בלאט 33 פון 66

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:59 pm
דורך [NAMELESS]
יא. ווען ליפא רעדט עס דורעך מיט די ווייב אין אידיש

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:יא. ווען ליפא רעדט עס דורעך מיט די ווייב אין אידיש

ראשעקאאל: דער דיאלאג פון ליפא מיט זיין ווייב אין אידיש איז ממילא נישט נאטורליך. ס'איז געטון דורך..."ליפ-סינק"...! נישט אזוי ווי די אידיש פון שלום און נוחעם שטיסל, וועלכע רעדן געהעריג אידיש.
מיין שאלה איז נאר פארוואס האבן זיי נישט געקענט האבן דעם שמועס אין עברית. נאר, ס'זעהט אויס אז זיי (די עלטערן) האבן נישט געוואלט אז יאסעלע זאלל פארשטיין דעם שמועס...!

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:28 pm
דורך פרייוויליג
בעסטע 17 סקונדעס פונעם לעצטן עפיזאד

https://vimeo.com/152034563

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:19 pm
דורך ראוונע
וואס טוט מען יעצט אין די לאנגע מוצאי שבת?
ביז יעצט האמיר געהאט שטיסל

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:23 pm
דורך נעגעל וואסער
ויהי ממחרת... עונה ב' איז פארטיג..

ווייסט איינער עני אינפא אויב סקומט נאך אן עונה? און ווען?

דרך אגב, לדעתי לדעתי איז עונה א' געווען היבש מער אינטערעסאנט, בגשמיות. ס'איז מער אנדערע סארט מצבים, נישט אזוי פיל, די זעלבע קליינע קאך נאכאמאל און נאכאמאל. מאידך גיסא עונה ב' איז געווען מער אינטערעסאנט ברוחניות. טיפערע סקריפט, און געדאנקן. תקותינו איתנה אז די נעקסטע עונה זאל זיין משולב פון ביידע.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 9:32 pm
דורך קאצקע ציקער
געב עס צוויי יאר מינימאם

נשלח: מוצ"ש יאנואר 16, 2016 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
ווייסט איינער צו מ׳קען באקומען עונה ב׳ מיט ענגלישע סובטייטלס פאר די עזרת נשים?

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 6:15 am
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:ווייסט איינער צו מ׳קען באקומען עונה ב׳ מיט ענגלישע סובטייטלס פאר די עזרת נשים?

עזריאל: אויף עמעזאן. נאר זיי האבן א דיסקלעימער אז זיי גאראנטירן נישט אז ס'גייט ארבעטן אויף די אמעריקאנער ווידיא סיסטעם. ווייל די הקלטה/רעקארדינג איז געמאכט געווארן אויף די אייראפע'ישע סיסטעם. דאס האט מיך צוריקגעהאלטן פון ארויסווארפן א פופציגער...!

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 12:18 pm
דורך פרייוויליג

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: זונטאג יאנואר 17, 2016 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
די אינטרא ניגון פון שטיסל ביי א חסידישע חתונה.....

http://youtu.be/sU1x-_kBJDM

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:22 am
דורך [NAMELESS]
מ"חסדי ה'" (שמאיים להחליף את ה"ברוך ה'") - ועד ל"נו-נו" (בתוספת אנחה): עולם הביטויים העשיר של "שטיסל" כובש ישראלים רבים שכל קשר בינם לבין שכונת גאולה לא מקרי בכלל. רגע לפני סיום העונה, גייסנו את כוכבי הסדרה לעשות קצת סדר במילון המושגים העשיר שהכניסו שולם, קיווע הבובע וכולי. ומי מסתובב עם צעטלע בכיס, כדי לשלוף ביטויים על חבריו?

http://m.ynet.co.il/Articles/4753644

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 11:36 am
דורך גיבור
אייזן !

זיי האבן געשלעפט ירון לונדון פון ערוץ 10, אזוי ארגיניעל!!!!

און רוחמי'ס ווערטער : אסאך מאל אונזערע נענסטע מענטשן קענען אונז אזוי שטארק וויי טון!
איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון דעם .............................................

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:05 pm
דורך פישערער רבי
IMG_20160118_150201.jpg

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 12:24 pm
דורך פישערער רבי
א ארטיקל געשריבן נעכטן אין ynet אויף שטיסל די ענד פון די צווייטע עונה
http://m.ynet.co.il/Articles/4753561

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 1:53 pm
דורך בן נריהו
רוחמי, די אינגע ווייבל פון שטיסל סעריע - און טאכטער פון ליפא - פאראורזאכט הלכה'שע דילעמא.

נעמליך, איז זי - רוחמי - באטראכט פונאויס הלכה - אן אשת איש? די מאן אירע, אין שטיסל'ס וועטשערע, האט איר דאך א קידושין אהינגעגיבען, אין אנוועזנהייט פון 2 עדות!

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4721613,00.html

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:04 pm
דורך פישערער רבי
רבותיי לענ"ד כ'מיין סוועט זיין זייער אינטערסאנט אויב מוועט מאכן דא לכבוד די ענד פון די צווייטע עונה פון שטיסל א וועלטליכע אנקעטע, אז דער גאנצער עולם אלפים ורבבות וואס האבן באזוכן אין דעם אשכול אין די לעצטע וואכן און דונלאוד די חשובע עפיזודן און האבן מחבר געווען און געליינט די הערות און די טיפע פלפולים ופלוגתות וכו' וכו' זאל קומען דא אויסוואלן ווער איז דער בעסטער אקטיאר צווישן די פינעף - שולם, נוחעם, קיווע, ליפא, און חנינא.
און א באזונדערע אנקעטע צו אויסוואלן ווער איז די בעסטע אקטריסע צווישן די פינעף - גיטי, רוחמי, ליבי, מנוחה און באבע מלכה (ע"ה).

כ'וואלט געוואלט דאס מאכן אבער כ'האלט נאך נישט אין די מדריגה פון א חבר וותיק וכו' אין אונזערע חשובע ביהמ"ד קאווע שטיבל כדי צו מאכן א אנקעטע.

ואי לזאת איך ווענד זיך צו דער וואס האלט יא בדרגא הנ"ל להואיל בטובו צו מאכן די אנקעטע הנ"ל לתועלת הרבים. או ס'זיכער אז יבוא שכרו מן השמים און ווי הרב קאווע טרינקער האט שוין באמערקן אז מ'האט קלאהר געזעהן ווי הרבנית הצדקנית די באבע מלכה ע"ה האט איינגעריסן עולמות פאר אירע קינדער און אייניקעלך און ס'זיכער אז ער וועט אויכעט באקומען פון די מוראדיגע השפעות בבני חיי ומזוני רוויחי וכל טוב סלה.

ווי אזוי צו מאכן א אנקעטע מ'קען זעהן דא אויבן אויף אפט געפרעגטע פראגעס - ויאזוי מאך איך אן אנקעטע?

ייש"כ

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:20 pm
דורך יהושע חיים
בן נריהו האט געשריבן:רוחמי, די אינגע ווייבל פון שטיסל סעריע - און טאכטער פון ליפא - פאראורזאכט הלכה'שע דילעמא.

נעמליך, איז זי - רוחמי - באטראכט פונאויס הלכה - אן אשת איש? די מאן אירע, אין שטיסל'ס וועטשערע, האט איר דאך א קידושין אהינגעגיבען, אין אנוועזנהייט פון 2 עדות!

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4721613,00.html


מען האט שוין דן געווען דא אין שטיבל דערוועגן
אבער למעשה גלייב איך נישט אז עס איז געווען דארט צוויי כשר'ע עדים (דהיינו נישט מחללי שבת בבפרהסיה)

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 2:58 pm
דורך אבי גערעדט
ווער קען ברענגען דעם גאנצן שמועס?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:07 pm
דורך סביב העולם
אבי גערעדט האט געשריבן:ווער קען ברענגען דעם גאנצן שמועס?
אדער א PDF

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 6:11 pm
דורך ירא שמים

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 7:57 pm
דורך נעגעל וואסער
ירא שמים האט געשריבן:http://mesubin.net/%D7%AA%D7%A8%D7%91%D7%95%D7%AA/%D7%9E%D7%A0%D7%99-%D7%9B%D7%94%D7%9F-%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%A1%D7%9C-%D7%A4%D7%A8%D7%A7-%D7%94%D7%A1%D7%99%D7%95%D7%9D-%D7%94%D7%A6%D7%99%D7%95%D7%A8-%D7%A9%D7%9C-%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%AA/

Error 404 :(

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 7:59 pm
דורך ירא שמים

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:00 pm
דורך ירא שמים
יעצט?