בלאט 34 פון 37
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 8:56 am
דורך מפוזרי
אבער דער מצודות זאגט עס אויך. ואולי סמך על רש״י.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 9:59 am
דורך [NAMELESS]
מפוזרי האט געשריבן:אבער דער מצודות זאגט עס אויך. ואולי סמך על רש״י.
דער מצודות איז נישט קיין מפרש, ער איז א מלקט. (קלויבט זיך אלעמאל וואס איז דאס לייכסטע. ס'פעלט אים טאקע אין קאנסיסטענסי)
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 10:03 am
דורך מפוזרי
ריכטיג. אבער דער פשט איז אים דא געפאלן, וצריך לתרץ כנ״ל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:42 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:32 am
דורך אברך משי
[tag]ונבנתה העיר[/tag] איך בין ערשט יעצט אנגעקומען צום אשכול, און איך זע אז איר האט מציין געווען שו"ת חתם סופר.
אויך האב אייך געוואלט ווייזן טאקע אז דער חתם סופר רעדט דערפון אין די חידושים אויף מסכת נדרים דף נ"ה עמוד א'
וזה לשונו:
ועוררני רב אחד, שכ"כ רש"י בנחמיה קפיטל י' פסוק ל"ו ובכורי כל פרי כל עץ פירש"י בכורי של כל פרי כאילן הם מדברי חכמים עכ"ל. איברא הדבר צע"ג דלא לשתמיט בשום מקום בשני התלמודים ובמס' בכורים שיהיו מביאים בכורים בכל זמן בית שני שמחזקיה ונחמיה ואילך, כ"א מז' המינים. ותו צלע"ג איך יכולים לתקן הבאת בכורים ממה שלא חייבה תורה ולעשות תנופה במזבח כעין עבודה, וה"ל חולין בעזרה ופטור ממעשר, ולא ידעתי פתר לקושיא זו אלא בעיטור בכורים ואליבא דר"ש במתני' פ"ג דבכורים משנה יו"ד, וע"ש תי"ט. ומיהו הרמב"ם פסק כר"ע, וצ"ע...
און לפי ווי עס ליגט מיר אין זכרון האב איך אמאל געזען אין איינע פון די קובצים (מלפני הרבה שנים) ווי א חכם אחד האט מעורר געווען פון דברי התרגום יונתן בן עוזיאל אין פרשת קרח אויפן פסוק (י"ח י"ג) ביכורי כל אשר בארצם שטייט "בכורי דכל פירי אילני ארעהון דיקרבון קדם ה'" וואס פון דעם איז אויך משמע אז סהאט נוהג געווען ביכורים ביי אלע ביימער נישט נאר די שבעת המינים. ואיני יודע ווי ווייט דער דיוק איז צ"ע, אבער סאיז פארט א שיינע דיוק...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
זייער א שווערע תירוץ צו זאגן אז ס'גייט ארויף אויף עיטור ביכורים לרבי שמעון. איינס, עיטור ביכורים מוז נישט זיין קיין ביכורים דווקא, דאס הייסט ערשט-געצייטיגטע פרוכט, ס'קען פונקט אזוי זיין סתם פירות. און צווייטענס, דער פסוק רעדט קלאר פון א חיוב צו ברענגן 'ביכורי כל פרי עץ', נישט קיין עיטור פאר די ביכורי שבעת המינים.
בנוגע דעם תרגום ירושלמי, שטייט נישט דארט מער ווי ס'שטייט אין פסוק אליינס (סיי דארט אין פרשת קרח און סיי איבאראל וואו ס'ווערט דערמאנט די מצווה פון ביכורים אין מקרא), פונקט ווי די חכמים לערנען פשט אין פסוק גייט אויך מיט פשט אזוי אין תרגום.
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:12 pm
דורך גאלד
אויב איך מעג פרעגן א נארישע קשיא,
מ'זעהט אין די תורה מ'האט געציילט די אידן און פ' במדבר, נאכדעם נאכמאל, בערך 40 יאר שפעטער, אין פ' פנחס
ביידע מאל שטייט א מספר פאר יעדן שבט באזונדער, פלאס שבט לוי,
דאס מיינט 26 ציפערן, 2 מאל 13 ווייל ס'דאך דא מנשה מיט אפרים,
עפעס מאדנע יעדער איינציגער מספר זענען גאנצע הונדערטערס, חוץ אין פ' במדבר האט איין שבט מיט 50 עקסטער און פ' פנחס האט איין שבט 30 עקסטרע,
דאס מיינט 24 פון 26 נומבערס זענען גאנצע הונדערטערס,
און קיין איין איינציגער האט נישט קיין סינגל דידשיטס,
דאס איז עפעס זייער מאדנע,
איך בין נייגעריק צו מ'ערווענט עס, אויב נישט, צו קיינער האט זיך קיינמאל געוואונדערט,
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:25 pm
דורך קאווע טרינקער
דו פרעגסט גוט, נאריש איז דער וואס פרעגט נישט.
ס'איז מסתבר על הדעת אז די תורה roundup די פיגורין צו די נענסטע 100.
דברה תורה כלשון בני אדם.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:28 pm
דורך קל וחומר
מיין שווער האט פונקט לעצטנס אויך געפרעגט די זעלביגע, ס'לאזט זיך גלייבן אז מ'האט געמאכט א עסטימעט אבער די דרייסיג בלייבט אביסל שווער (ויכול להיות אז אלעס האט מען געראונד צו פופציג אדער הונדערט {צו וועלכע ס'איז געווען נענטער} און אז ס'איז פונקט אויסגעקומען דרייסיג האט מען עס אזוי געלאזט, וכמובן אז אזא זאך ברויך א מקור, אבער שפעקולירן מעג מען אייביג).
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:55 pm
דורך שמעקעדיג
ערגעץ וואו אין האט מען שוין געפרעגט דעם שאלה (כמדומה לי) און ונבנתה האט צוגעצייכענט א חת"ס וואס שמועסט דערפון.
איימיצער האט א לינק?
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 7:32 pm
דורך זבולון
באקאנט איז דער רי"ד וואס שרייבט אזוי:
"פקדיהם למטה ראובן ששה וארבעים אלף וחמש מאות" - תימה: וכי אפשר שלא היה חסר אחד או שניים מן הכללים שאומר כאן, או יותר? ויש לומר: שאין הכתוב מקפיד בזה, כדכתיב (ויקרא כ"ג, טז) "תִּסְפְּרוּ חֲמִשִּׁים יום" - ואינן אלא ארבעים ותשעה. וכן (דברים כ"ה, ג) "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ" והם שלושים ותשעה (מכות כב ע"א וע"ב).
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:08 pm
דורך יהושע חיים
אין דרך שיחה זאגט הגר"ח קניעבסקי אז ער האלט אז עס איז געווען א ראנדאפ אבער ווען ער האט עס געזאגט פאר זיין טאטע בעל קהילות יעקב איז עס עהם נישט געפאלען און אז די תורה שרייבט א מספר איז אזוי געווען
(ולי נראה דברי הבן)
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 1:17 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ וואו אין האט מען שוין געפרעגט דעם שאלה (כמדומה לי) און ונבנתה האט צוגעצייכענט א חת"ס וואס שמועסט דערפון.
איימיצער האט א לינק?
viewtopic.php?p=128745#p128745
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:46 pm
דורך שמעקעדיג
מיר ווייסן די הארבקייט פון ארויסזאגן דעם שם שמים לבטלה, און נאר ביים דאווענען אדער ביי תהלים וועט מען זיך ערלויבן ארויסצוזאגן דעם שם. אבער אין זייער אסאך סליחות און יוצרות האבן אויך אין זיך דעם שם, ווי אזוי ארבעט דאס? ווער מעג אריינשטעלן דעם שם ה' אין זיינע פיוטים? אויב מאך איך צב"ש א פיוט תפלה פאר מיינע חסידים, מעג איך אריינלייגן דעם שם און זיי מעגן עס זאגן? דארף מען א ספעציעלע היתר פונעם דיין אדער כל מי שרוצה מעג דאס טון?
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:16 pm
דורך קל וחומר
דרך תחינה, תפילה, הודאה, ובקשה איז לכאורה נישט לבטלה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
ביבער האט געשריבן:ווער קען מיר העלפן מיט א פראקטישע היתר צו גיין אין שויער יום טוב? יעצט ווען ס'קומען די 3-טעג-יום טוב'ס איז עס מיר קריטיש וויכטיג.
זיך וואשן מיט ווארעם וואסער אום יום טוב איז מותר.
זיך וואשן מיט קאלט וואסער אום שבת איז אויך מותר.
זיך זייפן מיט שעמפו [רינעדיגע], און זיך ווישן מיט א האנטוך, איז מותר אפילו אום שבת, כפי ששמעתי מפי הגאון רבי בן ציון וואזנער שליט"א, וואס האט אמאל געגעבן א שיעור אין ארגון שיעורי תורה, און נאך א לענגערע פלפול הגיע לפסק דין הנ"ל, והוסיף לומר: מ'קען איבערזאגן קלאר אין מיין נאמען, אז מ'מעג זיך זייפן מיט רינדיגע שעמפו, און זיך ווישן מיט א האנטוך, "לכתחילה", אפילו אין שבת.
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:33 pm
דורך קל וחומר
עיי' שכ"ו מ"ב ס"ק כ"א
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן:מען זאגט והיה ביום ההוא יתקע 'בשופר גדול'
מען בעט תקע 'בשופר גדול'
וואס איז די מעלה פין א גרויסע שופר? מען וועט הערן בעסער?
הרב קוק איז עס מסביר כדרכו, שהחילוק הוא בטעם החזרה לארה"ק, לשם שמים, לשם לאומיות, או לשם בריחה מפוגרומים וכדומה. די ערשטע איז 'שופר גדול', די צווייטע איז 'שופר פשוט, כשר', די דריטע איז פסול.
עי' כאן באריכות [מאמרי הראי"ה - שופרות].
ווייטער,
דא האסטו א ביאור פונעם רמח"ל.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך האב מקיים געווען דעם יגעתי אין כהאב געטראפן פונעם מהריל אז ער שרייבט אויף דעם א אינטערעסאנטע לשון 'מה שהפוקרין הם פוקרין לאמור מהו שופר גדול' אין ער איז מסביר אז די מציאות פין א איל איז אז די רעכטע שופר איז גרעסער פונעם לינקן שופר אין ביים מעמד הר סיני האט השי''ת געבלאזן מיטן לינקן-קלענערן שופר אין ביי די גאולה העתידה גייט ער בלאזן מיטן רעכטן-גרעסערן שופר ממילא בעטן מיר תקע בשופר גדול בלאז שוין מיטן גרעסערן שופר
די הסבר שטייט שוין אין פרקי דרבי אליעזר. ועי' בהמשך 'לכתחילה אריבער' של המהר"ש מליובאוויטש שהאריך בזה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:IMG_20141128_153816.jpg
אויב איז למעשה געווען סבור לבא על זו ועלה על אחרת, איז עס נישט "בני תמורה" איינע פון די בני תשע מדות? ראובן איז דאך געווען ראשית אונו, וואס די גמרא דאכט זיך רופט אן ממזרים ואינם ממזרים? וה' יאיר עיני.
דער מגן אברהם אין סימן ר"מ פרעגט די קשיא, און ענטפערט אז וויבאלד יעקב האט למעשה מכיוון געווען צו בועל זיין די חפצא נאר ער האט געמיינט אז עס הייסט רחל אנשטאט לאה, הייסט עס נישט בני תמורה ווי ער טראכט פון אנדערע גוף בשעת מעשה. וצ"ע
דער אליה רבה זאגט אז קודם מתן תורה האט מען געמעגט.
מיר איז אמאל איינגעפאלן א באמבע תירוץ, הלואי איז עס אמת אויך.
לאמיר מקדים זיין אן אנדערע קשיא:
די גמרא זאגט דאך (יבמות ל"ד ע"ב) "אין האשה מתעברת בביאה ראשונה", איז לכאורה שווער וויאזוי האט יעקב אבינו געקענט זאגן אויף ראובן אז ער איז (בראשית מט, ג): "ראשית כחי וראשית אוני", און ווי די גמרא זאגט (שם ע"ו ע"א): "שלא ראה קרי מימיו", עס איז דאך אוממעגליך אז ער איז געבוירן פונעם ערשטן ביאה, וויבאלד 'אין האשה מתעברת בביאה ראשונה'?!
תוספות אויפן פלאץ מוטשעט זיך מיט דעם, און זאגט אז מ'מוז זאגן אז לאה האט ממעך געווען די בתולים באצבעה, ווי די גמרא זעלבסט ערקלערט (ל"ד ע"ב הנ"ל) לגבי תמר. [ענליך צו דעם זאגט רש"י בשם המדרש, אויף די בנות לוט].
אבער לענ"ד קען מען אפשר זאגן, אז אויב יעקב אבינו איז געווען בן פ"ד שנים ביים געבוירן ראובן, וואס מיינט אז ער האט זיך געקענט איינהאלטן די אלע יארן אפילו פון זען א מקרה לילה, דעמאלס האט ער זיך אויך געקענט איינהאלטן בביאה ראשונה נישט צו מוציא זרע זיין, כדי אז בהוצ"ז ראשון זאל שוין ראובן קענען נולד ווערן, און דאס קען נאר געשען בביאה שניה, וכנ"ל.
ולפ"ז וועט פארענטפערט ווערן די נושא פון 'בן תמורה', ווייל עס קומט אויס אז ראובן איז געבוירן ביים צווייטן ביאה, וואס דעמאלס האט שוין יעקב געוואוסט אז זי איז לאה, ונמצא שלמעשה לא נולד כבן תמורה.
איין פראבלעם איז נאר דא, אז כמדומה אז חז"ל זענען זיך שוין מתייחס דערצו אז ער האט אנגעקוקט ראובן ווי א שטיקל בן תמורה, ואל"כ שטייט עס שוין לפחות אין די קדמונים, ואכמ"ל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:19 am
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:'ילבוש שחורים ויתעטף שחורים וכו', איז מען אמאל געגאנגען נישט שווארץ אז מען זאל זיך מתעטף זיין שחורים? אויב נישט דאן וואס איז די רבותא פון די ילבוש שחורים, מיר גייען דאך אלע מיט די פינסטערע דיפרעסטע שווארצע קאליר, אתמהה?
ילבש שחורים ויתעטף שחורים איז א לשון מליצי ארויסצוברענגען די נקודה, אז ער זאל טון זיינע מעשים אויסבאהאלטן, כדי נישט גורם צו זיין א חילול ה' ברבים (אנדערש ווי געוויסע מיינען, אז די נקודה פון אנטון בגדי שחורים איז כדי ער זאל שפירן דעפרעסט מיט זיין מעשה נוולה. און אויך אנדערש ווי געוויסע מיינען, אז די גמרא געבט דא א 'היתר' פאר ווער ס'שפירט אז ער קען זיך נישט איינהאלטן, די גמרא זאגט סך הכל אז אויב ער טון שוין יא די עבירה זאל ער לפחות גיין במקום שאין מכירים אותו כדי די עבירה זאל נישט זיין אזוי גרויס)ץ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:31 am
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:דא האט איר די פשוט פשט פונעם פסוק:
ארמי אובד אבי -
אבי אברהם ארמי היה, אובד וגולה מארץ ארם. (רשב"ם)
דאס האב איך געזוכט. די מעשה מיט לבן איז א דרש.
איך פארשטיי נישט פארוואס דו האסט מחליט געווען אז דאס איז די ריכטיגע פשט אליבא ד'פשוט פשט'.
דער רשב"ם זאגט, אז מ'רעדט פון אברהם אבינו.
דער ראב"ע, חזקוני, און ספורנו זאגן, אז מ'רעדט פון יעקב אבינו.
אונקלוס, רש"י, און דער ספרי זאגן, אז מ'רעדט פון לבן הארמי.
אויף אלע דריי פשטים זענען דא קשיות 'אליבא דהפשט', און אלע דריי שטימען אויך אליבא דהפשט אן קיין דרש. [ועי' בהתורה והמצוה להמלבי"ם וואס איז מסביר, פארוואס די פשט אז מ'רעדט פון לבן, שטימט ספעציעל גוט מיטן לשון הפסוק - אליבא דהפשט, ומצד שני פארוואס ס'איז שווער אליבא דפשט אז מ'זאל רעדן פון יעקב].
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:29 am
דורך שמערל
זעה דא
viewtopic.php?p=144282#p144282Sent from my SM-G935T using Tapatalk
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
יענער שרייבט טאקע מיט אן עלעקוואנטער שפראך, אבער דאס מאכט אים נישט גערעכט.
עי' בהתורה והמצוה להמלבי"ם, וואס ער טענה'ט אליבא דהפשט, אז ס'שטימט בעסער אויף לבן ווי אויף יעקב [וכ"ש אברהם].
ואני אומר, אז אלע דריי מהלכים האבן געוויסע מעלות און חסרונות אליבא דהפשט, אבער די דעה מוקדמה אז די פשט פון 'לבן' איז א דרש בעלמא, דאס איז א טעות גדול.