בלאט 32 פון 164
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 10:38 pm
דורך אויס מענטש
איך מוז מגלה דעת זיין ברבים
איך בין גראדע נישט געווען קיין שטארקע אנהענגער און סימפאטיקער פון וו,
און איך בין נאכאלץ נישט און איך האב געהאט א אומשולדיג בליק אויף די מיידל
אבער מייט די גאוה און חוצפה אין קאורט
און מיט די אלע סעלף העיטעד דזשוס וואס נעמען זיך אזוי אן פאר איר
האלט איך שוין אנדערש
א שאד איך בין נישט פון די דזשורי...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
AP שיקט ארים די נייעס אין די גאנצע וועלט
אין סאן פראנציסקא שרייבט מען
http://www.sfgate.com/news/crime/articl ... 078571.php
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:14 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:19 pm
דורך גאלד
כעל זיין זייער אנעסט - נאכאמאל - מיין הארץ בלוטיגט און וויינט פאר דעם וועבערמאן און זיין משפחה, זיין פרוי, עלטערן, קינדער, אייניקלעך,
אז כעל זאגן עפעס אנדערש וועל איך זאגן א ליגנט,
יעצט, צירייסט מיך נישט אויף שטיקער,
"וואס טוט זיך מיט דעם וויקטים, אויף איר האסטו נישט רחמנות!!!???"
שריי נישט!! ווילדעווע נישט!!!
איך האב רחמנות אויף יעדן אידיש קינד, און ווינטש קיינער זאל מאלעסטעד ווערן חלילה
אבער ווען די רעדע וואלט דא געווען צו אדער מאלעסטן קרויס אדער איינשפארן וועבערמאן,
וואלט איך אוואדי געזאגט איינשפארן וועבערמאן,
אבער מ'האלט דאך שוין לאנג נישט ביי דעם,
איך בין קאנווינסט טויזנט פראצענט אז דער וועבערמאן איז קיין סכנה פאר סאסייעטי,
דא איז די רעדע פון א "עונש",
איך האבן זערא ציטרוי צי די אמעריקאנער עונש סיסטעם,
עיין ערך רובאשקין, גראסמאן, או.דשעי. סימפסאן, קעיסי ענטאני, ועוד, ווי זר האט ערווענט
די שטראף איז ווייט נישט פאסיג פארן פאברעך,
מיין שיטה איז צו איינזעצן א מענטש איין טאג לענגער ווי עס קומט זיך,
איז גארנישט ערגער ווי איינזעצן א אומשולדיגער מענטש,
מ'קען נישט נעמען א מענטש און איהם אזוי פארווארפן לנצח נצחים,
אויב נישט קען מען טאן ווי אין איראן איינער גנב'עט האקט מען אפ די הענט,
און יא, דא איז אויך די רעדע פון אראפ שלעפן און פארשמיצן אונזער אור-אלטע פרומע רעליגיע,
די מציאות איז אז די דעברע פעלדמאן'ס ודומיהם האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי הייסע קארטאפל,
און פרובירן צו אויסניצן דעם ווייטוגליכן סיטואציע, צו פארשמוצן דעם פרומען איד בכלל,
לאמיך פרעגן א שאלה,
וואס פאר א שווארץ יאר זענען זיי געקומען פראטעסטירן ביי סיטי פיעלד,
האבן די עסקנים דארט איינעם אמאל מעלעסטעד,
האט ר' מלכיאל קאטלער צו ר' לייבוש פשעווארסקער געשטיצט אמאל א טשיילד עביוזער,
נאר די עלעמענטן האבן א וויסטע אגענדע,
זיי האבן פיינט אונזער טערדינשנל לעבנס סטייל און וועלן זוכן יעדע אפארטוניטי אונז צו חרוב מאכן,
און שטעלט זיך ארויס אז אינטערנעט אין טעכנאלאגיע איז ליידער אויך א זאך וואס טוט אנווערן אידישקייט,
און ווען דאס איז זייער אגענדע האב איך אלע רעכטן עס צו פארטיידיקן און "to call them out"
אנע דעם איך זאל באשולדיגט ווערן אלס א טשיילד מאלעסטער,
צום שליס איך וואונטש קיין שום אידיש קינד זאל קיינמאל נישט מאלעסטעד ווערן
און די ערב רב בדורינו זאלן האבן א וויסטע מפלה,
אכי"ר
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:21 pm
דורך איחוד פעלד
אויס מענטש האט געשריבן:לכאורה רעדט ער פין דעם וואס זי איז געגאנגען נישט אזעלכע דיקע זאקען און זיך געחברט מיט א בחור שכן, אז זי איז מיט דעם נישט קיין ריבעליעס, נאר געוועהן אביסעל מילדער לגבי די שטרענגע ווילי נארמאל.
ביסט אבער מודה? אז ווען מען טוט דאס אין וומ"ס, און נאך ביי די 12 יאר איז מען יא ריבעליעס?!
שמעקט בכלל נישט פון תאוה? נאר פון דעת?
איך זאג נישט אז איך האלט ווי אים.
כ'האב נאר מסביר געוועהן וואס ער מיינט צו זאגען, ווייל מען האט געפרעגט וואס ער מיינט צו זאגען.
זי איז מן הסתם יא רעבעליעס פאר טוהן עפעס כנגד דעת איר עלטערען, נישט קיין חילוק צו עס איז שטרימפ אדער האר סטיילס.
לעצם הענין זעה איך נישט קיין נפק"מ צו זי איז רעבעליעס אדער נישט.
כדי צו פארשטיין זיין הילוך המחשבה, שטעל דיך פאר ביי די כת השאלים, ווען א מיידל טוט אויס די שאל, און טוט אהן די זעלבע סטייל קליידער פין די ווילי געמיינדע, וואלסטו דען געהאלטען אז זי איז רעבעליעס, צו די וואלסט געזאגט זי וויל נישט זיין אזוי משוגע אין די באקס ווי זיי.
והוא הדין כאן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:35 pm
דורך איחוד פעלד
גאלד האט געשריבן:..................
איך בין קאנווינסט טויזנט פראצענט אז דער וועבערמאן איז קיין סכנה פאר סאסייעטי,
דא איז די רעדע פון א "עונש",
איך האבן זערא ציטרוי צי די אמעריקאנער עונש סיסטעם,
עיין ערך רובאשקין, גראסמאן, או.דשעי. סימפסאן, קעיסי ענטאני, ועוד, ווי זר האט ערווענט
די שטראף איז ווייט נישט פאסיג פארן פאברעך,
.................
און יא, דא איז אויך די רעדע פון אראפ שלעפן און פארשמיצן אונזער אור-אלטע פרומע רעליגיע,
................
וואס פאר א שווארץ יאר זענען זיי געקומען פראטעסטירן ביי סיטי פיעלד,
האבן די עסקנים דארט איינעם אמאל מעלעסטעד,
האט ר' מלכיאל קאטלער צו ר' לייבוש פשעווארסקער געשטיצט אמאל א טשיילד עביוזער,
נאר די עלעמענטן האבן א וויסטע אגענדע,
זיי האבן פיינט אונזער טערדינשנל לעבנס סטייל און וועלן זוכן יעדע אפארטוניטי אונז צו חרוב מאכן,
...............
אכי"ר
לאמיר צוטיילען וואס די זאגסט דא.
א. וו"ב איז נישט קיין סכנה.
ב. מען טאר נישט האלטען אין תפיסה אלץ עונש.
ג. זירא טראסט אין אמעריקאנער עונש סיסטעם
ד. מען האט פיינט אונזער רעליגיע
ה. די פושעים (אראפ פין וועג) ווילען אונז חרוב מאכען.
לגבי א.
פין ווי ביסטו אזוי זיכער אז ער וואלט עס נישט געטוהן נאכאמאהל?
כ'מיין באמת, פארוואס זאל ער נישט?
לגבי ב.
פארוואס נישט? די רעדסט אז אין די תורה איז נישטא קיין זא זאך? אדער די האלטס אזוי אלץ עטישקייט.
אין די תורה קען מען זיך מתווכח זיין, אבער אין עטישקייט, פארוואס נישט?
עס מוז זיין א סיסטעם פין עונשים, האלסט נישט אזוי?
לגבי ג.
ווייל איין שופטת האט איינגעזעצט רובאשקען מיינט אז די גאנצע סיסטעם איז קאראפט?
און די שעמסט דיך נישט אריין צו לייגען אין איין שורה גראסמאן, א קאלטבלוטיגער מערדערער צוזאמען מיט רובאשקען וואס האט נאר געגאנבעט געלט?
ווי איז די סיסטעם געגאנגען ראנג מיט גראסמאן, ביסט אויף'ן קאפ געפאלען?
לגבי סימפסאן, איז גראדע געוועהן אין די נייעס לעצטע וואך אז זיי ווייסען גאר ווער עס האט געהרג'ט זיין ווייב.
לגבי קעיסי ווייס איך בכלל נישט וואס די ווילסט, עס איז פשוט נישט געוועהן קיין שום ראי' אז זי האט אים געטייטעט, האסט א ראי'?
לגבי ד.
אין הכי נמי, מען האט אונז פיינט. אבער לבי אומר לי אז ווען זיי זעהן אז מיר פירען זיך אויף ווי צודרייטע שווארצע וואס ווילען נישט זעהן קיין חוב אויף קיין צווייטען נאר ווייל דאס מיידל איז נישט אזוי פרום, האט מען אונז מער פיינט. און בכלל, ווייל מען האט אונז פיינט פארדעם זאל ער נישט גיין יושב'ן?
לגבי ה.
אין הכי נמי. זאלען זיי אלע כאפען א וויסטע מפלה. אבער דא לגבי וו"מ גייט מיך נישט אהן אז ער גייט זיצען, ווייל זיי באקומען גארנישט דערפאר. ער דארף גיין יושב'ן און ער זאל גיין יושב'ן, און טאמער זיי פרייען זיך מיט דעם, יבא בעל הכרם און זאל זיך מיט זיי אנרעכענען.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 12:54 am
דורך זר זהב
גאלד האט געשריבן:איך האב רחמנות אויף יעדן אידיש קינד, און ווינטש קיינער זאל מאלעסטעד ווערן חלילה
אבער ווען די רעדע וואלט דא געווען צו אדער מאלעסטן קרויס אדער איינשפארן וועבערמאן,
וואלט איך אוואדי געזאגט איינשפארן וועבערמאן,
אבער מ'האלט דאך שוין לאנג נישט ביי דעם,
איך בין קאנווינסט טויזנט פראצענט אז דער וועבערמאן איז קיין סכנה פאר סאסייעטי,
דא איז די רעדע פון א "עונש",
איך האבן זערא ציטרוי צי די אמעריקאנער עונש סיסטעם,
בענג!! גוט ארויסגעברענגט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:30 am
דורך דבילה
אויב איז וו"מ שולדיק - איז דא איינער דא וואס איז מסופק אין געבן אן עונש? האט איינער דא געקווענקלט אין געבן לוי אראן אן עונש? זייט ווען זענט עטס אלע געווארן אזעלכע גוט וויליגער יאשקעלעך וואס האבן פארגעסן פון די ווערט פון נקמה?
פאר די אטאקעס הייבן אן פליען, געדענקט, כ'האב געשריבן "אויב" וו"מ איז שולדיק!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:35 am
דורך זר זהב
לאמיר אנעמען אפילו אז ס'איז א פארגלייך (ס'נישט). אראנ'ס זיצן אין תפיסה אפעקטירט נישט קיינעם. וו"מ האט א משפחה, קינדער און אייניקלעך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:52 am
דורך געפילטע פיש
הייסט אז ווען אראן האט ווען א ווייב מיט קינדער וואלסטו קאמפיינט פאר זיין באפרייאונג? און וואס איז מיט זיינע עלטערן? זיי זענען געמאכט פון ראבער? אבער זר, שטעל דיך אפ א מינוט, געווענליך טראכסטו לאגיש, אבער דא האסטו א געוויסע מסקנה, און דו וועסט יעדע טאג אויפקומען מיט נייע טענות, וואס במחילת כבודך ווייסטו אליין אז זיי זענען אפטמאל לעכערליך, אלעס כדי צוצוקומען צו די מסקנה. פראביר'זשע ביטע טראכטן אביעקטיוו פאר איין מינוט, האב נישט מורא, סבייסט נישט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:57 am
דורך זר זהב
איך האב געזאגט ''אפעקטירט''. קינדער ''אפעקט'' עס, עלטערן נישט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:13 am
דורך חאצקל
איך ווייס אליין נישט פארוואס, אבער מיין הארץ גייט אויס פאר וועבערמאן'ען, אפילו ער זאל זיין באמת שילדוג. ווען א מענטש וואס מיט א הארץ אין געפיל טוט עפעס זייער נישט ריכטיג האב איך רחמנות אויף אים אז ער האט ליידער נישט געקענט עומד בנסיון זיין און מוז נעבעך באקומען זיין שטראף.
איך זאג נישט אז מ'דארף נישט באשטארפן קיין איינשטענדיגע מענטשן וואס האבן געטון א פארברעכן, אבער רחמנות האב איך אויף זיי אז זיי זענען צוגעקומען דערצו און זעען זיך אין א פעקל פון ווי ס'איזס נישטא קיין וועג ארויס.
און לאמיר זיך נישט נארן, יעדער פון אונז קומט אמאל אן צו א מצב פון אומקאנטראל אדער ווי ער פארגעסט זיך וואס קען אים אריין פירן לדראון עולם, נאר עפ"י רוב איז עס גאט צו דאנק נישט פאטאל, אבער דאס זענען זאכן וואס קען געשען ביי יעדן איינשטענדיגער מענטש.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 3:12 am
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:איך ווייס אליין נישט פארוואס, אבער מיין הארץ גייט אויס פאר וועבערמאן'ען, אפילו ער זאל זיין באמת שילדוג. ווען א מענטש וואס מיט א הארץ אין געפיל טוט עפעס זייער נישט ריכטיג האב איך רחמנות אויף אים אז ער האט לייגער נישט געקענט עומד בנסיון זיין און מוז נעבעך באקומען זיין שטראף.
איך זאג נישט אז מ'דארף נישט באשטארפן קיין איינשטענדיגע מענטשן וואס האבן געטון א פארברעכן, אבער רחמנות האב איך אויף זיי אז זיי זענען צוגעקומען דערצו און זעען זיך אין א פעקל פון ווי ס'איזס נישטא קיין וועג ארויס.
און לאמיר זיך נישט נארן, יעדער פון אונז קומט אמאל אן צו א מצב פון אומקאנטראל אדער ווי ער פארגעסט זיך וואס קען אים אריין פירן לדראון עולם, נאר עפ"י רוב איז עס גאט צו דאנק נישט פאטאל, אבער דאס זענען זאכן וואס קען געשען ביי יעדן איינשטענדיגער מענטש.
ביסט גאנץ גערעכט, אבער האט מען נישט געזאגט דא אז ער האט עס געטוען כמה וכמה פעמים פאר לאנגע תקופות?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 4:20 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
עס איז אומגלויבליך אז עס זאלן זיין אויף איין פארום אזויפיל סעלף העיטינג אידעלעך.
אבער אן זיך צו באציען צו די האס וואס עס הערשט דא קעגן אונזער way of life וואס די לינקע שרייבער דא האבן צו אינז (אין מן הסתם צו זיך אליין) גיי איך אויפבויען מיין קעיס פארוואס ר׳ נחמי איז אימשולדיג אין די גאנצע מעשה פון דאס מיידל איז הוילע שקרים!
1) די זשורי קען מען די טענה נישט פארקויפן אבער מיר קענען קוקן אויף פאקטן וואס זיי קענען נישט פארשטיין...
לאמיר א קוק געבן אויף די היסטאריע פונעם קלעגער vs דעם אנגעקלאגטן.
קלעגער. א מיידל וואס האט א היסטאריע פון זיין א מופקרת א מיידל וואס האט זיך צושלאגן מיט איר גאנצע פאמיליע טאטע,מאמע, יעדער איינער וואס א נארמאל יומען האלט נאנט צו זיין/איר הארץ, זי האט זיך איינגעשאפט א בוי פרענד אין די אינגע teen יארן אין געהאט מיט אים פיזישע באצינגען און עלטער פון 12 יאר (א זאך וואס אפ׳ לויט די גוישע סטעדערטס איז עקסטרימלי פרי און א ווילדקייט אדער טופשות.
אנגעקלאגטער. א טאטע פון א ריזיגע הערליכע משפחה פון קינדער אין אייניקלעך א מענטש וואס האט נישט קיין ״איין פיינט״ אין א ליין וואס רוב מענטשען וואס רירן צו דערצו האבן א ים מיט פיינט, אן אחריותדיגער טאטע (יעדער וואס קען אים וועט עדות זאגן אז ער איז געווען א סעמפל פון א פאטער) ווער עס קען א וועבערמאן ווייסט אז זיי זענען פון די most calm טיפ מענטשען וואס עס זענען פארהאן they dont have a vielent bone in there body, א פעסטן שלום בית (חבירים האבן אים אלץ מקנה געווען אויף די ״אהבה״ און שלום וואס עס איז דא צווישן די וועבערמאן קאפפעל (א זאך וואס געווענטליך איינער וואס האט א יונגע זיס שיין מיידעל מיט וועם זיך... קען נישט און דארף נישט זיין עלטערע 50 יעריגע ווייב וואס האלט שוין נאכן דורכגיין א שלל פון צען אדער מער פרעגנענסי׳ס דאס איז נישט עפעס וואס מען קען באהאלטן און דא וועט יעדער וואס קען די קאפל זאגן אז זייער ווארימע לעבן האט זיך מיט קיין האר נישט גערירט און די לעצטיגע יארן.
2) איך קען פערזענליך עדות זאגן אלס א חבר פון איינער פון די וועבערמאן קינדער בין איך מער ווי איינמאל אריינגעגאנגען מאכן א פאון קאל/קאפי א.ד.ג. אין ר׳ נחמי׳ס אפיס ווען ער האט געהאלטן אינמיטען סעסיע׳ס מיט מיידלעך, די טיר איז ״קיינמאל״ נישט געווען פארשפארט, ער האט קיינמאל נישט געהאט א טראפ פאראיבל אויפן אריינקומען (וואס אויב איז דארט פארגעקומען מעשים אשר לא יעשו וואלט ער בכלל ניש געעוען העפי איז מען באמפט אריין דארט)
3) דער איד האט געארבעט מיט ״מאסן״ שיינע מיידלעך יארן לאנג אויב איז ווען אמת אז ער איז דורך געפאלן מיט די מיידל איז ער דורכגעפאלן מיט נאך אנדערע (נישט פארגעסן ער האט געהאט יעדע אפערטאנעטי צו טוהן מיט די מיידעך וואס רוב פון זיי זענען געקומען אדער פון ציבראכענע שטיבער אדער נאכן ווערן אביוזד פון בחורים וואס די סארט מיידלעך זענען עקסטרימלי וואנרעבל פאר א טראפ עפעקשאן און עטענטשען און זענען גרייט איינס צוויי צו טוהן מיט יעדע מאנספערזאן וואס זיי ווערן נאר געבעטן) ווי זענען די אלע מיידלעך???? וואס א גרויס חלק פון זיי האבן שוין לאנג פארלאזט אונזער קאמיונעטי און האבן נישט קיין שום פראבלעם צו קומען עדות זאגן אן פעיסען די אזוי גערופענע קאנסעווענצען וואס די סעלף העיטינג זשוס דיסקרייבן????
אדרבה ברענגטס מיר פון צוויי 100 מיידלעך צען מיידלעך 5% זאלן קומען עדות זאגן! נישטא!
פינעף מיידלעך! נישטא!
אקעי פון צוויי 100 מיידלעך 1 מיידל נאר ״איינס״!!! נישטא!!!
יא זיי האבן מורה צו קומען עדות זאגן! האק נישט און קאפ א מיידל וואס איז געווארן מעלאסטירט אפאר יאר פון וועבערמאן און זי איז שוין ערוואקסן שוין לאנג נישט און די קאמיונעטי, דראשט פאר אביסל פעים וואלט שוין געלאפן עדות זאגן!!! זשערי סענדאסקי יוכיח!!! און נאך. עס איז נישטא קיין ״איין״ מיידל ווייל ר׳ נחמי האט קיינעם נישט מאלעסטעט קיינמאל!!!!
הרב קרויס האט געהאט א גרויסע פריוואטע געלט געפעכט מיט וועבערמאן ממש פאר די קלאגע איז אריינגעטראגן געווארן (ערוועקט עס א קשיא אויף די אמתדיגע מאטיוון פונעם קלעגער???)
די פאריגע בוי פרענד א בויטשיק וואס האט בכלל נישט קיין גלאטע רילעשענשיפ מיט ר׳ נחמי פארקערט! איז גרייט עדות די זאגן לטובת ר׳ נחמי! ערוועקט דאס א קשיא ביי אייך???
די אלע דא וואס שפרינגען אויף נחמי קענען נישט קיין איינער פון די מענטשען נישט די מיידל נישט נחמי, אבער איין זאך וואס זיי קענען יא איז זייער סעלף העיטינגנעס אין שנאה צו די לעבנס שטייגער וואס איך און אסאך דא שעצן אין האלטן טייער!
איך האב צו זיי נישט געשריבן און איך דארף נישט קיין ענטפער פון זיי ווייל זיי אינטערסירט נישט דעם אמת, דא האב איך געשריבן פאר צווי סיבות!
איינס אלס ווהיתם נקים אז איך זאל שפירן אז איך האב מסביר געווען דעם אמת!
צוויי צו די ליינער דא וואס קענען ווערן פארבלענדעד פון די בלינדע שנאה קעגן נחמי זאלן זעהן אין ליינען אן אנדערע זייט פון די מטבעה.
איז דא פראבלעם פון מעלאסטיישן ביי אינז? ליידער יא!
נעמט מען קעיר דערפון כמו שיהיה? ניין עס דארף נאך א תיקון!
אבער די זאכן מאכן נישט ר׳ נחמי פאר א מאלעסטערער!
ער האט דאס מיידל ״קיינמאל״ נישט אנגערירט און יעדער ״בר דעת״ וואס וויך זעהן דעם אמת ווייסט דאס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 7:42 am
דורך ידען
ידען האט געמאכט די אשכול און ער שרייבט גארנישט?
כאב געוואלט אסאך זאכן שרייבען אבער וויזוי קענעך שרייבען אז איך קען נישט נ“וו און נישט די מיידעל?
דא זעהט מען אז אסאך דא “ווייסען“ שוין פינקטלעך ווער סע זאגט אמת. איך קען אבער נישט אזוי זאגען. אין לי אלא מה שעיני רואה. און איך זעה נישט אזוי גוט...
איך וויל יא שרייבען איין זאך. דא אין די אשכול האט מען אסאך זאכן גערעט, און אינטערעסאנטע זאכן האבעך געלייענט וואס איך האב הנאה, וואס האט מיך געגעבען ידיעות. איך וויל נישט א סאך לייקען, ווייל מע זאל נישט מיינען אז איך נעם א זייט. אבער איך זאג ישר כח פאר יעדעם דא פאר די אינטערעסאנטע זאכען וואס איך לייען דא.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 8:23 am
דורך אבי גערעדט
אנטיסעמעטיזם?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 8:25 am
דורך אבי גערעדט
The 4 men who got arrested for taking pix in court room — identified as Joseph Fried, Yona Weisman, Abraham Zupnick and Lemon Juice — face up to a year in jail if they are convicted.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 8:28 am
דורך אבי גערעדט
בלייבט נאר איבער די פראגע, גייט דאס ערגער מאכן וועבערמאנס מצב? לכאורה יא, א שרעק, דער הארטער שופט באקומט פרוף אין מויל אריין אז אלעס וואס די חברה זאגן דארט אין געריכט איבער די חסידים האט א שטיקל האפט, ליידער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 8:52 am
דורך איחוד פעלד
א רחמנות אויף נחמיה.
מיט אזעלכע פריינד ווער דארף שונאים?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 9:39 am
דורך sunbar
יאסעלע, דא קען גארנישט העלפן חוץ זיך טענה'ן...