בלאט 32 פון 50
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ פאר ברענגען די קאווער פון מאמענט מאגאזין לחג השבועות. אונז ווארטן מיט איינגעהאלטענע אטעם צו הערן דיינע קאמענטארן. ווייל מיט דיינע באמערקונגען אויף די באבוב'ער שבת ביניך מסכים מיט דיר 150%. נאר וואס דען זאלל דער שרייבער שרייבן...נעגאטיוו...?! איך וואלט געקענט...נו, ביניך דאך נישט דער שרייבער פון ארטיקל...
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 2:23 pm
דורך אברך משי
שמעקעדיג האט געשריבן:די באבוב'ע שבת איז אביסל איבערגעטריבן לענ"ד.
נאר וואס דען? זאל מען אונטערטרייבן? אין פינף יאר ארים וועט מען ברענגן עדות אז סאיז דאך שוין געווען בפירוש אזוי געדריקט אין צייטינג
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 2:37 pm
דורך בן נריהו
פון קוועלער - אנינימעטעווער - הערן טייל, און איבערגעבן עס מיר זיי האבן, דאס די אנטשטייענדע "שבת אין בלאזוב - ריבאטיטש" און "שבת אין סעליש" וועט צום ערשטע פונעם סעריע א בענק טון מאכן. העט-כאטשיק דארט - אינעם ערשטע - זיי זיך צו טלית אנטון געצוימט די וואונדער באווייז, ווידעראום אין די לעצטערע - לויט די קוועלער - קיין צייט צוימינג זיי האבן, וואונדערן אונטער די בענק - און טישן צו גלייך - עס וואלגערן זיך דורכאויס.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 8:40 pm
דורך מפוזרי
ס'האט טאקע לאנג גענומען, אבער צום סוף איז מיר געלונגען צו פארשטיין יעדעס ווארט פון בן נריהו'ס מאנאלאג. בראווא [emoji122]
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 12:04 am
דורך [NAMELESS]
רוב ארטיקלען די וואך זענען געוועהן אדווערטייזמענט. זייער א מיאוס'ע זאך צו טוהן. די בוירדסבארא ארטיקל איז אויך געווען אין עמי מאגאזין און ס'איז דארט קלאר געשטאנען אז ס'איז א עדווערטייזמענט!! און מאמענט האט נאך די חוצפה צו בעטן 6 דאללער פאר די שבועות אויסגאבע ווייל ס'איז "דיק"....
די אייזענבערגער שבת ארטיקל איז געווען הערליך.
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 12:15 am
דורך [NAMELESS]
מיר שטערט גראדע נישט די אדווערטייזמענט סטייל ארטיקלען ווי לאנג עס איז אינטערעסאנט מיט אינטערעסאנטע ידיעות, ווי די גדיא פארעם און טשאקלעד - ווייס,
ווידער די בוירסבארא ארטיקל איז א גרויל, די איינציגסטע זאך וואס ער שרייבט איז מיר זענען די בעסטע - שענסטע - קיינער נישט. ( טראמפ/קר"י סטייל )
דא וואלט יואל אשר לאבין געמעגט ניצען א פען נאמען.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 7:33 pm
דורך קאסטנער
בוירסבארא ארטיקל איז סתם געמאלן וואסער, די אייזנבערג ארטיקל איז אינטערסאנט אבער צופיל איבערגעקייט די זעלבע נקודות,
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש יוני 25, 2016 10:27 pm
דורך [NAMELESS]
די וואך ארטיקל וועגן גבריאל סאנדערס סתם געמאלן וואסער. נאר אי טערסאנט ווייל ער הייסט ווי בערני סענדערס.
פארוואס רופט מען אים בעל תשובה? ס'איז משמע אז ער איז געפלויגן פון די קירכע -טאקע אזוי? ווי אזוי האט ער געקענט חתונה האבן אין די תקופה פון 9/11 און יעצט שוין זיין א זיידע? וואס איז פשט א פיקטשער ווי ער באקומט סמיכה אין תשמ"ו אויב ער איז נאך געוועהן א קריסט?
נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 12:49 pm
דורך שמעקעדיג
פר' שלח
אוי די זכרונות פון ר' יוסל רייך....
(כ'האב זיך געוואונדערט אז ער איז זוכה צו אזא אריכות ימים, אבער יעצט זעענדיג אים שטיין נעבן דעם מפעל 'עיני הישועה', איז שוין אלעס פארענטפערט. קיין עין הרע!!)
.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:46 am
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס: ערשטנס. מיט וואס איז דער קאווער סטארי פון די וואך אזוי שטארק היסטאריש און דראמאטיש...?!
ועוד. די קאווער סטארי פון א וואך פריער איז נאכמער היסטאריש/היסטעריש און דראמאטיש. ווייל ער האט אראפגעברענגט די גאנצע סוגיא פון דעם יונגן בעל מקובל און זיין גבאי. און די וואך האט ער שוין געהאט 3 גאנצע פעידזשעס מיט אדווערטייזמענט פון דעם בעל מקוגל'ס אינסטיטוציע...עיני הישועה. מיט א געבארגטע פיקטשער פון א ..."שעווי"...קאמערשל...
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:46 am
דורך קל וחומר
שוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 12:50 am
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:שוין ס'צווייטע מאל ער פיגורירט אויפן דעקל זייערס
קל וחומר: ווען ס'זאלל נאכפאלגן אז הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א זאלל האבן א קאלום אין מאמענט א יעדע וואך, מייניך אז דער עולם וואלט עס געליינט מיט גרויס אינטרעס...!
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 10:23 am
דורך קאמענטירער
גראדע די טעמע איז אסאך אויסגעשמועסט געווארען און די מעוררים האבען לכאורה רעכט אז די עולם פירט זיך אין קעגנזאץ מיט די הלכה די וועג ווען די עולם בענטשט ביי די חתונת,
אבער פונעם דעקל כאפ איך נישט וויאזוי זיין פארשלאג זאל זיך אויסארבעטן ביים עולם אינמיטען טאנצען זאל מען זיך זעצן בענטשען? איך וואלט פארגעשלאגען אז ענדערש אז ווען די חתן קומט אריין אין זאל און די עולם זיצט נאך זאל מען דאן בענטשען און דערנאך זאל מען זיך הייבען אין טענצעריי, נישט אזוי?
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 5:02 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת בלק
.
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 2:56 pm
דורך שמעקעדיג
צוויי הערות וואס איך האב אויף דעם וואכענדיגע מאמענט.
ערשטנס איז די ארטיקל פון ר' יואל אשר לאבין. ס'ארא ארטיקל. אזוי אמת און ווייטאגליך יעדעס ווארט.
פאר דעם ארטיקל אליינס איז עס שטארק רעקאמענדירט צו קויפן. דעם ארטיקל דארף יעדער איבערליינען מדי חודש בחדשו.
עס דערמאנט מיר אביסל פון בעזנשאמין פרענקלינ'ס חתימה, וואס זאגט עס אין איין שורה "מען שפייט בלוט, און מען רעדט פון נחת".
צווייטנס, וואונדערט מיר די דרייסטקייט פון ארויסשטעלן אזא ארטיקל פון A-TIME. אודאי איז ער מגלה טפח ומכסה טפחיים, אבער אפילו די טפח מגולה איז היבש געוואגט.
נישט אז עס איז נישט א וויכטיגע נושא, און עס איז כדאי צו רעדן דערפון. פארט טוט עס אדורכברעכן א געוויסע גדר וואס איז נישט געווען ביז היינט. מעגליך אז עס איז א גוטע זאך. כ'ווייס נישט.
ער שרייבט אז דער רעדאקטאר פון 'דער איד' האט בבראשית ימיו אריינגעשטעלט אן עד פאר A-TIME (בעת אנדערע צייטונגען האבן אים אפגעזאגט) זאגענדיג אז אונזערע אמהות זענען געווען עקרות, און יעדער חדר יונגל ווייסט דאס....
נשלח: מיטוואך יולי 20, 2016 6:30 pm
דורך zurich
אפשר נעמט ער יעצט די גאטס ווייל ס'זימער און די קינדער זענען אין קעמפ...זיי ליינען נישט די מאמענט
נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 10:59 am
דורך שמעקעדיג
פרשת פנחס
.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:30 am
דורך שמעקעדיג
לכבוד שבת נחמו און די נייע אלבום פון שמואלי אונגאר וואס ערשיינט בקרוב
.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:35 am
דורך [NAMELESS]
יואל אשר לאבין'ס קראקס ארטיקל האט מיר געמאכט לאכן. ער איז גערעכט, אבער איך וואלט נישט געמאכט קיין ארטיקל דערפון, פונקט ווי יענער דארף נישט מאכן קיין עסק פון זיינע קראקס דארף ער נישט מאכן אן עסק פון יענעם'ס עסק מאכעריי, כנלענ"ד.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 11:36 am
דורך ליפא
דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
ליפא: אויב דער טריביון מעג זיך ..."אויסבארגן"...ארטיקלען פון אנדערע צייטונגען און זשורנאלן, מעג דער מאמענט אויך...
ס'א בפירוש'ע גמרא אין מס' בבא מציעא...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:24 pm
דורך קורץ און שארף
ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:14 am
דורך berlbalaguleh
קורץ און שארף האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:דפוס פרידמאן אויב כגעדענק גוט האט דער טריביון נישט לאנג צוריק עם באשריבן
אויך לייטנערס האטעל (אין מאריענבאד) איז שוין געווען באשריבן אינעם טריביון, ערגעץ אינמיטן ווינטער
גם אני מצטרף לרוכב על העגלה סקיין שום פראבלעם, למעשה איז מאדנע אין איין וואך האבן אזויפיל זאכן איבערגעקייט
קורץ און שארף: אמאל , אין די אלטע גוטע צייטן פלעגט זיין אז ס'איז געווען א פרענדלי קאמפעטישן (חוץ האקן אויף די ציונים, שטייצעך) צווישן דעם בלאט און דער איד איבער די העדליינס. צום סוף האטציך אויסגעשטעלט אז דער איד האט געהאט זיינע שפיאנען ביי די רעדאקציע פון בלאט און דער בלאט האט געהאט זיינע מענטשן ביי די אפיס פון איד. און זיי האבן איבערגעגעבן בשתיקה די לעצטע מינוט וואס די העדליין גייט זיין ביי די אנדערע אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע ארגאן. נאר דער בלאט, וועלכער איז בראשית דרכו געווען א נארמאלע, געשמאקע צייטונג האט אונטערגעריקט לכה"פ 2 שפיצלעך וואס איך ווייס פאר דעם איד. ווייל די רעדאקציע דארט איז דאך באשטאנען פון געשוואלענע עמי הארצים. און דער בלאט האט געהאט אינטעליגענטע מענטשן אזוי ווי ש. ראלניצקי,וכו'. ומעשה שהיה כך היה. (אויב איינער איז אינטרעסירט צו הערן). ווען דער בלאט האט געברענגט א סעריע פון אן אינטרעסאנטע מעשה מיט עפעס א שפיאן. האט דער איד איהם געוואלט נאכמאכן. און זיי האבן אויכעט אנגעהויבן צו ברענגען אן ענליכע מעשה. נאר אינמיטן. ביי איינס פון די פארזעצונגען האבן זיי געברענגט אזוי בתמימות א מעשה פון איינעם א פושע ישראל, אן אפיקורס וועלכער איז פארהייליגט געווען ביי אלע ציונים. א קינדער דאקטער מיט'ן נאמען יאן קארטשאק. וועלכער איז געווען אקטיוו אין ווארשעווער געטא. ער האט דארט אנגעפיהרט מיט א סקול, ווי מ'האט נישט געלערנט קיין שמע ישראל מיט די קינדער. אבער דער איד , ברוב תמימותו האט איהם אויסגערימט וואס פארא פיינער מענטש ער איז געווען. ס'איז פונקט אזוי ווי דער איד זאלל פארציילן פאר'ן סאטמאר'ע עולם וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געווען. און פלוצלינג איז טאקע די מעשה מיט'ן שפיאן געשטארבן...!
די 2'טע מעשה איז געווען. איין יאר, אין די פורים אויסגאבע האט דער איד געברענגט א קאפיע פון א פעינטינג. און אונטער דעם איז געווען געשריבן..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...די פראבלעם איז געווען אז די פעינטינג איז א קריסטליכע טעמע, ווי די גויים שילדערן דעם ..."לעצטן סאפפער"... פון זייער יאשקע. און די געשוואלענע עמי הארצים האבן דאס נישט געוואוסט...
ביז מ'האט זיי אריינגעשריבן עטליכע בריוו אין די רעדאקציע...!