטער וועט זייגען דאס פיצעל'ס ou-d מילך דורך אן עפפ נישט געפילטערט...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:01 pm
דורך יין שרף
@hasidic1: דרמה של ממש:
בהוראת האדמו"ר מערלוי שליט"א מהדקות האחרונות. כל הכסף שנאסף היום דרך האינטרנט מוחזר לתורמים. האדמור טוען שאסור להשתמש בכסף הזה מפני שזה מצווה הבאה בעבירה.
ומשכך ירד סך התרומות ל 180.000 ש"ח בלבד...

אלע רביס וואס טוען דעס נישט זענען פול אוו בעלאני

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:39 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: אויף מיר און אלע אידן געזאגט דעם רעבי'ן שליט"א'ס שיריים...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:18 pm
דורך שמעקעדיג
לעצטנס הענגען אין די שולן מאדנע פלאקאטן מיט א ציל אנצוקומען צו 18,000 חתימות פון היימישע מענטשן וואס גייען נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון פון יעצט ביז חנוכה, לרפואת דעם הייליגן סקולענער רבי'ן שליט"א...

Skulen_022345.jpg


די נארישקייט דערפון איז פילפאכיג.

קודם כל די עצם איידיע, וואס איך גלייב אז אפילו אין הימל לאכט מען שוין דערפון. וואסי דאס נישט "אריינקוקן" אין א סמארטפאון? וואס איז מיט א לעפטאפ? א טעבלעט? (גראדע זעה איך זיי שרייבן "וכדומה"). וואס איז נעבעך די סמארטפאון געווארן לעצטנס דער שעיר לעזאזל? פארוואס נישט א קאמפיין "נישט קוקן קיין שמוץ", וואו אימער? פארוואס זאל מען נישט קוקן אין א סמארטפאון כשר'ע זאכן? איך זעה דארט טעקסט מעסעדזשעס, בילדער פון רבי'ס, פי.די.עפ'ס פון גליונות, און צומאל נוץ איך עס פאר א סידור, וכדו'... איז דאס נישט בעסער ווי קוקן מיין פאסט וואס האט אפט אומאיידעלע בילדער? אדער געוויסע גוי'אישע צייטונגען אדער מאגאזינען? פארוואס איז דער סמארטפאון - אפילו מיט א גוטן פילטער - געווארן דער חפץ של איסור?

נאכדעם כל, דער גאנצער קאמפיין האט נישט קיין זין. ווייל סוף כל סוף יעדער קומט אן צום טרקלין, וואס דער וועלט איז דאך נאר א פרוזדור, און הגם איך וואונטש דעם סקולענער רבי זאל זיין געזונט און לעבן ביז די 150 געזונטערהייט, איז נאריש צו טראכטן אז ער גייט לעבן אויף אייביג, אפגעזען פון וויפיל חתימות די "וועד והתקדשתם" וועט באקומען. כמעט יעדער קען מעיד זיין אויף געוויסע קאמפיינס וואס זענען אין די ענדע מיאוס אדורכגעפאלן, צי מ'האט זיך מקבל געווען ענינים בקדושת בית הכנסת אדער צניעות, וויפיל מאל וויל מען פון הימל אנדערש און מען שרייבט נאכדעם אין די צייטונגען אז די "שערי רחמים זענען שוין געווען פארשלאסן"...

און בכלליות האלט איך אז זיי גייען בדרך הטבע נישט קענען צוקומען צו אזא ציל, ווייל עס זענען נישט פאראן קיין 18,000 מענטשן במחנינו וואס 'קוקן נישט אריין' אין קיין סמארטפאון, מסתמא ניטעמאל קיין 10 אלפים (אדער 5 אלפים) אויך נישט, אודאי זענען פאראן אזעלכע וואס פארמאגן נישט קיין אייגענעם סמארטפאון, אבער נישט אריינקוקן אין איינס?? שטעלט אייך פאר די עסקנים שאפן בלויז 17,900 חתימות און די גאנצע קאמפיין פאלט צוזאם, פונקט ווי א גאו-פאנד-מי קאמפיין אויב מען קומט נישט אן צום ציהל....

און וואס איז דער ענין "ביז חנוכה"? נאר ביז חנוכה דארפן זיי דעם רבי'ן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:35 pm
דורך וואלווי
אינטערסאנט, די ריזיגע מוסדות חסד לאברהם פאר די טויזענטע יתומים פון ראמעניא דארף מער נישט קיין קרנות...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:39 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......


ווי זעסטו געלט?

אדרבה, דאס איז די פלא. נישט קיין מקחו של צדיק, נישט קיין אלף הצדיק, וכו' אדער עפעס אן אנדערע באגעס קאמפיין...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער רבי דארף לעבן ביז ווילאנג יענער קען שנאדער'ן פאר'ן חתונה. עס איז א תשובה אויף די לעצטע שאלה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
ברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or www.chesed l'avrohom.org...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:06 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:ברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or http://www.chesed l'avrohom.org...!


וואס איז די מאמע'ס נאמען? בערל בן עגלה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 8:45 pm
דורך איסר האטלקי
שמעקעדיג, דיינע נומערן שטומען נישט. ווייל רוב חותמים וועלן מסתמא זיין קינדער אונטער די בר מצוה. עס זענען פארהאן קרוב צו ח''י אלפים קינדער וואס קענען עס חתמ'נען. די איבריגע 2000 וועלן זיין זקנים.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:55 pm
דורך בית יוסף
:lol: :x
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווארשיינדליך מאכט איינער פון די גבאים דארט חתונה פאר חנוכה און ער דארף שנאדערען געלט איידער די קראן פון ׳חסד לאברהם׳ שטעלט זיך אפ.......

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:39 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ברעיקינג ניוז: ס'ווערט יעצט געמאלדן פון די גבאי קודש אז מ'קען אויכעט אריינשיקן די קבלות און כופר נפש בחדא מחתא אויף די פאלגענדע אדרעסס...!
www. skulenworld.org! or http://www.chesed l'avrohom.org...!


וואס איז די מאמע'ס נאמען? בערל בן עגלה?

וואלווי: איך הייס בערל בעל עגלה. נישט בן עגלה...!

דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...איך וועיס נישט אויב מ'מעג אזוי שטארק לאכן אין די עשרת ימי תשובה...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:42 am
דורך וואלווי
אדרבה, אין עשי"ת איז א המתקת הדינים. ווי זוי זאגען חז"ל? א טאג וואס רבי האט נישט געלאכט וכו'.

און דאס וועיס איך יא, אז וועגען דעם האט דער צאהדיק א כמו צהלות פנים'דיגע פאקס משוך על ההעיליגע פרצוף תמידין כסדרן. אלס פאר כלל ישראל, און נאר פאר כלל ישראל, און ווידעראמאל כלל ישראל...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:16 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: נו, שוואנצאנעס. כדאמרן...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2018 7:22 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 11:59 am
דורך אישתישבי
נייער משוגעת

על שמו פין ר' שאול יצחק