בלאט 35 פון 179
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 9:06 am
דורך לאליפאפ
א מענטש אין ארץ ישראל זיצט אויפן הייוועי אין א שווערן טרעפיק.
גארנישט רירט זיך נישט אפילו א סענטימעטער. קיין שום דיירעקשן נישט.
פלוצלינג גייט דורך איינער צווישן די קארס און קלאפט אויף זיין פענסטער, ער עפנט אויף און באפאלט יענעם:
וואס גייט דא פאר? וואס איז דעי טרעפיק?
ענפערט אים דער מאן: טעראריסטן האבן פארכאפט יאיר לפיד, שי פירון און נפתלי בנט, און זיי בעטן אויסלייז געלט הונדערט מיליאן דאללער אדער באגיסן זיי די דריי מיט בענזין און צינדן זיי אונטער לעבעדיגערהייט, און אונז נעם מיר צאם נדבות דא פון אלע קארן.
פרעגט אים דער דרייווער: וויפיל גיבן רוב מענטשן?
המממ ענפערט דער קאלעקטער.. בערך א ליטער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 6:27 am
דורך לאליפאפ
דער פורים רב אין סאטמאר מאנטריאל האט געפרעגט:
ביידע סאטמארע רבי'ס זענען געווען אין בית שמש וויאזוי קען זיין אז איינער האט יא געזען קברים און איינער נישט?
ממה נפשך איז דא קברים פארוואס האט איינער נישט געזעהן? איז נישט דא וויאזוי האט איינער יא געזען?
נאר מוז זיין, האט ער געענפערט, אז זיי האבן באזוכט בית שמש ביינאכט. די רבי וואס איז געפארן מיט לעמפלעך האט געזען קברים, די רבי וואס איז געפארן אן לעמפלעך האט גארנישט געזען...
נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 12:29 am
דורך מאן דאמר
שפאציר איך אריין אין בעקעריי פאריגען דאנערשטיק, און אזוי קלערענדיק וואסערע מזונות צו קויפן, מערק איך א נייע סארט קוכן ליגן אויפן פאליצע.
גיב איך א פרעג שלמה'לה דער בעקער, "זאג נאר שלמה, וואס איז דאס די נייע טארט דא אויפן פאליצע?
"אבאמא קעיק" ענפערט שלמה
"אבאמא קעיק? וואס איז דאס אבאמא קעיק?" פרעג איך מיט וואונדער.
שלמה גוט מיך א קוק אן מיט א שמייכל, און ענטפערט גלייך ווי א איד, מיא א פראגע.
"זאג נאר מאן דאמר, פון נאפאליען קעיק האסטו שוין אמאל געהערט?"
"זיכער!" ענטפער איך גלייך צוריק, באטראכטענדיג דעם נייעם טארט, וואס ענדעלט גראדע אביסעל צום נאפאליען קעיק
"נו" זאגט שלמה מיט א שמייכל, "דאס איז די זעלבע זאך, נאר מיט אנע אייער"
נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 10:04 pm
דורך למדן
א אלטר איד אריינגעקומען היינט אין 'טשעק קעשינג' און געפרעגט אויב מען כשר'ט שוין...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 1:42 pm
דורך גאנצל
אן אלטער איד לויפט אריין אין emergency room אין מאונט סייני און ער פרעגט צו ס'איז דא דא א טוילעט ער זוכט א טוילעט
רופן זיי זיך אן צו אים סארי אבער איר ווייסט ווי איר זענט ? דא איז אן עמערדנסי רום
זאגט ער זיי יא יא ס'איז אן עמערדנסי....
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 11:53 pm
דורך למדן
מ' עסט מצות אלס זכר אז פרעה האט נישט געלאזט די אידן ארויסגיין
נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 11:01 pm
דורך בעל הבית
.
נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 11:53 pm
דורך הויזן טראגער
ערב פסח איז פונקט ווי ערב סוכות, די שלאק ווערט פיניש די לעטסטע מינוט...
נשלח: מיטוואך אפריל 16, 2014 11:57 pm
דורך הויזן טראגער
א פרישע שטודיע פון א לאבאטאריום אין ארץ ישראל ווייזט אז מצה קען לעבן אין די מאגן פון א מענטש א גאנצע וואך אן עסן אין טרינקען, ער דארף סך הכל שעפן פרישע לופט יעדע פאר מינוט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:56 am
דורך שמעקעדיג
נמחק
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:49 pm
דורך petergrifin

- IMG-20140408-WA0004.jpg (118.41 KiB) געזען געווארן 2971 מאל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:59 pm
דורך petergrifin
יארמע רב קען נישט פארשטײן פארװאס די יודען האבען געדארפט ארויסגײן פון מצרים פונקט אין אזא
ביזי צײט װי פאר פסח..
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:55 am
דורך היימישער ליטוואק
איך האב גגעסן 2 מאל כורך, איינס פאר זֵכֶר למקדש כהילל, איינס פאר זֶכֶר למקדש כהילל...
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 12:43 pm
דורך BAL TSHIVA
למדן האט געשריבן:מ' עסט מצות אלס זכר אז פרעה האט נישט געלאזט די אידן ארויסגיין
very funny but not on the heiliga mitzvah of matza
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 12:41 pm
דורך למדן
במקום שבעלי תשובה עומדים וכו'
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 5:22 pm
דורך Chuchem
petergrifin האט געשריבן:IMG-20140408-WA0004.jpg
"!הרב עובדיה יוסף היה אומר בסוף דרשתו בשבת הגדול "חג כשר ושמח לספרדים, ולאשכנזים: צום קל
נשלח: מיטוואך אפריל 23, 2014 5:36 pm
דורך גאלד
עוד אמר הרב עובדיה: קטניות מותרים בפסח וכן נהגו העולם, חוץ מהאשכנזים
נשלח: מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:01 pm
דורך גראף
איך האב געהערט די טעם פארוואס די אלד וויליאמסבורג ברוינפן באטלעך האבן א בילד פון א ברידזש איז כדי ווען מען זעט קארן פארן אויפן ברידזש ווייסטו אז שוין גענוג געטרונקן.
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 3:08 pm
דורך לך לך
ויש אומרים דהיינא טעמא שהוואדקא גרעי-גאס יש לו עופות אז ווען די פוגלעך הייבן אן פליען איז א סימן טוב..
לחיייםםם
נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 3:40 pm
דורך מ גפני
גראף האט געשריבן:איך האב געהערט די טעם פארוואס די אלד וויליאמסבורג ברוינפן באטלעך האבן א בילד פון א ברידזש איז כדי ווען מען זעט קארן פארן אויפן ברידזש ווייסטו אז שוין גענוג געטרונקן.
נאך א טעם ווייל דאס פליסיגע אינהאלט פון דעם באטל האט בערך דעם זעלבן געשמאקן טעם ווי דאס פליסיגקייט וואס טרייבט די קארן אויפ'ן בריק
נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 5:39 pm
דורך אפטעמיסט
א חסידישער אינגערמאן א וואך נאך די שבע ברכות קלינגט אן זיינע עלטערן און לאכט....
"וואס איז געשען?", פרעגט די מאמע
"פרעג נישט, מיין ווייב איז א בטלן" ענטפערט דער אינגערמאן
"פארוואס?" פרעגט די מאמע ווייטער
"איך קום אהיים, איך טרעף א צעטל אויפן פרידזשעדער וואו זי שרייבט: "עס טוט מיר זייער וויי, עס ארבייט נישט, איך מוז אוועק גיין..."
"וואס האט פאסירט?" פרעגט די מאמע א דערשראקענע
"גארנישט, שרעק זיך נישט", זאגט איר דער אינגערמאן, "איך האב אויפגעמאכט די פרידזשעדער, עס ארבעט א מחיה..."
ק/פ
נשלח: דינסטאג מאי 06, 2014 9:25 pm
דורך יין שרף
מ'וואלט ווען געפייערט "יום העצמות" אין בית שמש, נאר מזיכט נאך די ביינער...