berlbalaguleh האט געשריבן:ראשעקאל: וואס וויל דער בריוו שרייבער א.ר...? אז די פרויען און די מיידלעך זאללן הונגערן...? אז ער קען נישט ליידן אז אנדערע אידן עסן אויך א גוטן געשמאקן נאכטמאל (כלשונו) זאלל ער זיצן ביי זיך אינדערהיים צווישן די פיהר ווענט. וועט ער יוצא זיין לכל הדיעות. ער וועט זיין פון די יושבי חושך. און ער וועט נישט הערן דעם גערודער פון אידישע קינדער...
גראדע קען מען ארויסנעמען א גוטע גידאנק דירפין.
כווייס נישט מיט וואס די ארבעטסט אבער סאיז דא אידן וואס ביי נאכאמאל דארפן זיי רואיגקייט נישט קיין געווינעריין נישט קיין טעלעפאון איז אז משטעלט צו עסן איז עס א נערמאלע נקודה
כן נראה לי
גרויסע מענטשעלע: איך ארבעט מיט פיהרן אידישע קינדער אין זייער חדר און צוריק אהיים. פאר מיר שטערט בכלל נישט דער גערודער פון די אידישע קינדערלעך. ס'איז די שענסטע מוזיק צו מיינע אויערן...!
דער בלאט לעצטנס איז געווארן ראדיקאל עד כדי משוגעת.
יעדע וואך - אפגעזעהן פון וועלכע חלק, צי די הויפט חלק, קהלות נייעס, אוצר, קעטסקילס, בילדער אפטיילונג, וואו דו קוקסט נאר שטויסטו זיך אן מיט נאך א אויסרוף קעגן טעכנאלאגיע, מיט נאך א נייעס פון אן אסיפה, איין וואך איז אן אסיפה אין מאנרא, נעקסטע איז אן אסיפה אין ווילי, נאכדעם אן אסיפה אין די קעטסקילס, איין וואך אסיפה פאר די מענער, נאכדעם אסיפה פאר די נשים צדקניות, תקנות המוסד סעיף ד', אדער סעיף ה', אדער סעיף תתקצ"ה, הו קעירס, און ועל כולם די עקסטרעמיסטישע ארטיקלען פון דעם שרייבער הידוע 'הרב' ש.ב. מרגליות, א שטייגער ווי דאס וואס כ'ברענג דא צו.
אונטערשטע שורה, עס איז א חרפה און א בושה אריינצונעמען דעם צייטונג, כאטש איך פארשטיי אז א צייטונג דארף אפשרייבן און פרובירן אויספארעמען דעם דעת הקהל, און מעג צומאל מעורר זיין אויף דברים הצריכים תיקון, איז דאך אבער דער עיקר ציהל פון א צייטונג צו ברענגען נייעס און אינטרעסאנטע ארטיקלען צו ליינען, און נאר וועגן דעם צאלן די לייענער עס צו קויפן, קיינער איז נישט אינטרעסירט אין די גרויליגע ראדיקאלע מודעות אויף יעדן צווייטן בלעטל, א האלבע צייטונג טוט דעקן נייעס, און די צווייטע האלבע איז ביזי זיין דער צודרייטער שופר און מוסר ספר פונעם דור און כסדר מוסר'ן און שטורעמען אויף פירצות עד אשר יצא מאפכם, מי ביקש זאת מידכם, לאז לעבן, טו דיין פליכט, דא צאלט ער אונטער פאר שרייבער'ס, די ארטיקלען זענען היבש געמיין און אויף א נידריגע ניווא, כידוע, ער מוז דאך אבער זיין א דיקער צייטונג, איז נמנו וגמרו מען האט א גרינגע אויסוועג, מען וועט אריינהאקן א 20 פעידזשעס יעדע וואך איבער טעכנאלאגיע... און די פראבלעם איז געסאלווד.... און מתן שכרה בצדה, אלע ערליכע אידן וועלן מסתמא אויסלויבן דעם בלאט וואספארא פרומע צייטונג דאס איז, עס איז נאך מסתמא חשובער פונעם מסילת ישרים, טאקע א גוטע עצה, א פקחות עצומה, ממש וואו תורה דארט חכמה...
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
שמעון וואלף האט געשריבן:עפעס האט ר' מאטעלע געזאגט אמאל ביי שלוש סעודות תורה "בלאט" מלשון בלטיהם (שמות, ז' כב) אויף וואס רש"י זאגט "ורבותינו אמרו בלטיהם מעשה שדים בלהטיהם מעשה כשפים".
אמאל האב איך געזען די דברי תורה פונעם רבין רבי מאטעלע, האב איך מיר אנגעטראפן מיט די תורות אקעגן דעם בלאט (אפאר מאל, זייער שארף) האב איך געפרעגט פשט פונעם וויזניצער חסיד פאר וועם עס האט באלאנגט, וואס איז די חילוק (פאר רבי מאטעלע) צווישן דער יוד אין דער בלאט, האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און זייט דעמאלטס לאזט ער מיר נישט אריינקוקן בכלל אין זיין רבין׳ס ספרים ווייל איך האב געפרעגט שאלות דערויף. איך האב עס שוין געפרעגט זייט דעמאלטס פון אפאר וויזניץ׳ע חסידים, און קיינער האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן אויף דעם, חוץ איינער האט מיר געזאגט זיין פערזענליכע השערה, אז עס איז אפשר צוליב וואס די בלאט פאלגט נישט זיין איסור, און לייגט יא אריין בילדער פון אים אין זייער צייטונג טראץ זיין קעגנערשאפט.
שמעון וואלף האט געשריבן:עפעס האט ר' מאטעלע געזאגט אמאל ביי שלוש סעודות תורה "בלאט" מלשון בלטיהם (שמות, ז' כב) אויף וואס רש"י זאגט "ורבותינו אמרו בלטיהם מעשה שדים בלהטיהם מעשה כשפים".
אמאל האב איך געזען די דברי תורה פונעם רבין רבי מאטעלע, האב איך מיר אנגעטראפן מיט די תורות אקעגן דעם בלאט (אפאר מאל, זייער שארף) האב איך געפרעגט פשט פונעם וויזניצער חסיד פאר וועם עס האט באלאנגט, וואס איז די חילוק (פאר רבי מאטעלע) צווישן דער יוד אין דער בלאט, האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערן, און זייט דעמאלטס לאזט ער מיר נישט אריינקוקן בכלל אין זיין רבין׳ס ספרים ווייל איך האב געפרעגט שאלות דערויף. איך האב עס שוין געפרעגט זייט דעמאלטס פון אפאר וויזניץ׳ע חסידים, און קיינער האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן אויף דעם, חוץ איינער האט מיר געזאגט זיין פערזענליכע השערה, אז עס איז אפשר צוליב וואס די בלאט פאלגט נישט זיין איסור, און לייגט יא אריין בילדער פון אים אין זייער צייטונג טראץ זיין קעגנערשאפט.
פריעד באטשי: נאר אזעלכע עבירות... דאס דערמאנט מיך...מ'האט אמאל מספיד געווען א גרויסן עושר אן עם הארץ און א פושע ישראל וועלכער האט קיינמאל נישט געלייגט קיין תפילין און נישט געהאלטן שבת. אבער די ממשלה האט ארויסגעגרעבן א באפעל אז מ'מוז רעדן בשבחו. האטץיך אויפגעשטעלט דער רב פון שטעטל און געזאגט אזוי...דער חשוב'ער נפטר האט קיינמאל נישט געלייגט קיין תפילין אום חוה"מ. ער האט אויך נישט מהרהר געווען קיין דברי תורה אין בית הכסא...איין קליינע עבירה'לע האמיר געטראפן ביי איהם. ער האט געגעסן ניסן פאר הושענה רבה...
די וואך אינעם פורים אפטיילונג פונעם קינדער צייטונג איז געווען פארעפענטליכט א בריעף ווי דער שרייבער בעט בבקשה אז די רעדאקציע זאל זיך האלטן שטארק צו די פרינציפן און נישט פארעפענטליכן בילדער פונעם פרישן ווידעא אפגעכאפט סאטמארער רב אין טוסאן אריזאנע תשל"ב, אזוי ווי זיי האבן זיך געהאלטן צו די פארשריפטן מיטן נישט פארעפענטליכן בילדער פונעם כנסיה הגדולה.
און די בלאט קארפן ענטפערן: אוודאי גייען מיר נישט מפרסם זיין די בילדער וואס קומט פון די ווידעא! און אגב. אז מיר האבן שוין מפרסם געווען די בילדער און שנת תשס"ד, ---- וואס דעמאלדס איז נאך געווען פאר די מערכה וואס גדולי ישראל האבן געשטורעמט דערקעגן----עד כאן התשובה.
איך האב געליינט שבת דער בלאט פון די וואך, סורפרייזינגלי איז עס געווען היבש איינגעהאלטן, און מיט געפיל, כלפי די אומריהען אין ארץ ישראל, לויט מיין בליק דא דארט.
אפט מאל גרוילט צו ליינען זייערע 'בייעסט' באריכטן, אזש איך וואלט רעקאמענדירט Fox news צו צילן זייער נעקסטער אטאקע אין ריכטונג פונעם פאלעסטינער בלאט.
און אויב זיי זענען די פארטרעטער פון די שיטה, און אזאנע שרייבער זענען מסביר וויאזוי תורה טרייע אידן ברויכן צו טראכטן, קען איך זאגן איין זאך, מעקט אראפ די אתה קלילה (אויך די ניק) און עס וועט בלייבן שיט...
איך האב געליינט אן אנאליז פון לייזר בערמאן, וואס ער דארף אופציעל נישט צו שופר'ען די אמת'ע מיינונג פונעם ארטודאקסישער אידנטהום. אבער ער האט זיך געמיעט צו ברענגן א באריכט פון א איזרעלי וועטעראן נייעס באריכטער, אז די מדינה איז שילדיג אין די לעצטע טעראר שטיק. כאטש וואס מען קען זיך דינגען אויף די פעלערהאפטיגע באריכט אליינס, נניח.
שרייבט ער אבער אינעם צווייטן טייל נופך משלו, אז נתניהו באשילדיגט אבאס אז ער טוט נישט גענוג צו העלפן די סיטואציה, אבער באמת ליגט עס נישט צופיל אין די הענט פון אבאס... אזוי גאר? געשלעפט א באריכט אז די מדינה איז שילדיג אבער אבאס, עה, גארנישט? אז ער שטימט צו צו זיינע מיניסטארען וואס שטיפן אפציעל רציחה איז גארנישט? הא? אז אבאס האט אויפגערייצט די פאלעסטינער מיט ליגנערישע באריכטן איבער די מארד פון א יונג ציווילער פאלעסטינער --וואס האט א טאג נאך זיין בר מצווה מקיים געווען צוויי דאורייתא'ס מיט שטעכן צוויי אומשילדיגע בירגער... און איז אינטער איזרעלי מעדיצינישע באהאנדלונג ווי ער לאכט און טראכט פון זיין נעקסטער אטאקע-- דאס מיינט אז ער איז אומשילדיג דא ווייל עס ליגט נישט אין זיינע הענט? הא?
די האסט געפילט פאר וויכטיג צו שרייבן אז זיי באשילדיגן די מדינה אין די אומקום פונעם יוגענטליכן, אבער צו צולייגן אז עס איז נישט אמת, קוקט אויס האסטו נישט געפילט פאר וויכטיג.