בלאט 32 פון 214

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:53 am
דורך Interested
I am a thirty year old with a lot of interest and knowledge in Jewish history and especially in the biographies of famed Jewish personalities throughout our amazing history.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:05 am
דורך כפתור
משבק האט געשריבן:יונגער צוציק אדער באטשי?


ער מוז זיין א צוציק אויב ווייסט ער נישט די חילוק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 2:29 am
דורך כאפצעם
Hi

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 2:55 am
דורך פריעד באטשי
כפתור האט געשריבן:
משבק האט געשריבן:יונגער צוציק אדער באטשי?


ער מוז זיין א צוציק אויב ווייסט ער נישט די חילוק

נא!!! וואס איז מיט דערעךערעץ פאר אן עלטערן יוד!
אינא אמתן אריין וואס זאל איך טון אז איך בין ביידע, א יונגע צוציק אבער א ריכטיגע באטשי דורך און דורך

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 2:57 pm
דורך גיב א שמייכל
איך וועל טוען וואס אומער צ'ווערן פריילעך, איך פרוביר צ'מאכן אנדערע אויך פריילעך. ווייל דורך שמחה גייען אלע דאגות פון א מענטשן אוועק, מפארגעסט פון אלעם שלעכט, דאס גיט דעם קוראזש אנציהייבן פין דאסני.

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 7:12 pm
דורך פריעד באטשי
טוב האט געשריבן:קלארשטעלו א זייטיגע בליק אויף נושאים און קאווע צימער, וויבאלד עס הערשט א שטארקע צימישעניש ליידער צווישן אחינו בני ישראל הנמצאים בצרה ובשביה, און וואלטן געקענט ביישטיין צו האבן א קלארן בליק

האהאהא, אין די ניקלשבורגע נייעס אשכול שרייבסטו כלומרשט בלויז וואס די הערסט, האבעך גרויס הנאה צו זען ווי די ווייזט גרויס דיינע אמתע כוונות
איך זע שוין ווי זייטיג דיין בליק איז

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 7:22 pm
דורך פריעד באטשי
עזריאל האט געשריבן:
פריעד באטשי האט געשריבן:אזוי ווי איך האב מיר אנגעטראפן מיט דעם מוראדיגן שטיבל וואס איז מלא תוכן און רייך אין ידועות וכו׳ וכו׳ און איך האב בעצם זייער שטארק הנאה געהאט ממש ווי איך בין נאר געגאנגען און געליינט, און איך האלט אז איך קען צוגעבן צום שטיבל פון מיינע ידועות האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן און דא בינעך א יונגע צוציק אין מיינע צוואנציגער יארן

שלום עליכם אונזער נייער חבר [tag]פריעד באטשי[/tag], ס'קוקט אויס ווי דער ברענגט טאלאנט צום טיש, אונז האף מיר וועסט אונז מהנה זיין מיט דיינע ידועות.
מיר ווארטן צו הערן פון אייך.

קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבען מיר אויפגענימען מיט ווארעמע אויפנאמעס און לייקס, עס געט א שטופ אויף פארענאויס און בעיקר צו עזריאל וואס יפה כוונת איך בין טאקע אהערגעקומען כדי צו ארויסגעבען מיינע כשרונות בשער בת רבים אויף א כשרע פארנעם און דא האב איך געטראפען די ריכטיגע פלאץ דערפאר
נ. ב. איך האב א גאנצע ליסטע פון אשכולות צו אנפאנגען בע״ה ועוד חזון למועד ווען די צייט וועט ערלויבען

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:39 pm
דורך יענער פויגעל
נאכען ליינען די מייסטער ווערק ספר אישים וואס איך האב באקומען פון א חבר אין שול האב איך באשלאסען אז איך מוז מיך אליינס איבערצייגען אין איר אינהאלט פונעם שטיבעל אין לויט ווי עס זעהט אויס וועל איך נישט ענטוישט ווערן

נשלח: דינסטאג מאי 26, 2015 9:41 pm
דורך פוחת ועומד
א שונא מיינער האט מיר געזאגט וועגן דעם פלאץ דא (פארוואס מיז עס אלס זיין אז א חבר האט געזאגט? ביי מיר איז עס גראדע געווען איינער וואס איך האב נישט עקסטערע ליב, וואס האט מיר דערציילט וועגן ק"ש) עס געפעלט מיר געוויס וויאזוי זאכן ווערן דא אויסגעליפטערט און איך האף צו קענען עפעס צוגעבן. איך באלאנג צו איינע פון די בעלזא פראקציע אבער דאס איז נישט קיין סך א חילוק וויבאלד איך פלאן נישט צו שרייבן חסידות

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:01 pm
דורך וויל קענען
איך בין א בעלזער חסיד פון מאנסי און איך האב געלערנט אין סאטמאר חדר אין ווילאמסבורג און אין ישיבה האב איך געלערנט אין ארץ ישראל אין מיר אין מיין פארגאנגענהייט האב איך מיט געהאלטען אסאך זאכן וואס איך וויל מיט טיילן מיטן ציבור

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:06 pm
דורך מסכים
איך בין 25 איך א ברעסלבע חסיד איך האב מחליט געווען ארויף צי קימען וועגן איך האב געהערט פין חברים אז עס זייער איטרעסאנטע שמוסען אין נייעסלעך האב איך מחליט געווען אז איך האב אויך עפעס צי פארקויפן

מיר האפען אייך ציצשטעלן

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:16 pm
דורך שמעקעדיג
וויל קענען האט געשריבן:איך בין א בעלזער חסיד פון מאנסי און איך האב געלערנט אין סאטמאר חדר אין ווילאמסבורג

האיך יתקיימו שניהם? כדי לערבב השטן?

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:22 pm
דורך עזרא הסופר
איך בין א סאטמארער תחת נשיאות והנהגת רבינו רבי יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א.

און איך וויל שרייבן זאכן וואס פאלן מיר ביי און פארשטייט זיך צו קענען עקספרעסן מיין מיינונג ברבים

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 12:25 pm
דורך בן אדם
איך מיין אז מ'קען שוין באלד אריין לייגען דעם אשכול אין שמייכל.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 3:47 pm
דורך קוקה קולה...
איך בין דעספערט פאר א שידוך און עס קען נישט גיין אזוי ווייטער מיין מאמע וויינט נעבעך אז זי האט אזא אלטע-אלטע-אלטע בחור אבער לאמיר זיך נישט פאפן איך בין א פיקח מיט מידות.........אא״וו נאר עס זענען נעבעך נישט דא קיין קלוגע מיידלעך(גרושות)אויף די וועלט וואס זאלן איינזעהן מיין קלוגשאפט שוין ווער דערלייגט אויב נישט זיי!!!!!!!!!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 3:58 pm
דורך וויל קענען
לכבוד שמעקעדיג יר״ה
מיין פאטער איז מאנשי סאטמאר נראה מסיבות שונות שידוך אותי למאנסי לא׳ מאנשי בעלז ומשו זה בין איך חצי חצי בעסערלא זה ולא זה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 4:05 pm
דורך וויל קענען
די וועלט זאגט אז מען זעהט איך נער לאכט מען ווייל מען פילט זיך ווי אינדערהיים קומט אזא אשקול ביי שמייכל רעד דיר נישט איין אז די ביסט א יוצא מן הכלל וואס איז מיט אל תפרוש עצמך מן הציבור

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:40 pm
דורך אדנירם
וויל קענען האט געשריבן:איך בין א בעלזער חסיד פון מאנסי און איך האב געלערנט אין סאטמאר חדר אין ווילאמסבורג און אין ישיבה האב איך געלערנט אין ארץ ישראל אין מיר אין מיין פארגאנגענהייט האב איך מיט געהאלטען אסאך זאכן וואס איך וויל מיט טיילן מיטן ציבור
מסכים האט געשריבן:איך בין 25 איך א ברעסלבע חסיד איך האב מחליט געווען ארויף צי קימען וועגן איך האב געהערט פין חברים אז עס זייער איטרעסאנטע שמוסען אין נייעסלעך האב איך מחליט געווען אז איך האב אויך עפעס צי פארקויפן

מיר האפען אייך ציצשטעלן
עזרא הסופר האט געשריבן:איך בין א סאטמארער תחת נשיאות והנהגת רבינו רבי יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א.

און איך וויל שרייבן זאכן וואס פאלן מיר ביי און פארשטייט זיך צו קענען עקספרעסן מיין מיינונג ברבים
קוקה קולה... האט געשריבן:איך בין דעספערט פאר א שידוך און עס קען נישט גיין אזוי ווייטער מיין מאמע וויינט נעבעך אז זי האט אזא אלטע-אלטע-אלטע בחור אבער לאמיר זיך נישט פאפן איך בין א פיקח מיט מידות.........אא״וו נאר עס זענען נעבעך נישט דא קיין קלוגע מיידלעך(גרושות)אויף די וועלט וואס זאלן איינזעהן מיין קלוגשאפט שוין ווער דערלייגט אויב נישט זיי!!!!!!!!!

הצד השוה שבכם, אז חוץ פון די גרעמער ענקערע וואס קען און וועט זיך פארבעסערן מיט די צייט, דארפן ענק אלע לייגן א דגוש - שוין פון סאמע אנהייב - אויף די סימני פיסוק ווי: , . - וכדומה.
אנדעם קען מען כמעט נישט פארשטיין וואס ענק רעדן.

מיר ווארטן צו הערן פון ענק!

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 9:57 pm
דורך קוקה קולה...
באבע מאכסט דיר משוגע פינטל ארויף אראפ ווי כאילו דעס גייט מיר טרעפן א שידוך (אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי שארף אפי׳ איך בין נאך א גאסט אבער די שדכן האט יעצט צוריקגעקאלט אז די אנדערע זייט וויל עס איבערטראכטן??????!!!!!!........איך הייב הענט

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2015 10:02 pm
דורך אדנירם
זאג פארן שדכן אז איך פארשטיי די אנדערע צד... :lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 7:56 am
דורך קוקה קולה...
איך האב שוין פריער געשריבן אז זיי טוען זיך אליינס אפ און טאקע נאר זעך מיין ווארט דעי מחותן וועט נאך וויינען צו מיר!!!!!!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:27 pm
דורך איזי גאו אינג
כשמי כן אני, איינער וואס וואלט אויסגעוועלט דער אידישער גלויבן אויך ווען ער האט ווען א טשויס, אבער נאר איזי,

גאנץ א יונגער ,און האט ליב "אלע אידישע קינדער"

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2015 10:37 pm
דורך בן אדם
דאכט זיך אז אין די אזיאנער לענדער (לויט ווי אזוי ס'זאגט זיך דיין נאמען) איז מען נישט אזוי מקפיד אויף איזי גאויאינג.