בלאט 33 פון 50

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:01 am
דורך שמעקעדיג
פרשת ראה

טעג [tag]שעפטל[/tag], [tag]גאנצל[/tag], [tag]גאלד[/tag], [tag]קלאר[/tag], [tag]היסטאריקער[/tag], [tag]berlbalaguleh[/tag], ואתם עמם השאר (העיקר) ששכחתי.

.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:31 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. איין זאך זעה איך אז דו האלטסט פונקטליך חשבון. איך פריי מיך זייער שטארק צו זיין אין די חבריא קדישא... :lol:
כלשונך הטהור...אז איך האב א ..."סאפט ספאט"... פאר'ן מהר"א שליט"א. יא. איך שעהם מיך נישט דערמיט. איך האלט אז ער איז דער ריכטיגער מנהיג פאר'ן היינטיגן דור. (כ'האב נישט געזאגט מנהיג הדור.). ער טוט למעשה. (או.קעי. איך זאג נאכנישט קיין הספד אויף איהם) ער האט אויפגעבויעט עטליכע ריזיגע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג. ארגאניזירט חבורות לומדי תורה. אויפגעשטעלט פארשידענע ישיבות אויף פארשידענע דרגות לפי הצורך. זאכן וואס קיין איינער פון די הימל-פליערס האבן נישט געטון. ר'האט איינגעפיהרט אריזאנא ווייטץ. וואס איז זיכער א הידור. אויך אויפגעבויעט דעם גרויסן בית השחיטה אין קרית יואל. וואס שטעלט צו כשר'ע פלייש פאר די גאנצע געגנט וואו אידן וואוינען. פאר א נארמאלן פרייז. אויך געט עס פרנסה פאר א סאך היימישע יונגעלייט. און שחיטה מונחת. יא. דאס איז אויך א שיינע זאך אז מ'פארלייגט זיך אויף דעם הידור. אוודאי קען איינער זאגן. ס'מיר נישט קיין חילוק צו די בהמה איז געשאכטן געווארן הענגענדיג אדער ליגעדיג. אדער צו די ווייטץ קומט פון אריזאנא אדער אלאסקא. און די שטאט קרית יואל ווערט געפיהרט אויפ'ן שענסטן אופן. מיט א סאך חסד וואס גייט ארויס פון דארט.(קופת אבני חסד.). מיט די אלע דיינים און כוללים...איך שעם מיך אינגאנצן נישט מיט אזא רבי'ן...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:39 pm
דורך גאנצל
וואס איז טאקע פשט פון דעם ?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:07 pm
דורך berlbalaguleh
גאנצל האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון דעם ?

גאנצל: פון וואס?. ביטע זיי מפרש...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: נאך א המשך פון מיין פריערדיגע תגובה..
און די בני יואל מיט יאסל וואלדמאן זאללן מיר נישט קומען וויינען אז מ'רודפ'ט זיי. זיי האבן אנגעפיהרט די מערכה אקעיגן דעם ברך משה און אקעיגן ר' אהרן. פערזענליך. און אלס מרא דאתרא וואס זיי האבן נישט געוואלט אנערקענען. יוסל וואלדמאן פלעגט נאכשרייען פאר דעם ברך משה אויפ'ן גאס ווי גלייך ער וואלט געווען עפעס א שיכור אין גאס.און די גאנצע גרופ האבן געפיהרט מלחמה אקעיגן ר' אהרן. און ווען זיי האבן פארלוירן וויינען זיי ווי בעיביס.
זיי (די בני יואל) קומען מיט א טענה אז זיי האבן געוואוינט אין קר"י פאר ר' אהרן און דעם ברך משה. אבער זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג פון דעם פאקט אז קרית יואל איז נישט סתם א שטעטל ווי מאנסי אדער ווילי. ס'איז א סאטמאר'ע שטעטל. נתייסד געווארן דורך סאטמאר'ע רבי זצ"ל. און דער ברך משה איז געווען זיין ממלא מקום. און ער האט ממנה געווען זיין זון ר' אהרן. מוזן זיי זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה. נישט נאר וואס זיי טוען עס נישט. נאר זיי גיסן די גרעסטע בזיונות אויף איהם און זיי רופן עהם מיט די ערגסטע נעמען. נאכדעם ווען זיי כאפן וויינען זיי. אין קיין שום אנדער חסידות וואלטן זיי נישט געקענט עקזיסטירן אזוי ווי אין קרית יואל. למשל, אין בעלז אדער וויזשניץ וואלט מען דען געלאזט די מורדים וואוינען במנוחה. אזוי ווי אין מאנרא...?!
איך בין געווען א שבת אין די עצי תמרים געגנט. דארט האט אויכעט געדאוונט א יונגערמאן (כ'וויל נישט פורש בשמו זיין) וואס זיין טאטע איז איינער פון די הויפט אנפיהרערס פון די בני יואל. אבער ער איז נישט. כ'האב מיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן וויאזוי דער גאנצער עולם רעדט צו איהם מיט'ן גרעסטן כבוד. דו ווילסט מיר זאגן אז אין בעלז אדער וויזניץ וואלט מען דען געלאזט אפילו דאווענען א זוהן פון די הויפט מורדים אין ביהמ"ד...?!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
ר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:40 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל, איך הער דיין שיטה, עס זענען פאראן אנדערע וואס האלטן אז יעדע ווארט פון דיין דרשה קען מען אפווענדן, אבער צו דעם דארף מען א באזונדערע אשכול אין צימעס, נישט פארברוינען דעם מאמענט אשכול, ווי דער רבי פלעגט אייביג אויספירן בלשון חיבה "ואכמ"ל" ודפח"ח.

שמעקעדיג: איך בין מסכים מיט דיר אויף ביידע. איך האב דאך טאקע נישט מאריך געווען. שטעל דיר פאר ווען יא... :lol:
די צווייטע איז זיכער אמת... :lol:
בדוו: האסט שוין מברר געווען וועלכע נאווא לאקס איז בעסער. ביי מיר אין ביהמ"ד זומער געט מען עס ביי שלוש סעודות...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 10:37 pm
דורך berlbalaguleh
פאר ווער ס'איז אינטרעסירט צו הערן. (און אפילו ווער ס'נישט אינטרעסירט): איך האב היינט נאכמיטאג (פאר פרקי אבות) געענדיגט ליינען דעם מאמענט פון די וואך. קודם די מעשה פון די לעדערמאן שוהל איז אויכעט זייער שיין. אבער די באשרייבונג פון א שבת אין קרית יואל איז דאך מתוק מדבש. איך בין געזיצן צוגענאגלט צום בענקל, און כ'האב אדורכגעליינט די גאנצע באשרייבונג בנשימה (אדער בישיבה) אחת. כ'האב ממש געשפיהרט ווי איך בין דארט אין קרית יואל און כ'האלט מיט דעם גאנצן שבת אזוי ווי דער חשוב'ער שרייבער לייגט עס אראפ. ביים פירות טיש האב איך טאקע געזוכט די טרויבן. ווייל א פירות טיש ביי אלע רעבעס היינטיגע צייטן סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל גייט נישט אן קיין טרויבן. ביי מיין אנדער'ן רעבי'ן (כ'עלל נישט זאגן וועלכער. משום חשש גילוי.) איז א מנהג קודש (מסתמא מבית אבותיו הק') אז נאר גבירים באקומען טרויבן. איין שבת, האביך (זעהט אויס, בטעות) באקומען טרויבן. ביניך אהיימגעגאנגען פון טיש טאנצנדיג. ווייל כ'האב געוואוסט אויף זיכער אז איך בין אן עושר. אזוי האביך מיר אונטערגעזינגען, ביז כ'האב באקומען דעם סטעיטמענט פון באנק מיט א חשבון פון אווערדרעפט. האביך מיך אויפגעוועקט פון מיין זיסן חלום.צוריק צום שבת אין מאנרא. א פאר קליינע טעותי הדפוס (מסתמא נישט קיין עמי הארצות, ח"ו) האט דער חשוב'ער שרייבער יא געמאכט. למשל. ווען ער האט באשריבן וויאזוי די רבי מהר"א שליט"א האטציך געוואשן די הענט אין די זילבערנע כלי נאך די פיש, האט ער געשריבן אז די רבי האטציך..."מפשפש"... געווען די הענט. ער האט זיכער געמיינט צו זאגן ..."משפשף"...געווען. נאך איין קליינע קשיא/שאלה האביך. (הגם אונז האמיר בקבלה פון אונזערע הייליגע רעבעס, אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה) ער פארציילט דארט אז די רבי מהר"א שליט"א האט פארגעלערנט פרק ה'. ביי מיר אין לוח שטייט אויף פ' עקב אז ס'גייט פרק ד'...!
ביים רבינ'ס הבדלה, האביך ממש געשפיהרט די הייסקייט פון די פלאמעדיגע הבדלה. א סאטמאר'ע שלוש סעודות דארף איך דאך נישט באשרייבן. ס'איז ידוע לכל...א גוטע וואך... :D :o !

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:28 am
דורך שמעקעדיג
און דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 12:38 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:און דער טעות פון 'להניח בו' אנשטאט לנוח האסטו נישט באמערקט? (ביי כל מקדש)

שמעקעדיג: ייש"כ. איך מוז עפעס אלעס באמערקן. פון שבת נאכמיטאג ביז מ'זעצטציך צו צו די שרייב מאשינקע פליען א סאך זאכן ארויס פונ'ם זיכרון.
ועוד יש לומר. פארדעם ביסטו דאך דא... :lol:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 5:36 pm
דורך איך אויך
פיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 9:38 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:פיין פיין אבער פארוואס זענט איר כסדר מצטט לבטלה?

איך אויך: ילמדנו רבינו.וואס פונקטליך מיינסטו...? ס'איז דא א סאך זאכן וואס טויגן נישט ווען זיי זענען לבטלה. אזוי ווי א ברכה לבטלה און... :o
אבער וואס מיינט מצטט זיין לבטלה...?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:08 am
דורך שמעקעדיג
מצטט זיין מיינט ציטירן.

זעה דא פאר מער.
viewtopic.php?f=12&t=3068

וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:41 pm
דורך ליפא
געזען א הצלה באס פראנט פון ר' בערל'ס הויז, נישט געוויסט פארוואס
IMG-20160907-WA0136.jpg

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:15 pm
דורך [NAMELESS]
Wow
א גוטע טאפיק. כ'האף אז ער איז גוט באשריבען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט ערהאלטן א מעסידזש פון בערל'ס הארץ דאקטער, ער זאגט ס'גייט צום בעסערן ב"ה.

רבותי! מען קען ערווארטן נאך שבת א תגובה פון א האלב מיליאן קערעקטערס... יא בערל?
בערל אונז וויל מיר הערן דיין מיינונג איבער דעם ארטיקל בפרט און איבער דעם לעגענדארער שרייבער סענדער דייטש בכלל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:09 am
דורך שמעקעדיג
ליפא האט געשריבן:געזען א הצלה באס פראנט פון ר' בערל'ס הויז, נישט געוויסט פארוואס

viewtopic.php?f=10&t=6667

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:11 am
דורך שמעקעדיג
למעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.

וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 8:30 am
דורך קאסטנער
שמעקעדיג האט געשריבן:למעשה האט די מאמענט מקדים געווען די רפואה בעפאר די מכה.... קודם האבן זיי לעצטע וואך באשריבן מהר"א לשמחת לב ר' בערל, און די וואך באשרייבט מען דעם דויטש זכותו יגון.


איך האף נאר אז די ר סענדר ארטיקל נעמט נישט אויף רוב פין די מאמענט א שטייגער ווי די פאריגע וואכעדיגע מהר״א ארטיקל.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:מצטט זיין מיינט ציטירן.

זעה דא פאר מער.
viewtopic.php?f=12&t=3068

וואס נאך איז נייעס אינעם מאמענט?

שמעקעדיג: יא. איך כאפ שוין וואס דער עולם האט געמיינט. און איך האב עס שוין אנגעהויבן מתקן צו זיין . נאר איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען פשט אין פסוק. אבער קיינער האט נישט געקענט געבן א פונקטליכן הסבר. עד שבא...והעמידו על אשכול אחד...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:15 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: אוי וועללן מיר שרייבן, אי"ה. אז דער אייבישטער וועט געבן כח און ס'וועט זיין אינק אין מיין שרייב מאשין, עמיר איהם אי"ה באשרייבן במלוא עוזו והדרו. נאר נאכדעם האף איך אז דער מאמענט וועט אויכעט באשרייבן מיינע צוויי אנדערע קאנדידאטן. הרב ישראל מ. סופר/מנשה פליפ-פלאפ פון די צייטונג און הרב ש.ב. מרגליות/שמואל שלמה טעללער פונ'ם בלאט...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:27 pm
דורך היסטאריקער
ספעציעל בערל בעלעגלה

בילד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:30 pm
דורך [NAMELESS]
אבער בערל ביטע נישט קליינע שטיקלעך צוטיילט אין צענדליגער אשכולות איבערן שטיבל. ביטע רעזערוויר איין (נייע) אשכול און דארט פאק ארויס דו גאנצע סחורה, ס'וועט גיין א רויעך אזש דער שטן וועט ספינען דאס יאר...