בלאט 33 פון 213
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס איז דא שרייברס דא וואס האבן מער פון איין ניק?
איז דאס נישט אן עוולה? איז דאס נישט געשפיעלט מיט מענטשן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:27 pm
דורך געפילטע פיש
אויף איינס ארבעט מען, און אויף איינס נעמט מען פוד סטעמפס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:30 pm
דורך שמעקעדיג
אויב זיי רעדן און לייקן זיך איינער דעם צווייטן, דאן האסטו א טענה; אבער טאמער איינער וויל באהאלטן זיין אידענטיטעט דורך א צווייטע ניק, מה הבעיה?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:59 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב שוין אמאל מיטגעהאלטן א "הוא מותיב והוא מפרק"... תרי ניקים אליבא דיחידאי.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:56 pm
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:אויב זיי רעדן און לייקן זיך איינער דעם צווייטן, דאן האסטו א טענה; אבער טאמער איינער וויל באהאלטן זיין אידענטיטעט דורך א צווייטע ניק, מה הבעיה?
וואס הייסט באהאלטן פון וועם? די רעדטס אז זיין אידענטיטי פון זיין ערשטע ניק איז ארויס איז ארויסגערינען?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:01 am
דורך שמעקעדיג
לאמיר זאגן אז איך וואוין אין פלעטבוש, אבער כ'וויל נישט קיינער זאל וויסן דערפון.
מארגן וויל איך עפעס מעלדן וואס כ'האב דארטן מיטגעהאלטן לייוו, וועסטו דאך אויסגעפינען אז איך בין א פלעטבושער, נישט אזוי?
ממילא עפן איך נאך א ניק, און פאר די פלעטבושער נייעס, וועל איך מיך רופן, למשל "פלעטבושער". פארשטדנתא?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:02 am
דורך זר זהב
יא, אבער ס'קלאר דא עטליכע וואס שרייבן סתם ארטיקלען מיט באזונדערע ניקים.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:28 am
דורך קאמענטירער
וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 8:13 am
דורך קינות גירושין
קאמענטירער האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י
וואס איז דער חילוק צווישען אהרן, זלמן לייב , בנציון, מרדכי דוד?
גארנישט ! Just a difrent test
ענטפער צו זר זהב
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:19 am
דורך berlbalaguleh
די גוי'טע אויפ'ן ווידעא זאגט ארויס קלאר אז זי איז קעגן די פייפליין און זי איז גרייט צו ווערן ארעסטירט פאר שטערן די קאנסטראקשן. וועם מ'קען נישט פארשטיין וואו ער האלט איז עד דייאנא, דער קאונטי עקזעקוטיוו, וועלכער איז דערוויילט געווארן דורך די בלאק וואוט פון די עסטאבלישמענט פון קר"י.איין טאג איז ער מיט די ארונים. איין טאג איז ער אקעגן זיי. נאר די מעשה מיט די התנגדות צום פייפליין, איז נישט ווייל די ארונים ווילן נישט געיבן פון וואסער פאר די בני יואל. נאר ס'איז די אלטע מורא וואס די גוים האבן פון "פן ירבה". דאס ציט זיך נאך פון אבימלך'ס צייטן. ס'האט זיך גארנישט געטוישט. און דא קען מען נישט בלעימען די ציונים אדער די בנ"י. לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ס'גרעניצט זיך מיט התגרות באומות.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:25 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:לאמיר זאגן אז איך וואוין אין פלעטבוש, אבער כ'וויל נישט קיינער זאל וויסן דערפון.
מארגן וויל איך עפעס מעלדן וואס כ'האב דארטן מיטגעהאלטן לייוו, וועסטו דאך אויסגעפינען אז איך בין א פלעטבושער, נישט אזוי?
ממילא עפן איך נאך א ניק, און פאר די פלעטבושער נייעס, וועל איך מיך רופן, למשל "פלעטבושער". פארשטדנתא?
איך רוף שוין אן דעם סופר וואס האט מיר פארקויפט די מגילה. ר'איז אן עם הארץ. כ'האב געטראפן א גרייז ביי די עשרת בני המן. ער האט נישט אריינגעקוקט אין תיקון, אדער אין קאווע שטיבל.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:57 pm
דורך זר זהב
קאמענטירער האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישען - יאגערט- לעיבן- פאדינג- דשעילאו? י
יאגערט קען זיין גאר געזונט און נוטריענט. לעבען וכו' איז א שטיק גארבעדזש
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:26 am
דורך קאווע טרינקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין לעצטע צ'ענס צו פרעגן אין דעם אשכול. ביזדערווייל בלייב אים אומוויסענד, ממש אז כ'שמעהם צו ווייזען מיין פנים פאר בית דין של ערב ראש השנה.
איך וויל וויסן:
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
אין די "עלים לתרופה", וואך איין וואך אויס, איז דא אן "הנצחה" פאר דעם בחור. יעדע וואך מיט אן אנדערע קעפל.
"הרנינו גוים עמו"; "דם עבדיו השפוך"; "זכרון קדוש"; וכו'.
יעדעס מאל איך נעם דעם בלעטל אין האנט קוק איך ערשט אויף עמוד ד' צו זעהן, אולי, אפשר די וואך שטייט שוין "הונצח על ידי...."
ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ס'איז אוועק א בחור ביים קריג! א הימל געשריי!
די וואך לכבוד דעם בחור'לס יארצייט איז די נדבה לזכותו געווען אויף די ערשטע עמוד פונעם עלים לתרופה
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:44 pm
דורך הוגה
וואס איז פשט אז איך האב בעצם נאר ניינצן הודעות, אבער אין מיינע פרעפרענצן שטייט אז איך האב צוואנציג הודעות אין געזעלשאפט. נאך מער איז שווער אז עס שטייט דארט אז איך האב הונדערט און פינף פראצענט פון מיינע הודעות אין געזעלשאפט. וויאזוע איז מעגליך צו האבן הונדערט און פינף פראצענט?
זעה דא:
20 הודעות / 105.26% פון אייערע הודעות( געזעלשאפט מ)
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:50 pm
דורך שמעקעדיג
ווייל איין הודעה פון די 20 איז געווארן פארמעקט (דורך דיר אליינס)
און איך זעה נאר 100% אין געזעלשאפט.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 5:12 pm
דורך הוגה
עס מאכט טאקע סענס ווייל איך האב טאקע אויסגעמעקט איין הודעה.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 8:16 pm
דורך MickyMouse
שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך מאל פאר איך אונטער א קאוטש באס, און בעפאר די ברעיק-לייטס צינדן זיך אן, קומט ארויף געלע לעקטערלעך (נישט בלינקען).
קוקט אויס ווי דער באס "ווייסט" אז אט אט גייט מען ברעיקן.
מה הפשט? איינער ווייסט? בערל באלעגאלע אפשר??
א קאויטש באס, ווי אויך טראקס און טרעילערס ,האבן אן ענדזשין ברעיק
וואס ווען די דרייווער געט נישט קיין געז, צינט זיך אן די ברעיק, די געילע לייטס זאגט אן אז די
ענדזשין ברעיק ארבעט.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 8:42 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם. א זכיה אייך מקבל פנים צו זיין, בפרט ווען מיט אייער ערשטע תגובה פארענטפערט איר מיין פליאה.
א דאנק!
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 9:22 pm
דורך MickyMouse
א דאנק אייך.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 10:15 am
דורך קאמענטירער
ט וויאזוי צאלט א רעגורינג געלט פאר א צווייטע רעגורנג למשל די יו. עס. איז שולדיג פאר כינע געלט וואזוי האט מען געבארגט דאס געלט און וויאזוי באצאלען זיי עס דורך קרעדיט קארט? אדער אפשר על המחי'ס
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 11:25 am
דורך קאמענטירער
ווען סאיז דא א בילד פון א געריכט איז עס א געמאלענע בילד פ"וו מעג מען נישט כאפן בילדער? און פ"ווג מעג א געמאלענע בילד יא זיין?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 9:18 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס שטייט אויבן העכערן קעסטל ביי "ווער איז יעצט דא" אזוי:
עס זענען דא 10 רעגיסטרירטע באניצער און9 באהאלטענע באניצער אהן קין ספעיס צווישן און-9
-----------------------
וויפיהל מאל וואס איך טרעף אזא נוסח: די תגובה איז אוועקגענומען געווארן דורך .... איז עס צוליב וואס ער האט בטעות געענטפערט עמיצן מיט זיין צווייטע ניק? (עפעס אנבאלאנגט זיין ערשטע ניק)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:09 am
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי מאכט א לאקאל ברענטש פון א באנק געלט?
לאמיר זאגן כ'האב אן אקאונט ביי טשעיס באנק. זיי טשארדזשן דא און דארטן, א חודש'ליכע אפצאל, אמאל פאר א געקראכטע טשעק, און אפילו קרעדיט קארד אינטערעסט, און בעיקר מארטגעדזש אינטערעסט. אבער לויט ווי איך פארשטיי האט דאס נישט מיט מיין לאקאל ברענטש, די אפצאלן גייט צו טשעיס אין דזשענעראל. אז איך האב 2 ברענטשעס אין מיין לאקאציע, און ביידער האבן 10-15 ארבייטערס, מהיכן ירק זה חי?