שמעקעדיג האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:די גמרא זאגט כבדהו וחשדהו, און אלץ ווייסט צו זאגען להיפוך
און די תוה"ק זאגט לא תעמוד על דם רעך.
איינער האט פריער מעורר געווען אז ביי ווב"מ און גלויבער ביסטו אויך געווען אויף די כף חובה זייט.
אלמלי פון צייט צו צייט זאל מען הערן א גוט ווארט פון דיר, עס זאל ארויסשיינען כאטש א טראפעלע אהבת ישראל פון א תגובה דיינס, וואלט מסתמא נישט געווען דער איחוד-געיט אויסברוך, אבער ווי עס קוקט אויס איז שוין די יעצטיגע חשדות ווי דער שטרוי אויפן קעמל, און אלע דיינע תגובות פונעם עבר הייבן אן אויסקוקן נאך ערגער ווי עס האט לכתחילה אויסגעזעהן. דער פעלד פון איחוד איז קענטליך געווארן צו שטארק באמיסטיגט מיט צופיל פערטילייזער..
פ
מעגסט אמאל פרובירן דן זיין לכף זכות, און אויב ווילסטו זיין א אויבער חכם און דווקא שרייבן אקעגן די נארמאלע מענטשליכע געפילן דא, זיי'זשע גרייט צו נעמען אביסל היעט, אדערווייז פליעז געט אוט אף דע קיטשען. קענסט נישט עקספעקטן אז דער עולם זאל טרינקען מיט דארשט דיינע בליטש און נישט שרייען ווען עס ציפט.
אז דו זעהסט אז ביי יעדע סומאטוכע ביסטו מקבל נזיפות וקללות, מאך א חשבון הנפש, אולי איז דער פראבלעם יא ערגעץ ביי דיר, און פרוביר מתקן צו זיין.
אנטשולדיגט, איך בין דער וואס איז דן לכף זכות. די ביסט דער וואס באשולדיגט מיר מיט עפעס.
איך בין נישט באזארגט, ווען עס הייבט ארויסקומען אז איך.בין געוועהן גערעכט, וועט מען זעהן אויב איינער וועט האבען דער דיסינסי מיך איבער צובעטען פאר די שרעקליכע עוולה וואס מען איז באגאנגען קעגען מיר.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט דער שותף האט עס געטוהן, נאר געזאגט אז עס איז דא א מקום לספק אז עפעס ווייסט ער דא מער, און ער רעדט נישט.
דאס אז מען באשרייט מיר, און מען לערנט אריין אין מיר גאילו איך האב יא געזאגט עפעס אזוי, ווייזט אז עס איז דא אגרויסע עלעפאנט אין דער שטוב, און ווען איינער זאגט נאר עפעס איז דא, שרייט יעדער עס איז נישט קיין עלעפאנט. איך האב אמאהל געזאגט עס איז דא אן עלעפאנט?
אלא מאי, די און אלע וואס באשרייען מיך ווייסען אויך גאנץ גוט איך בין גערעכט, און שרייען נאר איך זאל זיין שטיל און עס נישט זאגען.
והראיה, כמה וכמה האבען אפילו נישט דעבאטירט, נאר געשריבען איך בין א רשע, צאפ בלוט, פארוואס?
ווייל זיי האבען נישט וואס צו ענטפערען.
צום שלוס, א וויכטיגע הערה,
די מנהלים דא זענען א חברה היפאקריטס, נישט אנדרעש פין אנדערע מנהיגים אן א ריקען ביין, וואס ווען א חברה בהמהרישע ניקס מאכען א געוואלד איבער שטותים, נעמען זיי זיך אהן פאר די בהמהרישע ניקס, פשוט אלץ פחד זיי וועלען פארלאזען וכדומה.