בלאט 33 פון 46

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן:וואס איז געשעהן ביי די יום כיפור מלחמה? אז זיין אמונה איז צובראכן געווארן?

דא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:37 pm
דורך א איד
איך זעה נישט וואס מען זעהט דארט, אז די אמונה דארף צובראכן ווערן וועגן דעם?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:48 pm
דורך berlbalaguleh
קאמענטירער האט געשריבן:אז סאיז דא א קאנטרי אין די מאונטענס ''שבת אחים'' גאנץ היימיש מיט אונזער ניק @שבת אחים אזוי אויך מיטען פארום אין שטיבעל..

גראף: דו ביסט גדערעכט. בשעת איך האב געשריבן די תגובה האב איך דאס געטראכט. ס'איז טאקע א טעות. ואת כולם הסליחה...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 4:55 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:וואס איז געשעהן ביי די יום כיפור מלחמה? אז זיין אמונה איז צובראכן געווארן?

לטענתו: איך געב איהם נישט גערעכט. אבער אזוי האט ער געזאגט. ער זאגט אז זיינע בעסטע חברים און א האלב פון זיין כיתה וואס ער האט געטיעטשט זענען אומגעקומען אין די יוכ"פ מלחמה. פארשטייצעך, ס'איז נישט קיין תירוץ. אבער, לפי האמת קומט ער פון א פרייע משפחה. נאר איז געווארן א פרומער ביי זיין בר מצוה. אזוי זאגט ער. דער חידוש איז, ווייל איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א פרייער קיבוצ'ניק וואס האט נישט קיין השגה פון אידישקייט. און וועגן דעם איז ער אזא שונא פון ערליכע אידן. נישט דווקא א שונא פאר ערליכע אידן נאר ער איז געווען דער ערגסטער אין אריינברענגען אלע חוקי תועבה. ס'הייסט דער מערסטער ..."ליבעראלער"...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:06 pm
דורך א איד
שטייט דאך שוין אין רש"י פ' נח וואס ער ברענגט בשם די גמרא
אז במקום זנות וע"ז אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:41 pm
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:שטייט דאך שוין אין רש"י פ' נח וואס ער ברענגט בשם די גמרא
אז במקום זנות וע"ז אנדרלמוסיא בא לעולם והורגת טובים ורעים...

אונז (איך מיין מיך) קענען נישט משפט'ן. אונז קענען נישט משפט'ן פארוואס יענעם קומט מיתה און עונשים. איך נישט. אפשר דו יא. נאר ווען ס'געשעהט ח"ו ביי אינעם פון אונזער גרופ, דאמאלס נוצן דער איד און דער בלאט אנדערע פסוקים און לשונות..."עלה מוות בחלונינו"...דעס איז דער פראבלעם אז ס'דא ווער ס'טרעפט אייביג פסוקים און מאמרי חז"ל צו בארעכטיגן יענעם'ס צרות און יענעם'ס אומגליק. נאר אין אייגענעם ווינקל פארגעסט מען צו קוקן. ווער, למשל וועט מכפר זיין אויף די פאלשע און קארופטירטע דין תורה'ס וועלכע ווערן געפיהרט אין התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא. דו ווייסט וואס די גמ' זאגט אויף א דיין וועלכער פסקנ'ט במזיד פאלש. מיט וואס ער ווערט באשטראפט. דאס האביך געזאגט פאר איצא שייגעץ אליינס. האט ער אראפגעלייגט אויף מיר דעם טעלעפאן...! לענין. דער מענטש, וועלכער איז געווען לכאורה אן ערליכער איד, און געווארן אן אפיקורס און א שגץ. אפשר וועט ער נאך תשובה טון. ווייל ער איז א ת"ח. אוודאי איז עס א הארצווייטאג. אבער ער קען נאך תשובה טון...נחפשה דרכינו ונח-קורה. ונשובה אליך ה'

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:56 pm
דורך א איד
ווען איינער ווארפט אוועק זיין אמונה וועגן אזא קשיא, איז דאס דער ענטפער, נישט חלילה אז איך שיס א פסוק, און עס באדערט מיר נישט בכלל, איך וועל אויך נוצן די פסוק פון עלה מות בחלונינו וכו'.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 5:56 pm
דורך א איד
כפול

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:02 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געהערט פון דער טאלנא רבי פון ירושלים הרב וויינבערג שליט"א אז יו"כ תשל"ד אינדערפרי האט די בית ישראל געזאגט אז דאס איז נישט 'זייערע' (די תינוקות שנשבו'ס) עבירות נאר אונזער עבירות.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.

.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:19 pm
דורך קאסטנער
שמעקעדיג האט געשריבן:אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.

.


דאכט זיך אז דאס איז נאר אויפן דעסקטאפ נישט אויפן פאן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 10:53 am
דורך קאמענטירער
קאסטנער האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.
ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.
דאכט זיך אז דאס איז נאר אויפן דעסקטאפ נישט אויפן פאן.

אזוי צו אזוי ווייס איך נישט צו סאיז דא נאך א פלעיר וואס קומט צו צי די VLC פלעי,ר וואס אפאר גוטהארציגע עסקנים האבן אונז באשאנקען מיט די גוטע פראגרעם וועלנדיג אויפטון פאר די מענטשהייט
סדא שארטקאטס פאר אלעם צו מאכען שנעלער-שטייטער ריקען-פאראויס-צוריק און נאך צענדליגער אפשענס\קאמענדס דורך א קנעפיל אויפן קיבאורד ממש איך קען נישט זען קליפס דורך אן אנדערע פלעיר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:27 pm
דורך שמעקעדיג
VLC פלעיער איז גאר גוט, אבער נישט צו וואטשען יוטוב קליפס!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:41 am
דורך אפשר
אז בית בעלעד האט 9 pages אין צימעס
אנבעליבעבל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:00 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
די געשמאק פון טשעטן מיט א stranger.
לעצטע וואך איז מיר אויסגעקומען צו טשעטן מיט א מיטגליד פונעם שטיבעל.
סאיז די ערשטע מאל אזא געלגענהייט מאכט זיך ביי מיר.
סאיז פאני אבער כהאב באמת הנאה געהאט.
איך קען נישט יענער טו סעיוו מיי לייפ, כהאב זיך אויסגערעדט זאכן וואס כוואלט נישט גערעדט צו איינער וואס כקען, יענער האט גערעדט צו מיר זיינע זאכן וואס ליגט עיהם אין בויך, דערנאך האט מען סתם גערעדט אינטרסנטע זאכן אין אדורך געטוען מענטשן וואס אונז ביידע קענען.
איך האב זייער געלאכט אין הנאה געהאט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:12 pm
דורך לית דין בר נש
אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:14 pm
דורך mevakesh
לית דין בר נש האט געשריבן:אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?

דאכט זיך אז אין וויזניץ אויך פרעג [tag]שבת אחים[/tag]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:48 am
דורך ליפא
אז יצחק ראבין איז געווען א אייניקל באח''ב פונעם יוד הקדוש זי''ע

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 6:13 pm
דורך אדונינו
mevakesh האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:אז אין באיאן זאגט מען לדוד (אלול) גלייך נאך תחנון פאר חצי קדיש
איז דא נאך מקומות ווי מען זאגט עס דוירט?

דאכט זיך אז אין וויזניץ אויך פרעג [tag]שבת אחים[/tag]

Yups, אין אלע וויזניצעס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא: ער פארציילט אין זיין ביכ'ל וואס ער האט געשריבן, אז זיין טאטע האט געזאגט, אפילו ער איז נישט קיין גרויסער צדיק, אבער זיינע קינדער וועלן נישט זיין קיין עמי הארצים. (אמעראצעם)...ביי צוויי געלעגנהייטן האט ער געזאגט קדיש. נו. שטייצעך אויף עברית,ר"ל. ווען ער האט אונטערגעשריבן דעם אפמאך מיט יאסיר אראפאט. און ווען ר'איז געווען אין אוישוויץ.אנגעטון א קאפל און ר'האט געזאגט קדיש. או.קעי. ביי אראפאט-קלינטאן האט ער נאר געזאגט די לעצטע פסוק...עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו, ועל כל ישראל ואמרו אמן...!
סאו די מעשה מיט די עליה וואס כ'האב פריער פארציילט גלייב איך נישט אז ס'געווען ביי איהם...!
מ'זאגט אויף משה דיין אז ער האט אויכעט געשטאמט פון גרויסע און הייליגע אידן. אבער ער האט שוין געהאט א סאך אן ערגער פנים ווי יצחק רבין...!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:51 am
דורך ונבנתה העיר
א קאנגארו ווערט געבוירען נאך בלויז 33 טעג און פילע טיילן זענען נאך בכלל נישט אויסגעפארעמט, צווישן זיי די אויגן. בלינדערהייט קריכט זי ארויף די מאמע אריין אינעם 'פאוטש' וועלכע פונקציאנירט ווי אן אינקובעיטאר וואו זי אנטוויקעלט זיך איבער די קומענדיגע 6 חדשים.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UpsnREY-6no[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:57 am
דורך ונבנתה העיר
עפעס וואס איז געדרוקט געווארן פאר דעם יאר 1500 הייסט אן incunabula.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:19 am
דורך נולד מאוחר
אז די CIA פלעגט זוך באניצן מיט telepathy.
https://youtu.be/AdmyUEVLRAM