בלאט 35 פון 43

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2020 7:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שמעקעדיג האט געשריבן:גראדע זייער רעספעקטפול געשריבן, אין פארגלייך צו די חסיד'ישע מוסדות.

די נוסח איז נישט דער נושא, די אינהאלט איז.
אין לעיקוואד, ביז יעצט, האבען די מוסדות זעלבסט קעיר גענומען פון די נושא. זיי האבען געהאט אחריות אויף וואס זיי טוען, און זיי האבן נישט געקענט איבערציען די שטריק. יעצט וואס מ'האט עס איבערגעגעבן צו א נייעם מוסד, א נאמענלאזע מוסד, וואס מעג נעמען וויפיל געלט זיי ווילן פאר זייערע סערוויסעס, איז עס א סכנה 'לנו ולבנינו'. איך האב געהערט ווי איינער פון דיש וויצערס רעדן פארוואס מ'מאכט די נייע פראגראם, און די חברה זענען ממש געפערליך. רעדן רעדן זיי איידל, אבער זיי זענען אינגאנצן פארפוילט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 9:01 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
וואס גייט ר' בערל טויבער זאגן ביים נעקסטען אינטערנעט דרשה ?
די חברה זענען געווען ביזי אז דער גרויסער ביליאנער פארמאגט נישט קיין סמארט-פאון - קל וחומר א אידיש קינד
ואנה אנחנו באים ????
Daily Mail US
@DailyMail
Billionaire Warren Buffett FINALLY trades in his $20 Samsung flip phone for Apple's latest model handset -but says he will only be using it as 'a phone'

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:20 am
דורך הקטן
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:וואס גייט ר' בערל טויבער זאגן ביים נעקסטען אינטערנעט דרשה ?
די חברה זענען געווען ביזי אז דער גרויסער ביליאנער פארמאגט נישט קיין סמארט-פאון - קל וחומר א אידיש קינד
ואנה אנחנו באים ????
Daily Mail US
@DailyMail
Billionaire Warren Buffett FINALLY trades in his $20 Samsung flip phone for Apple's latest model handset -but says he will only be using it as 'a phone'

ער גייט דאס נאר ניצען אלס א פאן און דאך איז די מארקעט געפאלען מיט מער וואו 1000 פוינטס

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:08 am
דורך הדסים
אויף קול מבשר איז דא אן עד, יעצט אין דער צייט פון סאושעל דיסטענסינג, דערווייטערט אייך פון סאושעל מידיע...

איך וואלט געזאגט פארקערט, אסאך מענטשן האבן יעצט אריינגענומען אינטערנעט אינדערהיים צום ערשטע מאל, די פילטער קאמפעניס זענען געווען בעקד אפ ווייל עס זענען אריינגעקומען אזויפיל נייע דעווייסעס, מוסדות האבן צוגעשטעלט קלאסן דורך טעכנאלאגיע. איז דאס נישט א קלארע מעסעזש פון הימל..?

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
יא, אויף וואס ווארטן זיי??? וויפיל מענטשן דארפן נאך שטארבן אז זיי זאלן כאפן די מעסעדש??? וואס נאך ווילן זיי ס'זאל געשעהן זאל חס ושלום נישט אויסגערעדט זיין??? דער באשעפער האט ענק נאכנישט גענוג געוויזן?! ווי בלינד דארף מען צו זיין נישט צו זעהן די אפענע השגחה פון הימל??? יא, זאג מיר, וואס נאך דארף דער באשעפער טון???

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 5:57 pm
דורך פארשטאנד
הדסים האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא אן עד, יעצט אין דער צייט פון סאושעל דיסטענסינג, דערווייטערט אייך פון סאושעל מידיע...

איך וואלט געזאגט פארקערט, אסאך מענטשן האבן יעצט אריינגענומען אינטערנעט אינדערהיים צום ערשטע מאל, די פילטער קאמפעניס זענען געווען בעקד אפ ווייל עס זענען אריינגעקומען אזויפיל נייע דעווייסעס, מוסדות האבן צוגעשטעלט קלאסן דורך טעכנאלאגיע. איז דאס נישט א קלארע מעסעזש פון הימל..?


נאכמער פון דעם, קוק ווי די קהילות געבן ארויס צעטליך חדשים לבקרים יעדן שני וחמישי אין די יעצטיגע תקופה, פונקטליך ווען די רבי גייט פיהרן טיש אדער משמיע זיין דברות קודש, פאר וועם פונקטליך שרייבט מען די צעטליך אויב נישט פאר די טריפה'נע וואטסעפפ?

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
פאר וועם האט מרדכי דוד 45 געדאווענט אויפן פארטש?

פאר די אנשי וואטסעפפ

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 2:48 am
דורך עוקר הרים
זיי בעהטען זיך מען זאל נישט נתפעל ווערען פון וואס מען ליינט אויפען אינטערנעט כהאב געמיינט אינטערנעט איז אסור?!!בילד

Sent from my SM-A105F using Tapatalk

נשלח: זונטאג מאי 03, 2020 7:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א מורא'דיגע אנטוויקלונג! איך האב באמת געזוכט אן אשכול פאר שבת אריין צו לייגן די הערה.

אלע אידישע צייטונגן, מיט די גאנצע אנטי-אינטרנט מערכה, אנערקענן פאר ביזנעס אז דער עולם האט אינטרנט, אן די אלע פילטערס פון די מוסדות. טאמער דער מאמענט קען מאכען א הויפט ארטיקל פון 'איך קום נישט צו דיר אויף שבת', מיינט עס אז זייער ליינערשאפט ווייסן אלע פון די געשיכטע. און איך האב נאך צענדליגע מקורות צו דעם, פון נייעס, פיקציע און מיינונגן וואס ווערן געדרוקט אין צייטונגן.

יעצט האט קהל סאטמאר (נאר איינער פון די פינף פראקציעס, אבער צוואנציג פערצענט איז נישט גארנישט) אפיציעל ארויס געגעבן א צעטל אז מענטשן ליינן און שרייבן אויף די אינטרנט, און קהל מוז זיך ספראוון דערמיט.

פופצן יאר שפעטער, האבן זיי זייער שנעל געכאפט!

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2020 8:33 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז מער קוריאז ווי נאריש; הגם זיי האבן א נקודה. מען דארף אכטונג געבן.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 10:44 am
דורך במדבר
חבירים לויפטס און קויפטס סטאקס ביי ''פאקס מאשינען'' פירמעס.

בילד

https://www.bhol.co.il/news/1105680

נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 11:40 pm
דורך יין שרף
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.

הענטשקעס איז גענוג אדער זיי מוזן חתמ'ענען מיט א stylus פען?

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2020 1:56 pm
דורך הוגה
המלוכה והממשלה האט געשריבן:.


עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח די "קאנסיסטענסי" אספעקט דערפון.

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2020 10:52 pm
דורך שמעקעדיג
ומי במים

.

Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:45 am
דורך פאליטיקאנט
אוי וויי, איך פאר נישט דורך די האדסאן! וואס טוט איך??
כ'רוף יעצט מיין חתן מדריך!

נשלח: פרייטאג יולי 03, 2020 11:02 am
דורך שמעקעדיג
אויפ'ן אינוויטאציע?

.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2020 6:43 am
דורך [NAMELESS]
גוטטמאן איז א שוואגער מיטן גרינדער פון די שומרים קארטלעך.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2020 2:01 pm
דורך איך אויך
אבער די פירצה פון שרייבן די בתולה'שאפט פון שרה חנה בפני קהל ועדה גייט ווייטער אן .

נשלח: זונטאג יולי 05, 2020 10:14 pm
דורך ונבנתה העיר
די שטרעכל אינעם חתנ'ס נאמען איז אויך נישט אוועקצומאכן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:54 am
דורך שמעקעדיג
באלעבוס צום ארבייטער: פארוואס האסטו היינט געשפעטיגט עטליכע שעה? דו ווייסט נישט אז יעצט איז א ביזי צייט אין די ביזנעס?
ארבייטער: איך ווייס, אבער מיר האבן היינט געהאט א אויסטערלישע דילעי ביי שחרית פון עטליכע שעה!
בעה"ב: א דילעי? אזא לאנגע? וואס איז פשט?
ארבייטער: א קשיא אויף א מעשה... אזוי איז געווען דער פאקט! איך וועל עס נישט מפרט זיין מחמת כבודו פון יענעם איד.
בעה"ב: און וואס האבן ענק געטון בשעת די פאר איבריגע שעה?
ארבייטער: מיר האבן קודם געליינט אלע גליונות פון "השמיעיני את קולך", און נאכדעם האבן מיר אויסגעהערט אלע מעסעדזשעס, אנגעהויבן פון מעסעדזש 4589632157 ביז טריליאן א האלב.

.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 1:32 pm
דורך מנחם ציון
דאס איז אין סתירה מיט'ן פסק אז מען טאר נישט געבן קיין עלי' פאר איינער וואס האט א סמארטפאון

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:36 am
דורך היכי דמי
אריגינעלע בילד פון הבדחן יואל לעבעוויטש ביי די "אידן פאר טראמפ" ראלי.

WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.04 PM.jpeg



געדעקט אין די מידיע:

WhatsApp Image 2020-10-28 at 6.29.03 PM.jpeg

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 2:51 pm
דורך מנחם ציון
וואס ווייסען מיר...
דער רעבע פארארבעט מיטן פאטשיילע