בלאט 35 פון 40
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
עס הייסט אז הרב וואזנער גייט זאגען אז ווער עס האט נישט-גע׳פילטער׳טע אונטערנעט קען מען נישט מצרף זיין צו מנין...
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 2:55 pm
דורך אלדד
זר זהב, ס׳קען זיין אז מען האט אים געבעטן/זיך אויסגענומען, במציאות איז אבער קיינער נישט בעל בית וואס ער גייט זאגן בשעת ער שטייט ביים מייקראפאן...
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 3:04 pm
דורך איך אויך
ווי אלט ביסטו? געדענקסט אפשר וואס מען געטוהן אין סאטמער מיטען וויזניצער רבין זצ"ל ביים מצוה טאנץ?
נישט אז איך האב א הוה אמינא אז מען גייט עס דא טוהן נאר כדי לסבר את האוזן.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 3:26 pm
דורך שרייבער
ערעב איד, דער חסידישער ציבור גייט דא בטל ווערן ברוב, כל שכן וכל שכן דער סאטמארער ציבור
איך וועל דיר פרעגן א צווייטע שאלה, געדענקסט וואס מען האט געטון מיט אלטר משה ג"ב תשמ"ה? ס'איז נאר לסבר את האוזן
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 3:39 pm
דורך איך אויך
ניין איך ווייס נישט, feel free to fill me in.
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 4:09 pm
דורך הדד בן בדד
שוין, רבותי, איך הייב אן טשעינדשן מיין מיינד, איך גיב א קוק אויף די פיקטשערס אין דעם אפדעיט אשכול, און איך זעה די אלע טייערע אידישע בחורים וועלכע העלפן ארויס. איך גלייב אז זיי קוקן אזוי אויס נאר צוליב דעם אינטערנעט, און איך גלייב נאכמער אז יעצט אז קומען דא אהער, און נאכדערצו העלפן זיי מיט די הכנות, בין איך זיכער אז מארגן זענען אלע צוריק פולקאם געהעריגע חסיד'ישע בחורים...
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 5:26 pm
דורך John Doe
היינט נאכט
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 5:48 pm
דורך שרייבער
די מענער גייען זיצן אין סיטי פיעלד
די פרויען אין די זאלן
און די קינדער אויף די קאמפיוטערס
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 10:55 pm
דורך הדד בן בדד
איך זעה אז דוד טייטלבוים און איך און די אנדערע וואס האבן געהאלטן אזוי ווי איך זענען געווען ראנג. מיר האבן געמיינט אז מען גייט כאטש מסביר זיין אז אזוי ווי "יו קענט ליוו וויטאוט איט", מוז מען כאטש האבן פילטערס. דערווייל זעה איך אז דער מטרה איז געווען צו אסר'ן נאך הארבער ווי מען האט גע'אסר'ט ביז היינט, נאר זיי האבן פארשטאנען אז אויף דעם חשבון וועט ער עולם נישט קומען, האט מען זיי געמוזט ארום פירן מיט מעשה'לעך אהער און אהין, אבי מען זאל קומען.
הדא הוא דכתיב: גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין. פערעדעריי בתפארתה
נשלח: זונטאג מאי 20, 2012 11:12 pm
דורך הדד בן בדד
הדד בן בדד האט געשריבן:ר' חיים נחום וכל השאר, איך האלט א סקולענער רבי איז גאר א גרויסער צדיק, און איז אפילו א געוואלדיגער מארקעטינג טול, און איך גלייב אז זיי וועלן נישט האבן א פראבלעם אנפולן צוויי און פערציג טויזענט זיצן, און אדער אפילו צוויי און זעכציג טויזענט זיצן, אויב עס גייט נישט קאסטן געלט. עס איז אסאך פאן צו גיין צו אזא איווענט. האועווער, אויב האלטן מיר ביי אזא מצב אז מען דארף נוצן די מוסדות מיט די קינדער צו צווינגען די עלטערן צו קומען, דאן איז א ביטערע רחמנות אויף די עסקנים (נישט אז איך האב א ברעקל רחמנות אויף די זעלבסטפאבריצירטע עסקנים, נאר...) און דעמאלס איז א שאד יעדעס פעני וואס מען אינוועסטירט אין דעם (אפשר נישט, אזוי וועלן די עסקנים ביזי זיין מיט דעם און ווייניגער פייניגן אידישע קינדער).
די עסקנים וואס פירן אן דעם דאזיגן איווענט, זענען אויסן זיך גרויס צו מאכן, (אויך זייער רבין און גדול) און זענען טויזענט מייל אפגערוקט פון דעם עוורידש אינגערמאן וואס דארף עוסק זיין בישובו של עולם אויף צו ברענגען פרנסה.
.
דאס האב איך געשריבן אויף בלאט צוויי פון דעם אשכול
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:25 am
דורך אךשמח
מען האט געדרוקט א הונדערט טויזנט מנחה מעריב'לעך און בראשורס. איינער ווייסט פארוואס מען האט עס נישט פארטיילט?
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:28 am
דורך שרייבער
אךשמח האט געשריבן:מען האט געדרוקט א הונדערט טויזנט מנחה מעריב'לעך און בראשורס. איינער ווייסט פארוואס מען האט עס נישט פארטיילט?
דו גלייבסט נאך אז מען האט געדריקט? מען האט אזוי געשריבן
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 11:34 am
דורך אךשמח
שרייבער האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:מען האט געדרוקט א הונדערט טויזנט מנחה מעריב'לעך און בראשורס. איינער ווייסט פארוואס מען האט עס נישט פארטיילט?
דו גלייבסט נאך אז מען האט געדריקט? מען האט אזוי געשריבן
איך ווייס אז מען האט געדרוקט.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 12:04 pm
דורך שרייבער
נו עט מען עס טיילן ביים דף היומי
פאר די וואס ווילן וויסן די אויפטו פונם כינוס
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 12:17 pm
דורך chasid
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
אין באבובע כולל אין בארא פארק איז נעכטן געוועהן א שטיקעל אויפשטאנד. כאטש מ׳האט געווארענט נישט צו גיין צי די כינוס איז די כולל געוועהן מער ווי האלב ליידיג....
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 1:53 pm
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:אין באבובע כולל אין בארא פארק איז נעכטן געוועהן א שטיקעל אויפשטאנד. כאטש מ׳האט געווארענט נישט צו גיין צי די כינוס איז די כולל געוועהן מער ווי האלב ליידיג....
ס'איז די האלב וואס באקומען עניוועי נישט קיין תמיכה (צוליב נישט לערנען פלייסיג, אדער שפעט קומען, צו אנדערע תירוצים שונים)
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:22 pm
דורך דולה ומשקה
שמואל הלוי האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:אין באבובע כולל אין בארא פארק איז נעכטן געוועהן א שטיקעל אויפשטאנד. כאטש מ׳האט געווארענט נישט צו גיין צי די כינוס איז די כולל געוועהן מער ווי האלב ליידיג....
ס'איז די האלב וואס באקומען עניוועי נישט קיין תמיכה (צוליב נישט לערנען פלייסיג, אדער שפעט קומען, צו אנדערע תירוצים שונים)
DUUDY'S עלעקטראניק געשעפט האט געהאט נעכטן א סעיל ביז 10 אויף דער נאכט, ריכטיגע באבוב חסידים.
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:55 pm
דורך שמואל הלוי
כינוס הכלל ישראל עולה בגימטריא תשע"ב
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 2:56 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:כינוס הכלל ישראל עולה בגימטריא תשע"ב
אוי, דער ה"א איז ווי א ביין אין האלז...
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 3:13 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:כינוס הכלל ישראל עולה בגימטריא תשע"ב
אוי, דער ה"א איז ווי א ביין אין האלז...
די עסקנים האבן פארשפעטיגט מיט 5 יאר
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 3:21 pm
דורך שמואל הלוי
מענין לענין באותו ענין, א' במדבר איז בגימטריא כ"ח אייר (עכ"פ היי יאר שטימט עס)
[אגב; היינט שטימט עס אויך - ב' במדבר, כ"ט אייר]
נשלח: מאנטאג מאי 21, 2012 6:53 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, א' במדבר איז בגימטריא כ"ח אייר (עכ"פ היי יאר שטימט עס)
[אגב; היינט שטימט עס אויך - ב' במדבר, כ"ט אייר]
ס'גייט שטומען מארגען אויך?