בלאט 35 פון 213
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:51 am
דורך משולם שטיינפעלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:מיין לעצטע צ'ענס צו פרעגן אין דעם אשכול. ביזדערווייל בלייב אים אומוויסענד, ממש אז כ'שמעהם צו ווייזען מיין פנים פאר בית דין של ערב ראש השנה.
איך וויל וויסן:
ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
אין די "עלים לתרופה", וואך איין וואך אויס, איז דא אן "הנצחה" פאר דעם בחור. יעדע וואך מיט אן אנדערע קעפל.
"הרנינו גוים עמו"; "דם עבדיו השפוך"; "זכרון קדוש"; וכו'.
יעדעס מאל איך נעם דעם בלעטל אין האנט קוק איך ערשט אויף עמוד ד' צו זעהן, אולי, אפשר די וואך שטייט שוין "הונצח על ידי...."
ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ס'איז אוועק א בחור ביים קריג! א הימל געשריי!
דברי תורה עניים במקום אחד ועשירי"ם במקום אחר, אויף די פאדערשטע זייט פון עלים לתרופה איז דא א קליינע באקסל וואס ווערט נתגלה ווער דער בחור איז. נתנדב ע"י וואלף ובנו יוסף זיכערמאן לע"נ דעם פארקאש בחור, וואלף זיכערמאנס א פעטער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:51 am
דורך מאטי
געפילטע פיש האט געשריבן:@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.
דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/
איז דאס די איינציגע וועג אוועקצונעמען גראוואטי ? איך בין נישא קיין גרויסער פיזיקער. אבער קען מען דען נישט לייגן אין א שטוב א שטארקע וואקיום סיסטעם פון אויבן וואס זאל אייניג מאכן דער כח המשכה פון אונטען און אזוי שאפן אן אטמאספערע אן גראוויטאציע?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:51 am
דורך קול דודי
moti107 האט געשריבן:איז דאס די איינציגע וועג אוועקצונעמען גראוואטי ? איך בין נישא קיין גרויסער פיזיקער. אבער קען מען דען נישט לייגן אין א שטוב א שטארקע וואקיום סיסטעם פון אויבן וואס זאל אייניג מאכן דער כח המשכה פון אונטען און אזוי שאפן אן אטמאספערע אן גראוויטאציע?
וואקיום האט נישט קיין ״כח המשכה״ כשלעצמו. מ׳דארף עפעס זאל שטופן פונ׳ם אנדערע זייט פונ׳ם וועקיום. מ׳קען טאקע מאכען א גרויסע פען וואס זאל בלאזן אויף ארויף און מ׳זאל פליען אין די לופט, און ס׳דא אזעלכע פלעצער, אבער דאס שפירט זיך ווי מען שפרינגט פון א פליגער (סקיידייווינ״ג), נישט ווי זערא גרעוויטי. די איינציגסטער וועג צי שפירן ווי גלייך ס׳איז נישטא קיין גרעוויטי איז זיין פארמאכט אין א זאך וואס פאלט אליינס דורך די כח פון גרעוויטי, וואס איז טאקע וואס פאסירט און א ספעי״ס שאטע״ל. ווייל באמת, דארט ווי די שאטע״ל פליט, איז פאראן (כמעט) די זעלבע גרעוויטי ווי דא. נאר וואדען, די שאטע״ל אליינס פאלט די זעלבע שנעל ווי אלעס וואס ליגט דערינען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:58 am
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:16 am
דורך קול דודי
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=111080#p111080
(וועלקאם בעק קול דודי).
אה, שכויח ונבנתה פארן אזוי שיין מסביר זיין. פארוואס איז דאס צוויי באזינדערע אשכולות?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:46 am
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:(וועלקאם בעק קול דודי).
ווילקאמען, שוין לאנג נישט געזען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:50 am
דורך טאמבל סאס
קול דודי איך טראכט אסאך פון דיר. כ'האב מיך פארגעשטעלט דיך זיצן אין א גרויסע לערן קלאס, אויסהערנדיג א לעקציע פון א אויסגעקראכענעם קאפ, וואס צייכנט אומ'בחנט'ע פארעמען אויף א בלעקבארד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:44 pm
דורך קול דודי
טאמבל סאס האט געשריבן:קול דודי איך טראכט אסאך פון דיר. כ'האב מיך פארגעשטעלט דיך זיצן אין א גרויסע לערן קלאס, אויסהערנדיג א לעקציע פון א אויסגעקראכענעם קאפ, וואס צייכנט אומ'בחנט'ע פארעמען אויף א בלעקבארד.
טאמבל סאס מיין פריינד, איך האב שוין געענדיגט זיצן אין קלאס א צייט צוריק. די אויסגעקראכענע קאפ? באלאנגט צו מיר היינטיגע צייטן.
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 10:26 am
דורך ידען
די בלאט שרייבט א ארטיקעל וועגען רעגען וואסער אויב סע געזונט אדער שעדלעך. אינמיטען שרייבען זיי אז סינק וואסער איז זייער נישט געזונט און סע האט שעדלעכע קעמיקעלס.
וואס מיינט עס?
כאב אמאל געהערט אז סינק וואסער איז פינקט די זעלבע געזונט ווי באטעל וואסער.
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 10:42 am
דורך ברסלבער
א דענטיסט האט מיר אמאל געזאגט אז איך זאל טרינקן אסאך סינק וואסער ווייל עס איז זייער גוט פאר די ציין, עס האט אין זיך פלארייד.
איך האב אים געפרעגט וועגן טרינקן מילך, האט ער מיר געזאגט אז מילך איז אויך גוט, אבער די שטאטישע סינק וואסער איז נאך בעסער.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 7:31 am
דורך איציק
ידען האט געשריבן:ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.
ערשט יעצט געזעהן די פראגע. אפשר האט שוין איינער דא אין אשכול אייך אנגעצייגט די גמרא אין שבת טו. "והתניא הלל ושמעון גמליאל ושמעון נהגו נשיאותן (לפני) הבית מאה שנה"...
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:44 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:א דענטיסט האט מיר אמאל געזאגט אז איך זאל טרינקן אסאך סינק וואסער ווייל עס איז זייער גוט פאר די ציין, עס האט אין זיך פלארייד.
איך האב אים געפרעגט וועגן טרינקן מילך, האט ער מיר געזאגט אז מילך איז אויך גוט, אבער די שטאטישע סינק וואסער איז נאך בעסער.
פילטער יוכיח. איך דארף טוישן די פילטערס אין קאך א יעדע פיר וואכן. און די אפגענוצטע זענען זייער שווער. אנגעפילט מיט שמוץ און דזשערמס.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:02 pm
דורך קאווע טרינקער
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:ווער זענען די אייניקלעך פון די פארקאש בחור וואס איז ליידער אומגעקומען - צווישען נאך 6 מיליאן אידן - ביים WWצווויי?
דברי תורה עניים במקום אחד ועשירי"ם במקום אחר, אויף די פאדערשטע זייט פון עלים לתרופה איז דא א קליינע באקסל וואס ווערט נתגלה ווער דער בחור איז. נתנדב ע"י וואלף ובנו יוסף זיכערמאן לע"נ דעם פארקאש בחור, וואלף זיכערמאנס א פעטער.
אזוי? ייש"כ. א שטיין אראפ פון הארץ.
אז מ'רעדט שוין, און אז דו האסט דעם עלים לתרופה פאר דיין אויגן, גיב א קוק אויף דעם "ף" פון יוסף. פארוואס איז דאס אין אנדערע פאנט?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:57 pm
דורך קאווע טרינקער
איז NESHER פון בארא פארק 13TH AVENUE ארויס פון ביזנעס?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:01 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך האב עבירות, א געפערליכע, ווייסט איינער א לייכטע שנעלע מיטל צו רייניגן א קאמפיוטער (בחנם).
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:30 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האב עבירות, א געפערליכע, ווייסט איינער א לייכטע שנעלע מיטל צו רייניגן א קאמפיוטער (בחנם).
אויף עבירות העלפט תשובה, פאר א וויירוס, ווענדט זיך אין די עבירה, גיב אביסל אינפארמאציע איבער איר.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
כ'האב נישט קיין אנונג, ס'האט פאסירט פון אן אומגעוואונשענע ליק דא אויף קאווע שטיבל.
ס'איז אזא פאלשע בראוזער וואס עפענט זיך אנשטאט גוגל קראום.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:38 pm
דורך זר זהב
ס'דא אן אנאנס פון CHEVRE פראזען סטראבעריס מיט רעצעפט וויזוי צו מאכן א גוטע מילכיע סמודי. א האלבן גאללאן קליינס מילכיגע אייס קריעם, א קאפ צוקער, און 2 פעקלעך ''חברה'' סטראבערי, מ'צומאלט עס און ס'יאמי.
ווייסט איינער צי די זעלבע רעסיפי ארבעט מיט בודק פראזען סטראבעריס?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:39 pm
דורך שמעקעדיג
האסט בכלל א וויירוס טשעקער?
פאר ווינדאוס 8 קומט שוין איינס אריינגעבויעט פון מייקראסאפט, ווינדאוס 7 קענסטו עס דאונלאודן
http://windows.microsoft.com/en-us/wind ... s-downloadבנוסף דערצו, אינסטול די פאלגענדע:
http://www.malwarebytes.orgאדער דאס
http://www.lavasoft.com/און לאז אלעס סקענען א פולע סקען. האפענטליך וועסטו געהיילט ווערן פון די עבירות.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:43 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל זאגט איך זאל פרובירן avg
ס'איז עפעס א ישועה?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:46 pm
דורך שמעקעדיג
יא, אויך גוט.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 5:49 pm
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף מאכן א תקנה, אז מ'קען נישט פרעגן נייע שאלות איידער די לעצטע ווערט פארענטפערט.
איך האב געפרעגט וועגן NESHER, איינער געדענקט נאך?
איך קען נישט אזוי גיין ווייטער... איך דארף וויסן... רוקט ער זיך אן מיט זיינע עבירות בפרהסיא.. נו!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:22 pm
דורך ידען
איציק האט געשריבן:ידען האט געשריבן:ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.
ערשט יעצט געזעהן די פראגע. אפשר האט שוין איינער דא אין אשכול אייך אנגעצייגט די גמרא אין שבת טו. "והתניא הלל ושמעון גמליאל ושמעון נהגו נשיאותן (לפני) הבית מאה שנה"...
איך פארשטיי נישט