בלאט 34 פון 46

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:28 pm
דורך אייז קריעם
קויפן א ברענד נעים פראדוקט איז לאו דוקא בעסערע קוואליטי....
איך האב געקויפט עפעס, דאס מאל האב איך דעסיידעד אז איך וועל מיך ערלויבן צו ספענדן מער, היפש מער, צו באקומען "די ריעל טינג"
די קאסטימער סערוויס איז געווען טעריבל, און די פראדאקט איז געווען גארנישט ספעשל.
איין זאך, איך האב געפילט גיט אז איך בין פון די "היי סאסייעטי".

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 05, 2016 9:05 pm
דורך ונבנתה העיר
אז די מימרא 'Facts are stubborn things' קומט פון דזשאן עדעמס, ביים פארטיידיגען די בריטישע סאלדאטן פון די 'באסטאן שחיטה'.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 7:52 am
דורך טאמבל סאס
C/p
While laying on a glass patio or soaking up rays through a window may feel good on your skin, the warmth that comes through is deceiving because vitamin D-producing UVB rays cannot pass through glass. So you’ll get absolutely no boost to your vitamin D levels if the sunlight passes through a window before hitting your skin.

Worse still, the skin-damaging UVA light, which penetrates your skin more deeply than UVB, and may be a much more important factor in photoaging, wrinkles and skin cancers, does pass through glass. This means that getting sun exposure through a window gives you none of the beneficial UVB, and all of the cancer-causing UVA!

A study in Medical Hypotheses5 even suggested that indoor workers may have increased rates of melanoma because they're exposed to sunlight through windows, and only UVA light, unlike UVB, can pass through window glass. At the same time, these indoor workers are missing out on exposure to the beneficial UVB rays, and have lower levels of vitamin D.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 12:06 pm
דורך [NAMELESS]
וואלסטו אויסגעהערט הערשל מייזעלס וואלסטו דאס שוין לאאאאנג געוואוסט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 12:46 pm
דורך טאמבל סאס
און נאך אסאך אומנויטיגע אינפארמאציע. איך האב געסוירטשד די פראגע.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 6:40 pm
דורך [NAMELESS]
ויש לדון בזה, איך גלייך דעם מענטש וואס וועט פאר מיר סוירטשן און אויסקלייבן אוכל מתוך פסולת, איך ווער משוגע פון די ריבוי אורות המשתמשים בערבוביא עם החושך וואס גוגל שטעלט צו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:36 am
דורך רויטע וואנצעס
אז ר' שלמה קארליבאך האט געהאט א צווילינג ברודער ר' אלי' חיים קרליבאך וואס האט געדינט אלץ א רב אין מאנהעטן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 12:40 am
דורך ונבנתה העיר
פארלוירענע סובמארינען ווערן באצייכענט 'on eternal patrol'.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 5:47 am
דורך טאמבל סאס
אז דער חידוש פון ביינערי קאודס, 1's און 0's שטאמט שוין פון לייבניץ.

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 4:07 pm
דורך טאמבל סאס
אז די דיקקייט פון א ספיירעל טרעק אויף א Compact Disc וואס נוצט אפטיק טעכנעלאגיע איז אזוי דין (0.5 micron) אז אויב צועפנט מען דער ספיירעל וועט זי שטרעקען 5 קילאמעטער!
An extraordinary piece of engineering.
אנוש, מה נפלאים מעשיך.

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:01 pm
דורך berlbalaguleh
אז א דזשי.עף.איי. ריסעפטעקל אדער ברעיקער טוט נישט אייביג פראטעקטן פון פאטאלע עלעקטריק שאקס...!...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:41 pm
דורך קורקלענד
טאמבל סאס האט געשריבן:אז די דיקקייט פון א ספיירעל טרעק אויף א Compact Disc וואס נוצט אפטיק טעכנעלאגיע איז אזוי דין (0.5 micron) אז אויב צועפנט מען דער ספיירעל וועט זי שטרעקען 5 קילאמעטער!
An extraordinary piece of engineering.
אנוש, מה נפלאים מעשיך.

יעצט שטעלט אייך פאר וויפיל קאמפארטמענטס איין טעראבייט פלעש מעמארי האט. אכט טריליאן!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:11 am
דורך טאמבל סאס
פאר יענע וואס ווײַסן נישט וואס פלעש טעכנעלאגיע איז. דאס איז מעטאד אין וועלכע אן עלעקטראן ווערט נעבעך פארכאפט אין א סיליקאן טשעמבער (קאמפארטמענט) און ווערט דארט געהאלטן קעפטיוו פאר יארן. ביז די סיליקאן קאמערל ווערט אויסגעריבן. די עלעקטראנס רעפרעזענטירן די ביטס אין די בייטס און דערפאר די וואליוס אין די צעלן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:45 am
דורך קורקלענד
טאמבל סאס האט געשריבן:דאס איז מעטאד אין וועלכע אן עלעקטראן ווערט נעבעך פארכאפט אין א סיליקאן טשעמבער (קאמפארטמענט) און ווערט דארט געהאלטן קעפטיוו פאר יארן.

פארוואס נעבעך?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 8:45 pm
דורך ונבנתה העיר
אז דעם רעדנער'ס פלאטפארמע אינעם אור-אלטן אתונה אין גריכלאנד (נאך אין זמן המקדש) האט געהייסן 'בימה'.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... :lol: :roll: )

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 11:02 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... :lol: :roll: )

געהערט פון יראמער רב אן אלטע שאלה: פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין, דעברעצין?
ווייל דעברעצינע רב האט דארט געוואוינט האט מען לכבודו אזוי א נאמען געגבן די שטאט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 11:40 pm
דורך berlbalaguleh
קלוגע יודל:דאס איז גוט פאר א ווערטל. ספעציעל ווען ס'קומט פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...!

אבער דער אמת איז אז, אין בעטטערי פארק האבן די מיליטער פון דזשארדזש וואשינגטאן , נ"ע, אראפגעלייגט קאנאנען כדי צו באקעמפן די בריטישע נעיווי. און עטליכע קאנאנען צוזאמען , הייסט א בעטטערי...!

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 9:46 pm
דורך יהושע חיים
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דער נאמען פונ'ם בעטטערי טונעל וואס איז מחבר צווישן מאנהעטן און ברוקלין הייסט אזוי ווייל ס'איז נאנט צו דעם בעטטערי פארק. אבער, פארוואס הייסט דער בעטטערי פארק אזוי...?! (דאס איז א רעטארישע שאלה... [emoji38] :roll: )

דרך אגב איז דער נאמען בעטערי טונעל צוגענימן געווארן פון איר און מען רופט איר מיט א צווייטע נאמען

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
זיכער: לזכר נשמת גאווערנאר היו קערי ע"ה. הייסט עס היינט קערי טוננעל...!

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 2:37 am
דורך [NAMELESS]
אז דער טרויעריג בארימטער רוימישער קיסר טיטוס, איז געווען פארליבט - און האט כמעט געהייראט - א אידיש מיידל [ברניקי בת אגריפס (הראשון) מלך יהודה, בן אריסטובלוס בן הורדוס הרשע].

קיין גרויסע צדיקת איז זי נישט געווען, אויב ס'זענען שוין געווען שמועות אז זי איז געווען פארליבט באופן מעשי מיט איר ברודער אגריפס השני, וואס אונטער זיין ממשלה איז די ביהמ"ק חרוב געווארן.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2017 2:03 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 6:50 pm
דורך ונבנתה העיר
אז דער נאמען Anthony קומט פון אנטונינוס.