בלאט 35 פון 110
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:43 pm
דורך לאליפאפ
מ גפני האט געשריבן:נפלה עטרת ראשינו!!!
רשכבה"ג מורינו יודל מייזליש איז נישט אויפגעשטאנען!!!
מסתם אוועק פון אן אינטערענעל בלידינג
וכאן המקום להזכיר בשבחו על זה שהי' משמח אלפי לבבות עם הקליפ הזה [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=F-vI3gFoKx0[/youtube]
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:22 pm
דורך פלעין יודיש
לאליפאפ
אוי ווי די ביסט גערעכט
איך פלעג איבערקיקן דעם קליפ צענדליגע מאל, און יעדער מאל פון פריש געלאכט
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:51 pm
דורך לאליפאפ
פלעין יודיש האט געשריבן:לאליפאפ
אוי ווי די ביסט גערעכט
איך פלעג איבערקיקן דעם קליפ צענדליגע מאל, און יעדער מאל פון פריש געלאכט
שעם דיך נישט! יעדער האט עס איבערגעקוקט און איבערגעקוקט. קורץ און שטארק.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:55 pm
דורך פלעין יודיש
פארוואס פאלט דיר ביי אז איך שעם זיך?
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 3:58 pm
דורך לאליפאפ
טאקע נישט גענוצט די ריכטיגע ווערטער! כ'האב געמיינט צו זאגן אז אלע זענען ביי דעם גלייך. כ'האב עס נאך יעצט איבערגעקוקט...
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:02 pm
דורך מ גפני
נו ווי זענען אונזערע געלונגענע שרייבערס ווען מ'דארף זיי? קען איינער ביטע שרייבן אן אנאליז וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביים רבינ'ס חתונה וואס איז פארגעקומען אין יענקי סטאדיום ווי בלויז צו סערווירן מים אחרונים האט מען געדארפט נוצן אלע פייערלעשער טראקס פון גאנץ ניו יארק סיטי
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 4:05 pm
דורך ברעט מענינג
פלעין יודיש האט געשריבן:לאליפאפ
אוי ווי די ביסט גערעכט
איך פלעג איבערקיקן דעם קליפ צענדליגע מאל, און יעדער מאל פון פריש געלאכט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:14 am
דורך לאנדאנער
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:04 am
דורך קאווע טרינקער
ריכטיג האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:זיין זוהן איז דער "נהרא ופשטיה" ירחון.
.
ער גיבט דאס ארויס בעילום שם, רצונו של אדם זהו כבודו, איך מיין אז עס איז נישט ריכטיג עס מפרסם צו זיין דא.
אנטשולדיגט.
מפרסמים עושי מצוה.
א שטיקל הערכה פון א ידיד פון ר' יודל מייזליש ע"ה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 6:23 pm
דורך מ גפני
C/P
צו אלע גוטע פריינד פון ר' יודא מיזעלס ע"ה
איך האב יעצט מיט געהאלטן אויפן טעלעפאן די לוי' פונעם חשובן נפטר א איש מדוכה ביסורים חולי הנפש ל"ע וואס ער האט זיך מיט דעם געמוטשעט א גרויס חלק פון זיין לעבן.
אזוי ווי איך בין געווען זייער נאנט מיט אים און ער האט זיך אסאך געדרייט ביי מיר און שטוב וויל איך אביסעל מיטטיילן די גרויסקייט פון דעם איד.
קודם איז ער געווען זייער אן עהרליכער און אפגעהיטן. ביי יענעם אין שטוב האט ער זיך אויפגעפירט זייער איידל מ'האט נישט געהערט קיין הויעך ווארט פון אים.
ער האט האט קיינמאל נישט געבעטן פון קיינעם צו עסען אדער שלאפן ער האט מיר דערציילט אז ער איז געווען איבעראל ביז ער איז געקומען אויף קרית יואל, ס'איז געווען צייטן ווען ער איז געשלאפן אין ביהמ"ד און טאמער איז נישט געווען קיין תיקון יענעם טאג האט ער פשוט געפאסט. (דא איז טאקע צו פארדאנקען פאר די אלע אידן וואס האבן אים צוגעשטעלט אין ק"י אכילה שתיה לינה ברחבות ובכבוד גדול).
אויך האט מען זיך געקענט לערנען פון זיין אמונה און בטחון ווען ער האט זיך נעבעך גערישט אויף גרויסע זאכן און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט האט ער זיך נישט אפגערעדט אויף פריער נאר גלייך געטון ווייטער מיטן זעלבן חשק....
ער איז נעבעך אדורך א לעבן פון צער פיזיש און גייסטיש נאכדעם וואס ער האט נארמאל חתונה געהאט.
זיין עכטע נאמען איז יהודא ארי' בן ר' אהרן דוב מיזעלס (נישט די רבי'שע מייזליש משפחה) ע"ה
זיין טאטע איז אוועק פאר עטליכע יאר צוריק .
ער האט איבער געלאזט א חשובע זין א תלמוד חכם א זעהווילע חסיד א מלמד מיט פיר אייניקלעך אין ירושלים.
ת נ צ ב ה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:07 pm
דורך שרייבער
ווי אלט איז ער געווען?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 8:20 pm
דורך דער שכן
מ גפני האט געשריבן:C/P
צו אלע גוטע פריינד פון ר' יודא מיזעלס ע"ה
איך האב יעצט מיט געהאלטן אויפן טעלעפאן די לוי' פונעם חשובן נפטר א איש מדוכה ביסורים חולי הנפש ל"ע וואס ער האט זיך מיט דעם געמוטשעט א גרויס חלק פון זיין לעבן.
אזוי ווי איך בין געווען זייער נאנט מיט אים און ער האט זיך אסאך געדרייט ביי מיר און שטוב וויל איך אביסעל מיטטיילן די גרויסקייט פון דעם איד.
קודם איז ער געווען זייער אן עהרליכער און אפגעהיטן. ביי יענעם אין שטוב האט ער זיך אויפגעפירט זייער איידל מ'האט נישט געהערט קיין הויעך ווארט פון אים.
ער האט האט קיינמאל נישט געבעטן פון קיינעם צו עסען אדער שלאפן ער האט מיר דערציילט אז ער איז געווען איבעראל ביז ער איז געקומען אויף קרית יואל, ס'איז געווען צייטן ווען ער איז געשלאפן אין ביהמ"ד און טאמער איז נישט געווען קיין תיקון יענעם טאג האט ער פשוט געפאסט. (דא איז טאקע צו פארדאנקען פאר די אלע אידן וואס האבן אים צוגעשטעלט אין ק"י אכילה שתיה לינה ברחבות ובכבוד גדול).
אויך האט מען זיך געקענט לערנען פון זיין אמונה און בטחון ווען ער האט זיך נעבעך גערישט אויף גרויסע זאכן און עס האט זיך נישט אויסגעארבעט האט ער זיך נישט אפגערעדט אויף פריער נאר גלייך געטון ווייטער מיטן זעלבן חשק....
ער איז נעבעך אדורך א לעבן פון צער פיזיש און גייסטיש נאכדעם וואס ער האט נארמאל חתונה געהאט.
זיין עכטע נאמען איז יהודא ארי' בן ר' אהרן דוב מיזעלס (נישט די רבי'שע מייזליש משפחה) ע"ה
זיין טאטע איז אוועק פאר עטליכע יאר צוריק .
ער האט איבער געלאזט א חשובע זין א תלמוד חכם א זעהווילע חסיד א מלמד מיט פיר אייניקלעך אין ירושלים.
ת נ צ ב ה
תלמוד חכם אדער תלמיד חכם?..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:51 pm
דורך לאליפאפ
שרייבער האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען?
58
נשלח: דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
ערשט יעצט געזעהן די קליפ די ערשטע מאל. [tag]לאליפאפ[/tag] וואס איז געווען די מעשה ?
נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 8:09 am
דורך לאליפאפ
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ערשט יעצט געזעהן די קליפ די ערשטע מאל. [tag]לאליפאפ[/tag] וואס איז געווען די מעשה ?
וואסססס? ביזט ניי צום אינטערנעט אפשר? אבער בקיצור קען איך די מעשה פונקט ווי דיר, דער אנדערער שעירט א נידריגע איי קיו מיטן נפטר און סאיז געשען וואס איז געשען...
נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 9:14 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה ר' שמחה האממער ע"ה, משב"ק אדמור"י באבוב.
אויך אוועק פון די פלו
נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 10:02 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שמחה
נשלח: מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:20 pm
דורך sefish
אשת הרה"ח ר' ישעי רז"ב שליט''א (מלמד), לויה קומט פאר יעצט ביים ביהמ''ד דקיט''ל ראדני, אויפן וועג צום ביה"ח אין קרית יואל.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:22 am
דורך סאו וואט
ר' שמחה נעבעך, ברוך דיין האמת. גאר א חשוב'ע פיינע שטילע יוד געוועהן.
זיך אויסגעגליטש דער ווינטער און פראנט פון איינעמ'ס הויז, געדארפט בלייבען אונדערהיים גאנץ ווינטער, און נישט געוואלט יענעם סוען.
קוים קוים וואס ער האט זיך ערהוילט פון דעים, און שוין א פרישע קלאפ.
מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע וואוילע גוטע יודן נעמט מען אוועק פון אונז.
מ'דארף זיך נעמען לתיקון המעשים ולהתעוררות.
אויך אווער פון וואלקינג עמוניא.
קומט א באריכט פון דר. קעסטלער'ס אפיס פון אסוסא, אז היינט אויף דער נאכט אליין זענען צוויי הונדערט מענטשען זיך געקומען טשעקען פון דעים אליין.
זאל מען שוין הערן בשורות טובות ישועות ונחמות.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:28 am
דורך שמעקעדיג
סאו וואט האט געשריבן:מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע נעמט מען אוועק פון אונז.
דאנט ווארי. ווען די גארביטש וועלן שטארבן וועל זיי אויך ווערן איבערנאכט פיינע און מ'עט שרייבן שיינע שבחים און טיטלען אין די צייטונגען און אויפן מצבה. ביטע סטאפ מיט די לאזונגען. מיר האבן נאך דא פיינע אידן לאורך ימים ושנים (בערל: ונשים?) טובים.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:08 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט האט געשריבן:מ'לאזט אונז איבער ממש מיט דו גאבערדזש. אלע פיינע נעמט מען אוועק פון אונז.
דאנט ווארי. ווען די גארביטש וועלן שטארבן וועל זיי אויך ווערן איבערנאכט פיינע און מ'עט שרייבן שיינע שבחים און טיטלען אין די צייטונגען און אויפן מצבה. ביטע סטאפ מיט די לאזונגען. מיר האבן נאך דא פיינע אידן לאורך ימים ושנים (בערל: ונשים?) טובים.
שמעקעדיג: ייש"כ פאר כאפן מיין "פאן". ווען איך שרייב דאס אויף מיינע פעיוואריט קאסטימערס ווי הרב י.מ.ס. אדער ר' ס' דער ד' ווארט איך אז איינער זאל זיך אנרופן.
מיין אנדערע מימרא וואס איך נוץ אפט איז " זכותו
יגון עלינו. כ'האב עס גענומען פון א קינדער טעיפ דורך א היימישער אינגערמאן ווי ער זאגט עס משיח לפי תומו.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:09 am
דורך שמעקעדיג
יא יא, מיר האבן דאס אויכעט באמערקט..
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 10:07 am
דורך שעפטל
בד"ה כ"ק האדמו"ר רבי זיידא שמואל שמעלקע ראזענבוים זצ"ל מביטשקוב, בן כ"ק אדמו"ר רבי דוד משה מ'קרעטשניף זצ"ל

- IMG-20140323-WA036.jpg (131.14 KiB) געזען געווארן 2945 מאל
דער ביטשקובער רבי איז געבוירן אין תשי"ב, און איז א ברודער מיט האחים לבית קרעטשניץ-רחובות און פרעמישלאן.. ער איז געווען א איידעם ביי הגה"צ ר' משה זאב פריעדמאן, רב ד'יפו. און דער ביטשקובע רבי איז געווען באקאנט אלס א מחזיר נשמות לאבינו שבשמים.
זכותו יגן עלינו