בלאט 34 פון 213

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:13 am
דורך קינות גירושין
פארוואס ווען אין די ווילאמסבורגע גראסריס זענען רוב פון די קערידזשעס אנגעפולט מיט נאש און גארבידזש, און למשל און פאמעגערענט און אנדערע גראסריס און פלעטבוש איז רוב קערידזש פול מיט פרוכט וועזשטעבלס און אנדערע נארמאלע עסן???

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 10:22 am
דורך לעמיל
ווייל וויליאמסבורג איז דא מער קינדער קויפט מען מער נאש און פלעטבוש איז דא מער עלטערע קויפט מען מער געזונטע זאכען

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:39 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי אזוי מאכט א לאקאל ברענטש פון א באנק געלט?

לאמיר זאגן כ'האב אן אקאונט ביי טשעיס באנק. זיי טשארדזשן דא און דארטן, א חודש'ליכע אפצאל, אמאל פאר א געקראכטע טשעק, און אפילו קרעדיט קארד אינטערעסט, און בעיקר מארטגעדזש אינטערעסט. אבער לויט ווי איך פארשטיי האט דאס נישט מיט מיין לאקאל ברענטש, די אפצאלן גייט צו טשעיס אין דזשענעראל. אז איך האב 2 ברענטשעס אין מיין לאקאציע, און ביידער האבן 10-15 ארבייטערס, מהיכן ירק זה חי?

די חילוק ציווישן די פראצענט וואס זיי צאלן צו באקומען דיין געלט, גארנישט פאר דיין טשעקינג אקאונט, און א פראצענט פון א פראצענט פאר דיין סעיווינגס אקאונט, און די זעקס זיבן פראצענט וואס זיי מאכן פון ביזסעס לאונס, מארגעדזשעס, און קאר לאונס. די בעסטע און גרינגסטע וועג צו באקומען דיין געלט איז דורך מאכן די גרינגסטע פאר דיר צו דיפאזיטען דיין געלט דארט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:35 pm
דורך טאמבל סאס
מיינע מלמדים האבן אלץ געזאגט אז ווי א דור שפעטער ווערן מענטשן נארישער!
עוועלוציע אבער זאגט לכאורה (לויט מיין שכל) אז מענטשן וואלטן געדארפט קלוגער ווערן.
פון די אנדערע זייט, קומען ארויס נייערע מאשינען און טעכניק וועלכע מאכן אז די געווענליכע מענטש זאל נישט דארפן צופיהל נוצן די קאפ, איז אפשר דאס אליין מאכט דעם געווענליכען מענטשן מער פארטעמפט.

מיינע מלמדים האבן אלץ געזאגט, אז ווי א דור שפעטער ווערן מענטשן שוואכער (פיזיש)
עוועלוציע וואלט אויך (מיין שכל) געדארפט אנדייטן די זעלבע.
פון פיזיש שטארקע עיפ'ס ביז פיזיש שוואכערע (און עווענטועל עמאציאנאלע) מענטשן. ווייל ווי פארשטענדליך, די קערפער איז נישט אזוי שטארק ריזן פאר סורווייוועל ווי די מח. (די שווארצע וואס זענען טאקע שטערקער געבויעט [נענטער צו די עיפ פארמאט] האבן אבער ווייניגער שכל. )
אלזא וואס איז דער אמת?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:39 pm
דורך ודי למבין
פארשטייט זיך אז די מלמדים זענען גערעכט זיי זענען דאך פון א דור פאר דיר, ממילא האבן זיי מער שכל פון דיר...

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:42 pm
דורך טאמבל סאס
ערנסט גערעדט. ס'באדערט מיך שוין א צייט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:45 pm
דורך טאמבל סאס
איז שייך אזא טראכט, אז ס'איז שוין אמאל געווען אזא וועלט ווי אונז, אוואו סייענטיסטן האבן אויספרובירט מיט די גרעסטע עקסעלערעיטאר'ס צו פארשטיין די ביג בענג, און דורך אן עקספערימענט איז די וועלט חרוב געווארן, און ס'האט געדויערט ביליאנען יארן ביז א נייע וועלט האט זיך באשאפן? און אזוי וחוזר חלילה?
(אדער לאו דוקא דורך מענטשליכע עקספערימענטן, נאר פשוט נאטורליך, איז עס א גלגל החוזר..?)

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:49 pm
דורך מאטי
טאמבל סאוס דיינע לעצטע תגובה צוזאמען מיט דיין אוואטאר איז א דאפעלט לשון...

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:27 pm
דורך געפילטע פיש
טאמבל סאס האט געשריבן:איז שייך אזא טראכט, אז ס'איז שוין אמאל געווען אזא וועלט ווי אונז, אוואו סייענטיסטן האבן אויספרובירט מיט די גרעסטע עקסעלערעיטאר'ס צו פארשטיין די ביג בענג, און דורך אן עקספערימענט איז די וועלט חרוב געווארן, און ס'האט געדויערט ביליאנען יארן ביז א נייע וועלט האט זיך באשאפן? און אזוי וחוזר חלילה?
(אדער לאו דוקא דורך מענטשליכע עקספערימענטן, נאר פשוט נאטורליך, איז עס א גלגל החוזר..?)

ס'דא אזא טעאריע. מ'רופט עס די ביג באונס (Big bounce), אז די וועלט גייט אין א סייקעל, טאמבעל סאס בלע"ז, וואס הייבט זיך אן מיט א ביג בענג, און אנכגעפאלגט מיט א מאסיווע עקספענשען, און ווען די יוניוערס איז פארטיג מיט עקספענדען הייבט זיך אן א קאלאפס וואס ענדיגט זיך מיט א ביג קראנטש, (סאונד ווי עפעס וואס איז אויפן מעניו אין גריל אן לי, ניין?) און דערנאך די סינגעל פוינט אוו סינגיולעריטי, און נאכדעם נאך א ביג בענג, וחוזר חלילה וחס.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:35 pm
דורך איך אויך
און איך וויל דיוועלאפן א 'ווענוס קראנטש טעאריע' ,תכלית וויפיל מזומנים קען איך מאכן דערפון?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:40 pm
דורך טאמבל סאס
איך מיין ס'איז די ערשטע מאל וואס עמיצער פארענפערט מיר א פראגע וואס איך פרעג דא. א דאנק געפילטע.
אבער דא מוז דאך אויך זיין א סטארטינג פוינט. ערגעצוואו האט זיך דאס אנגעהויבן.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:47 pm
דורך געפילטע פיש
מסתם די זעלבע וועג ווי אזוי ס'האט זיך אנגעהויבן אין די ביג בענג טעאריע, וואס דאס איז:מ'ווייסט נישט פונקטליך. ס'דא אפאר טעאריעס, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז נישט דא קיין אנגענומענע אייניגע טעאריע, נאר ס'מוטל במחלוקת. די פראבלעם איז אז ס'איז אוממעגליך צו וויסן, ווייל די laws of phisics as we know it האט זיך אנגעהויבן א ביליאנסטל פון א סעקונדע נאכן ביג בענג, און פארדעם איז אוממעגליך (לעת עתה) צו וויסן אויף זיכער וואס ס'איז געווען דארט.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:10 pm
דורך זר זהב
כ'וועל נישט ווארטן פאר אן ענטפער אין די ''אינטערעסאנטע לינקס'' אשכול, סוועט נעמען צו לאנג. וואס גייט פאר דא אין די ספעיס ווידעא? פארוואס פליעט ער נישט אין די לופט? נאר די עסן, און מערקט ווי אויך זיין זייגער האווערט ארום זיין האנט...

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Pwv6Hcn-0HY[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:28 pm
דורך יידל
כ'שטעל זיך פאר אז ער איז צוגעבינדן צו עפעס, ניין?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:36 pm
דורך זר זהב
אז יידל ווייסט נישט זאל איך וויסן?...

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:37 pm
דורך געפילטע פיש
אין אנדערע ווידיאס זעט מען עם יא ארום שוועבן, וועט מען מוזן זאגן ווי יידל.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:40 pm
דורך זר זהב
קוק דעיע. און קוק ביי 4 מינוט וויזוי ער מאנעווירט זיך ארום, זיי האקן א טאג דארט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Epdz2ySd3hE[/youtube]

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:56 am
דורך מאטי
איז דא א פארוויילונגס פלאץ ווי ס׳איז נאכגעמאכט ספעיס אזוי אז מען שפירט נישט קיין גראוואטי? איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין דארט מיט מיין כנגדו what a fantasy ?

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:14 am
דורך וואלפה
איך זיך צי דינגען א קאר פאר די קעמפ וואכן
ווי איז די ביליגסטע פלאץ

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:39 am
דורך געפילטע פיש
@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.

דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:26 pm
דורך וואלפה
די קליפ ווי מען צושניידט א מענטש אין האלב און לעבט ווייטער ווי דער האן אן קיין קאפ איז מיר אויסערגעווענליך אינטערסאנט,
איינער קען אפשר מסבר זיין ווי אזוי דאס ארבעט
http://db.tt/dMyte6jY

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 8:49 pm
דורך טאמבל סאס
איך קען נישט שרייבן אן ארטיקל מיט א הפסקה אינצווישן. זיכער נישט א הפסקה פון א טאג צוויי דריי. כ'מוז עס שרייבן אין איין ציה.
זענען דא נאך אזעלכע?
אדער אפשר שרייבט יעדער אזוי?!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:37 pm
דורך געפילטע פיש
וואלפה האט געשריבן:די קליפ ווי מען צושניידט א מענטש אין האלב און לעבט ווייטער ווי דער האן אן קיין קאפ איז מיר אויסערגעווענליך אינטערסאנט,
איינער קען אפשר מסבר זיין ווי אזוי דאס ארבעט
http://db.tt/dMyte6jY

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zt8YFOiIBcc[/youtube]
blogs.howstuffworks.com/2010/12/01/understanding-magic-16-%E2%80%93-the-unbelievable-chainsaw-accident-by-kevin-james/