בלאט 33 פון 37

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 8:28 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער בלאט האט לעצטענס שיינע אינטערוויוס מיט בעלי מלאכה אין פארשידענע אינדעסטריוס. זיעער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו. קומטס זיך קרעדיט פאר דעם.

זיי פרובירן נאכצומאכן דעם מאמענט. וועלכער האט דאס צוערשט איינגעפיהרט...!

Re: "דער בלאט"

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 7:34 am
דורך ל.רוזן
berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:דער בלאט האט לעצטענס שיינע אינטערוויוס מיט בעלי מלאכה אין פארשידענע אינדעסטריוס. זיעער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו. קומטס זיך קרעדיט פאר דעם.

זיי פרובירן נאכצומאכן דעם מאמענט. וועלכער האט דאס צוערשט איינגעפיהרט...!


דער בלאט פרובירט נאכצומאכן דעם מאמענט, דער מאמענט פרובירט נאכצומאכן קול מבשר ביזנעס און סוקסעס, קול מבשר פרובירט נאכצומאכן דעם עמי.

די עמי און מאמענט זענען קורץ געשריבען אפאר שו׳ת, און קול מבשר מיט דער בלאט איז עס מער באריכות (אוו די בלאט לייגט אויך פיקטשורס)

Re: "דער בלאט"

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 2:31 pm
דורך אבי גערעדט
שטיקל טעות, מאמענט און די אנדערע באשרייבן די ביזנעסער פון א ביזנעס שטאנדפונקט, וואס די ביזנעס אינוואלווד אלץ און צו מ'קען מאכן געלט וכדומה ווערסעס דער בלאט וואס באשרייבט מער ווייניגער די דיטעילס און קרישקעלעך ארום און ארום די ביזנעס, אבער נישט פון א ביזנעס שטאנדפונקט

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 10:52 pm
דורך פאפיטעס
כהאב היינט באמערקט א אינטרעסאנטע זאך,
ווי באקאנט איז דער בעל הבית פונעם היימישן געשעפט "ראקלענד קוישער" א וויזניצער יונגערמאן, אין זיין רבי ר' מאטעלע האט אים פרעזענליך געבעטן נישט צו פארקויפן דעם בלאט אינעם געשעפט
היינט זע איך ווי ער האט אויפגעהאנגן א שיינעם טאוול אז סאיז דא צו באקומען דער בלאט אויבן...

זעט אויס סאיז צו פאפולער ביי די מאנסי קרייזן אז ער האט געדארפט זיין אן אויבער חכם

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 11:15 pm
דורך שבת אחים
פאפיטעס האט געשריבן:כהאב היינט באמערקט א אינטרעסאנטע זאך,
ווי באקאנט איז דער בעל הבית פונעם היימישן געשעפט "ראקלענד קוישער" א וויזניצער יונגערמאן, אין זיין רבי ר' מאטעלע האט אים פרעזענליך געבעטן נישט צו פארקויפן דעם בלאט אינעם געשעפט
היינט זע איך ווי ער האט אויפגעהאנגן א שיינעם טאוול אז סאיז דא צו באקומען דער בלאט אויבן...

זעט אויס סאיז צו פאפולער ביי די מאנסי קרייזן אז ער האט געדארפט זיין אן אויבער חכם


אפשר ווייל ר׳ מאטעלע זעהט מעהר נישט? ס׳איז דאך ליידער כהו עיניו רח״ל, אבער שווער צו גלייבן אז די פאנאטישע מסור־קעצליך זענען נאך נישט אריינגעלאפן אויסזאגן דעם רבי׳ן די גרויסע נעוויירע פון פארקויפן דעם טרייפנעם בלאט, די מאנסי וויזניצער חסידות איז ב״ה געבענטשט מיט אסאך אזעלכע נאַיווע אידן וואס האבן אייביג ליב צו ברענגען די הייסע לשון הרע׳ס פארן צדיק הדור און זיי קאָנקורירן ווער עס וועט זיין ערשט צו פארציילן דעם רבין די לעצטיגע נייעס כאילו זיי באקומען פאר דעם עפעס א מעדאַל אדער א אויסצוכיינונג צו וואס.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:48 am
דורך קפה נמס
איך האלט אז ר' מאטעלע איז דאס מאל כשר גערעכט. דער שונד-בלאט מיט איר זלזול אין גדולי ישראל היינטיגע און אמאליגע, אירע העצע ארטיקלען מלא ליגנטס לשה"ר און דמיונות, איז נישט ווערט צו פארקויפט און געקויפט ווערן דורך יודישע יודן.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:30 am
דורך שבת אחים
קפה נמס האט געשריבן:איך האלט אז ר' מאטעלע איז דאס מאל כשר גערעכט. דער שונד-בלאט מיט איר זלזול אין גדולי ישראל היינטיגע און אמאליגע, אירע העצע ארטיקלען מלא ליגנטס לשה"ר און דמיונות, איז נישט ווערט צו פארקויפט און געקויפט ווערן דורך יודישע יודן.


קען זיין ביזט גערעכט!
מיין קשיא צו דיר איז נאר: משא״כ דער איד?

ביי מיר זענען זיי בערך די זעלבע! יעדע איינע דינט א אנדערע פראקציע פון פאַנאַטיזים, הצד שוה שבהן אז ביידע פארקויפן הוילע לאקשען און זייערע מעשיות און ״פאקטן״ האט דאך אונזער פריינד @עקפערימענטירער שוין געוויזן לעיני כל חי ווי קראַנט זיי זענען...

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 2:48 am
דורך קפה נמס
"דער איד" איז כמעט די זעלבע ווען עס קומט צו פראפאגאנדירן זייער אגענדע, וועלן זיי זיך נישט אפהאלטן פון גארנישט. אבער אין דער ניווא און קוואליטי שטייט דער בלאטע פיל נידריגער מיט זייערע קינדישע העדליינס און לעכערליכע ארטיקלען...

Re: "דער בלאט"

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 6:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס ר' מאטעלע האט געבעטען נישט פארקויפען דער בלאט מחמת די נידריגע קוואליט''י פון די ארטיקלע''ן?

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:30 am
דורך שמעקעדיג
אויב געדענק איך גוט, פארקויפט מען נישט דארט ביידע.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 1:37 pm
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:"דער איד" איז כמעט די זעלבע ווען עס קומט צו פראפאגאנדירן זייער אגענדע, וועלן זיי זיך נישט אפהאלטן פון גארנישט. אבער אין דער ניווא און קוואליטי שטייט דער בלאטע פיל נידריגער מיט זייערע קינדישע העדליינס און לעכערליכע ארטיקלען...

קפה נמס: דו ביסט 100% גערעכט. דער איד זאגט כאטש ארויס זיינע קללות און שפייט מיט שנאת ישראל מיט א גראמאטישע שפראך, בעת דער בלאטע טוט די זעלבע זאכן נאר אויף א נאריש'ן, קינדערישן אופן...!

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:00 pm
דורך פאפיטעס
ר' מאטעלע האט פארבאטן קויפן דעם בלאט נאכדעם וואס זיי האבן באשמיצט דעם קאשוי רב ז"ל ,און נאך אנדערע, ביים באקאנטע שעריריה וועגן די פאבליק סקול,
אין זייט דעמאלטס האט דער בלאט אנגענימען ר' מאטעלע אלץ בלוט שונא, אין יעדעס מאל סאיז דא א מעגליכקייט שרייבן זיי אנטקעגן אים,

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
גראדע היינט צו טאג גיבט דער בלאט די פולסטע מאס רעספעקט פאר ר' מאטעלע.

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 12:17 pm
דורך signout
אבטולמוס האט געשריבן:
פאפיטעס האט געשריבן:ר' מאטעלע האט פארבאטן קויפן דעם בלאט נאכדעם וואס זיי האבן באשמיצט דעם קאשוי רב ז"ל ,און נאך אנדערע, ביים באקאנטע שעריריה וועגן די פאבליק סקול,
אין זייט דעמאלטס האט דער בלאט אנגענימען ר' מאטעלע אלץ בלוט שונא, אין יעדעס מאל סאיז דא א מעגליכקייט שרייבן זיי אנטקעגן אים,

"דער בלאט" האט נאך נישט עקזיסטירט ביי דער פובליק סקול קאנטראווערסיע.

דער כאפט נישט, ער האט דעמאלטלס ג'אסרט דער איד

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:49 pm
דורך פאפיטעס
אבטולמוס האט געשריבן:
פאפיטעס האט געשריבן:ר' מאטעלע האט פארבאטן קויפן דעם בלאט נאכדעם וואס זיי האבן באשמיצט דעם קאשוי רב ז"ל ,און נאך אנדערע, ביים באקאנטע שעריריה וועגן די פאבליק סקול,
אין זייט דעמאלטס האט דער בלאט אנגענימען ר' מאטעלע אלץ בלוט שונא, אין יעדעס מאל סאיז דא א מעגליכקייט שרייבן זיי אנטקעגן אים,

"דער בלאט" האט נאך נישט עקזיסטירט ביי דער פובליק סקול קאנטראווערסיע.



אנטשולדיגט.
זעט אויס כהאב מיר פארמישט מיט די צייטן ווען סאיז געווען, אבער כווייס פאר א פאקט אז ר' מאטעלע האט געאסרט די בלאט ציליבן בארעדן גדולי ישראל, אינקלודינג קאשוי רב

נשלח: מיטוואך יולי 01, 2015 11:57 pm
דורך פאפיטעס
וועגן די יוד :
ר' מאטעלע פלעגט ביז לעצטענס ליינען די יוד אין בית הכבוד, ביז ער איז ל"ע שוואך געווארן אויף די אויגן,

אין דער וואס האט קאמענטירט אז דער בלאט געבט דעם פילסטן מאס רעספעקט פאר אים:
פאר צוויי יאר צוריק האט ער געלאזט פאלן א באמבע מיטן מודיע זיין ביים מעמד ל"ד בעומר, די יום הצלה, אז די צייטן ווען די סאטמערע האבן פארלייקנט אז קאסטנער האט געראטעוועט סאטמער רב איז געענדיקט...
אין בפני כל עם פארציילט מיט א זאפטיגקייט די גאנצע געשיכטע פון אנהויב ביזן סוף,
איז דער יוד האט קליגערהייט איינגענימען א שטילקייט ,משע"כ דער בלאט האט געשריבן א ווילדן ארטיקל דערקעגן, אין איינזייטיג באשמיצט ר' מאטעלע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:07 am
דורך שמעון וואלף
עפעס האט ר' מאטעלע געזאגט אמאל ביי שלוש סעודות תורה "בלאט" מלשון בלטיהם (שמות, ז' כב) אויף וואס רש"י זאגט "ורבותינו אמרו בלטיהם מעשה שדים בלהטיהם מעשה כשפים".

נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:31 am
דורך קפה נמס
דער בלאט האט געשריבן אפאר יאר צוריק א לאנגע ארטיקל באגלייט מיט בילדער קעגן ר' מאטעלע פערזענליך אויסרעכענעדיג אלע זיינע חטאים, ווי צב"ש: השתתפות בסיום הש"ס, אמירת קבלת עול מלכות שמים ביי די הפגנה תשנ"ו שע"י אגודת ישראל וכו' וכו'.
די סגנון פון די ארטיקל איז געלאפן מ'כלומר'שט אלץ א מחאה קעגן "דער איד" וואס האט געשריבן מיט פרייד אז וויזניצער רבי שליט"א וועט זיך משתתף זיין ביים כינוס כלל ישראל.. קוקט'ס וואס איז ליידער געווארן פון אן א.ג. סאטמארער צייטונג -האט דער בלאט געווייטאגט- ישראל כשהן יורדין, יורדין עד לתהום...

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 2:08 pm
דורך קאווע טרינקער
אויב איינער האט נאך א פראצענט רעספעקט פאר דעם נידריגען צייטונג, נאדיר א בילד וואס א איד פון די "קאנטרי" האט אריינגעשיקט די וואך.

א ידיד מיינע וואס דענקט האבן געזעהן אזא בילד האט געמאכט א קליינע זוך, און געפינען דעם עכטען בילד. און די אינטערסאנט מעשה
http://abcnews.go.com/blogs/headlines/2 ... gton-state

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 3:51 pm
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:דער בלאט האט געשריבן אפאר יאר צוריק א לאנגע ארטיקל באגלייט מיט בילדער קעגן ר' מאטעלע פערזענליך אויסרעכענעדיג אלע זיינע חטאים, ווי צב"ש: השתתפות בסיום הש"ס, אמירת קבלת עול מלכות שמים ביי די הפגנה תשנ"ו שע"י אגודת ישראל וכו' וכו'.
די סגנון פון די ארטיקל איז געלאפן מ'כלומר'שט אלץ א מחאה קעגן "דער איד" וואס האט געשריבן מיט פרייד אז וויזניצער רבי שליט"א וועט זיך משתתף זיין ביים כינוס כלל ישראל.. קוקט'ס וואס איז ליידער געווארן פון אן א.ג. סאטמארער צייטונג -האט דער בלאט געווייטאגט- ישראל כשהן יורדין, יורדין עד לתהום...

און ביים לעצטן סיום הש"ס אין מעט סטעדיום אין ניו דזשערסי, האט ער (דער בלאטע) געהאקט אויפ'ן איד אז דער איד האט מוחה געווען אז ר'מאטעלע וועט קומען צו די סיום הש"ס פון דף היומי בשעת הרב ישראל מאיר לאו פון ארץ ישראל וועט דארט זיין און רעדן אויף עברית. איז דאך משמע פון דעם אז אויב הרב לאו וועט נישט זיין דארט איז יא גוט אז ר' מאטעלע גייט צו א סיום הש"ס פון דף היומי, ר"ל. קוקטס וואס איז געווארן פון א ערליכע צייטונג וועלכע איז נתייסד געווארן דורך רבינו הקוה"ט מסאטמאר זצוקללה"ה אויף צו קעמפן קעגן די אפיקורסות פון די אגודה...!

Re: "דער בלאט"

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 10:57 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
signout האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
פאפיטעס האט געשריבן:ר' מאטעלע האט פארבאטן קויפן דעם בלאט נאכדעם וואס זיי האבן באשמיצט דעם קאשוי רב ז"ל ,און נאך אנדערע, ביים באקאנטע שעריריה וועגן די פאבליק סקול,
אין זייט דעמאלטס האט דער בלאט אנגענימען ר' מאטעלע אלץ בלוט שונא, אין יעדעס מאל סאיז דא א מעגליכקייט שרייבן זיי אנטקעגן אים,

"דער בלאט" האט נאך נישט עקזיסטירט ביי דער פובליק סקול קאנטראווערסיע.

דער כאפט נישט, ער האט דעמאלטס גע'אסר'ט דער איד

און "דער איד" (ענדערש דער גוי. דער אראבער) האט בשעתו גע'אסר'ט דעם בלאט. זיי האבן ארויסגע'נער'ט אדער געפעלשט א חתימה פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע, וועלכער איז שוין דאמאלס געווען אין א מצב אשר לא ידע בין ימינו ושמאלו. אדער ווי הרה"צ מהר"א שליט"א ממאנרא יצ"ו האט געזאגו (אויף א טעיפ)..."דער טאטע ווייסט נישט צו ס'איז היינט זונטיג אדער מאנטיג. אדער גאר דינסטיג"...אז ס'איז אסור צו קויפן דעם בלאט...!

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2015 11:21 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל: וואס וויל דער בריוו שרייבער א.ר...? אז די פרויען און די מיידלעך זאללן הונגערן...? אז ער קען נישט ליידן אז אנדערע אידן עסן אויך א גוטן געשמאקן נאכטמאל (כלשונו) זאלל ער זיצן ביי זיך אינדערהיים צווישן די פיהר ווענט. וועט ער יוצא זיין לכל הדיעות. ער וועט זיין פון די יושבי חושך. און ער וועט נישט הערן דעם גערודער פון אידישע קינדער... :twisted: