"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמעזאן האט געשריבן:ביי כינוס כלל ישראל זענען זיי געווען מלא ליצנות אנגעפאנגען ווי רש''ל וויי''ב פארשטאפט די אויערן און געפאויקעסט אויף בילדער מיט גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכו'

דא גייען זיי אויך לכאורה ווייזען די גרויסע לעכער ליידיג פון מענטשען וכדו'

פארפאלן זיי האבן נישט די זכי' זיך משתתף צו זיין אין ערנסטע מעמדים, דאס איז א הימל זאך, אנדערש האט עס נישט קיין ביאור

עמעזאן: ס'האט יא א ביאור. שכל און מענטשליכקייט. און קרוב אל האמת. נאך א זאך. אין די אפיסעס פון צה"ל וועט מען זיך שטארק צוקראצן אז א פאר אידעלעך האבן פארברענגט א זונטיג נאכמיטאג אין א ספארטס סטאדיום ביי פיינע עיר קאנדישאן מיט פרעטצלס און סאודע. הערנדיג דרשות פון די חכמי וגדולי ישראל א שטייגער ווי הרב הילל וויינבערגער שליט"א און הרב ראב"י שליט"א אין לשון הקודש בהברה האשכנזית/הונגרית...!

למעשה וועט ווייטער אנגיין די פראצעדור פון געבן דיחויים און פטור'ים פאר ווער ס'וועט זיך צו שטעללן אין די לישכת הגיוס. און אויב ס'וועט זיך מאכן שוועריגקייטן וועט מען נוצן די הילף פון די לישכת עזרה ויעוץ. ועולם כמנהגו נוהג...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערל, ייש"כ פאר'ן מפיץ זיין דיין דעת תורה הברורה ביי יעדן אשכול איבער'ן גיוס, נאר איין קלייניגקייט וויל איך מתקן זיין פשוט טו סעט דע רעקארד סטרעיט: עס איז נישט געווען קיין שום פרעצל און קיין סאדע אדער אנדערע טעימה קלה, ניטעמאל די הייליג כשר'ע פון איצא שייגעצ'נס קאמפאני. עס איז נישט געווען קיין שום עסן אדער טרינקען, און די זיצן היבש צוקוועטשט. עס האט נישט אויסגעקוקט ווי דער עולם איז זיך געקומען לופטערן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: יא. די אידן וועלכע זענען געקומען זענען טאקע צדיקים. אבער די תוצאות זענען די זעלבע. נאכדערצו פאר א פארטיי וועלכע האבן געטון אזוי ווי די גבעונים. זיי האבן אויסגעפאפט די אידן. די בני תורה פארטיי האבן געזאגט אז זיי גייען שוין מער נישט נעמען א טייל אין די בחירות. (הטמאות). און אין די לעצטע בחירות זענען זיי געלאפן פונקט ווי א יעדער אנדערע פארטיי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער בלאט די פארגאנגענע וואך (פ' אמור) אין די אוצר אפטיילונג ברענגט די געשיכטע פון די 2 אנטלאפענע געפאנגענע פון אוישוויץ ווערבא און זיין חבר וועצלער. און דעם רעפארט איבער אוישוויץ. וואס מ'טוט דארט מיט די מענטשן...!

דער עדיטאר האט אבער פארגעסן איין קליינעם פרט. אז דער ווערבא איז א גרויסער ליגנער און זעלבסט בארימער. דער רעפארט איז אפשר אמת אבער דער גאנצער בוך איז געשריבן געווארן ווי א נאוועל. נישט א דאקומענטארי. און די נעמען וואס ער נוצט דארט זענען אויך פיקטיווע. פי' פאלשע.

איך האב אדורכגעליינט דעם בוך. און דורכאויס דעם בוך האלט ער זיך אין איין בארימען ווי קלוג ער איז. אייביג צו זיין אין די ריכטיגע צייט און דעם ריכטיגן פלאץ.

די נעמען וואס ער נוצט פאר די נאצישע הויפט אויפזעהער אין דעם בילדינג וואס מ'האט גערופן קאנאדע איז , גראף און קעניג. אויך, דעם אומגליקליכן איד וועלכער האט געטרייט צו אנטלויפן. און די נאציס האבן איהם געשאסן, איז אויכעט פול מיט שקרים און גוזמאות. נאר איהם רופט ער אויכעט ..."אומגליק"...הכל לפי הענין. ער פארציילט דארט אזעלכע שטותים און גוזמאות. אז דער ..."אונגליק"...האט אייביג געהאט פרישע געקעכטסן ווי זופ און טשיקן ארויסגעשמוגלט פון די קאך. און אפילו אן אויסוואהל פון בראנפנס. און אין שכר וואס ער האט נישט אויסגעמסר'ט דעם קאפאו וואס האט איהם געשיקט פון איין עק בילדינג צו דעם 2'טן מיט געשמוגלטע סחורה צו זיין גוירלפרענד האט ער באקומען זייער א גוטן און גרינגן דזשאב. אלס רעגיסטראר. און ער האטציך געקענט ארומדרייען פריי א גאנצן טאג. און קיינער האט נישט גענומען דין וחשבון וואס ער טוט. אדער מיט וועמען ער טרעפט זיך.

ומעשה שהיה כך היה (לויט דעם ליגנער, ווערבא).: זיין דזשאב איז געווען אריבערצופיהרן זאכן וואס די נאציס האבן קאנפיסקירט פון די אנגעקומענע מענטשן קיין אוישוויץ פון איין עק פון דעם גרויסן בילדינג צו דעם צווייטן עק. וואו די פריזאנערס האבן עס געדארפט סארטירן. נאר אינמיטן וועג האט מען איהם געקענט אפשטעללן צו טשעקן אויב ער פיהרט נישט קיין אומלעגאלע סחורה. די ערשטע 3 מאל האט ער זיך געהיטן. און ווען זיי האבן איהם אפגעשטעלט האט ער גארנישט געהאט אומ-לעגאל. איז ער געווען זיכער אז זיי וועללן איהם שוין מער נישט אפשטעללן. דאמאלס האט איהם זיין אויפזעהער/קאפאו געגעבן א רענצל פול מיט אומ-לעגאלע סחורה אזוי ווי טייערע זייפן און טשאקאלאד וואס זיי האבן אוועקגענומען פון די אנגעקומענע אידן פון האללאנד. און פונקט דאמאלס האבן איהם די 2 נאצישע הויפט אויפזעהער געכאפט.און געהייסן אויפמאכן דעם רענצל. און די אומ-לעגאלע סחורה האטציך אנטדעקט. האבן זיי איהם געפרעגט ווער ס'האט איהם געשיקט. אויב ער וואלט אויסגעזאגט וואלט דער קאפאו געווען אין טראבל. האט ער נישט געזאגט קיין ווארט. האבן זיי איהם אנגעהויבן צו שמייסן מיט אכזריות'דיגע קלעפ. ביז ער איז פארחלש'ט געווארן. אבער ער האט נאכאלץ נישט אויסגעזאגט. און ער איז אריין אין שפיטאל. אדער סתם געבליבן אין בעט פאר א פאר טעג. און אין שכר פון דעם, האט דער קאפאו איהם באלוינט מיט פארשאפן א גרינגן דזשאב...!

דער עדיטאר פונ'ם בלאט וואלט געמעגט כאפן אז דער גאנצער בוך איז נישט מער ווי א נאוועל. אפשר פרי דמיונו פון עפעס א ליגנער און בארימער. און מ'קען נישט גלייבן קיין איין ווארט וואס ער שרייבט דארט...!
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

שליחה דורך מודה בטפל »

דער ''עדיטאר'' האט נישט געוויסט אז אזא קלוגער איד ווי דיר ליינט זיין נארישע אויסגאבע...
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מודה בטפל: כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת. נאכדעים וואס איך האב שוין אדורכגעליינט די גאנצע סאטמאר'ע פראפאגאנדע (בערך 5 מינוט.) און נאכ'ן אדורכקוקן די נעמען פון די נפטרים אין די ציבור אפטיילונג, איז מיר א שאד ארויסצו ווארפן דעם בלאט אין גארביטש. כ'האב דאך געצאלט 3 דאללאר...! בליק איך אריין אין די שטותים וואס ער ברענגט אין אוצר...!
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך חוקר ודורש »

IMG_3494.jpg

די וואך אין דער בלאט עמוד 14

זיי רעדן דא ווי אזוי עס ארבעט צו אימפיטשן א פרעזידענט, שרייבען זיי דא ״איבער׳ן ניקסאן אימפיטשמענט ליינט אינעם באזונדערן ארטיקל ״די ניקסאן טעיפס״, איך זיך נאך די ארטיקל..


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איידי דאיירי. אז מ'רעדט שוין. וואס ס'מאכט מיך נערוועז איז דער מנהג פון דעם בלאט. אז ווען מ'האלט שוין אינמיטן געשמאקסטן ליינען דעם עדיטאריעל אדער די שטותים פון דעם קינדערישן שרייבער (ער וואלט געמעגט שרייבן אין קינדליין) "הרב" ש.ב. מרגליות, שיקט ער דיך צו אן אנדער'ן בלאט אין אנדער'ן עק צייטונג. און מ'דארף מישן אהין און צוריק. אדורך אלע אפטיילונגען. ביז מ'טרעפט דעם המשך. ער וואלט געמעגט ברענגען א דבר השלם. דעם זעלבן עדיטאריעל אדער ארטיקל פון דעם גרעסטן חכם אין קר"י אויף דעם זעלבן פעידזש. אויב ס'פיט נישט אריין, קענמען לייגן דעם המשך אויפ'ן נעקסטן פעידזש...! זיי מיינען, בטעות אז אויב מ'וועט דארפן א סאך מישן וועט מען אדורכליינען אלע שטותים וואס זיי שרייבן. דאס איז אבער א טעות. ווייל רוב מאל האב איך נישט קיין געדולד אדורכצומישן דעם גאנצן צייטונג. און איך לאז עס איבער אזוי אומגעליינט...!
Billy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 9:26 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך Billy »

אין דעם ערב פסח אישו איז געווען באשריבן קאלאמבוס, בתוך הדברים איז געשטאנען אז אין איינע פון קאלאמבוס'ס שיפן איז געווען א גענעראל מיט'ן נאמען אמעריגוס וועספוטשי און נאך אים הייסט דער קאנטינענט אמעריקע..

די לעצטע חלק איז ריכטיג אבער די ערשטע נישט. וועספוטשי איז געווען א איטאליענער ביזנעסמאן, און אין א געוויסע צייט האט ער אפילו געהאלפן קאלאמבוס, אבער ער איז נישט געווען א חלק פון קאלאמבוס'ס פלאטע. וועספוטשי איז אנגעקומען צו דרום אמעריקע אין 1501, 9 יאר נאך וואס קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די קאריביען אינזלען.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

ווען איך האב געזעהן די קעפל ״א מיליאן דאללער, פאר 137 מוסדות״ האב איך געמאכט די חשבון אז יעדע מוסד האט באקומען בערך זיבן טויזנט דאללער, און אויב דאס איז זייער רוקן-ביין, איז זייער בודזעט מסתמא 8-9 טויזנט דאללער, וועסטו פרעגן וויאזוי קען זיין? קוק אריין טיפער אינעם ארטיקל וועסטו זעהן, אז צווישן אלע 137 מוסדות ביינאזאם, לערנען א מספר עצום פון ״אריבער״ 130 קינדער (קע״ה ב״ה כ״י) ממילא שטימט עס כמין חומר, צוטייל 131 קינדער פאר 137 מוסדות, קומט אויס כמעט א גאנצע קינד אין יעדן מוסד, א קינד קאסט 8-9 טויזנט, ממילא איז שוין 7 א שטארקע רוקן-ביין. #קרן הצלה.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך גראף »

אין דער בלאט אין דער בילדער זייט איז דא א בילד מיט'ן נאמען ר' עזרא זושע פאלמאן שליט''א (זצ''ל) ר''מ במתיבתא עץ חיים דבאבוב.
ער האט געהייסן ר' עזריה זושע, געווען מנהל אין דער מתיבתא, ער לעבט שוין נישט, און להבדיל בין חיים לחיים דער אין די בילד הייסט הרב נחום מאיר גערמאן שליט''א וואס איז טאקע א ר''מ במתיבתא עץ חיים דבאבוב.


Sent from my SM-G950U using Tapatalk
בילד
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

ווי עס שיינט טוט דער בלאט אריינלייגן פרישע כוחות אין זייער צייטונג, צו מאכן עטוואס סדר דארטן. אנדערש ווי דער איד וועלכע איז שיין און מסודר'דיג אויסגעלייגט, אפגעטיילט מיט אפטיילונגען, איז דער בלאט שטענדיג געווען צופארן, אידישע, וועלטליך און לאקאלע נייעס איז געווען איין קוגל. אין די לעצטערע וואכן האבן זיי עס שיין צוטיילט אין באזונדערע קאטאגאריעס. טראצדעם וואס זיי זענען נאך ווייט פון א מושלם'דיגע פראדוקט, איז באגריסנד צו זען אז זיי פרובירן כאטש.

יעצט האבן זיי געמאלדן אז אויף סוכות וועלן זיי אנהייבן א קינדער און פרויען אפטיילונג.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

דאס איז וועגן די בלאט באקומט א אפיציעלע קאמפעטישן אויפן קומענדיגע יום טוב סוכות!
עס עפענט זיך אויף א נייע מאגאזין/צייטונג, א עמטליכע קאמפעטישן מיט די בלאט אויף יום טוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך קען קוים ווארטן ווען די עדעטאריעל אין דער בלאט וועט אויסקלארן אז א צייטונג איז נישט געאייגנט פאר קיין מחלוקת און צו שטופן אגענדעס און פריוואטע אינטערעסן...
דער דארפסמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2019 5:59 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך דער דארפסמאן »

moneyminded האט געשריבן:דאס איז וועגן די בלאט באקומט א אפיציעלע קאמפעטישן אויפן קומענדיגע יום טוב סוכות!
יואלי פריעדמאן (הנקרא פיקטשער פריעדמאן) פון די ארוינישע בחצרות סאטמאר קדשינו אימעיל, עפענט אויף א נייע מאגאזין/צייטונג, א עמטליכע קאמפעטישן מיט די בלאט אויף יום טוב, וואס גייט אפיציעל שטיצען די אזשענדעס פון פישער גבאי /ארוינישע פארטיי וואס איז אקעגן בני ברק /וויליאמסבורג א.ד.ג.

קען נישט חיים שלמה פישער געבן א שטויס ארויס מיילעך דייטש און איבערנעמען דער בלאט? וואס דארף ער עפענען א נייע?
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

אלימלך דייטש איז אפשר זייער מאכטפול, אבער ער קען נישט ארויסווארפן א בעל בית פון זיין אייגענעם ביזנעס...
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך moneyminded »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

און חיים שלמה קען נישט אריבערברענגען מיילעך דייטש אויף זיין זייט?

עס לוינט זיך נישט פאר די פארטיי אז עס זאל א אפיציעלע טיילונג מיט צוויי צייטונגען וואס זאלן זיך טאג און נאכט רייסן ביי די קעפ, און דער לב אהרן וועט נאך ארויסגעבן א איסור אויף די בלאט, און עס וועט זיך טוהן הכחשות איינס נאכן צווייטן. היסטאריע און היסטעריע גייט זיך נאר איבערחזרן.

מיילעך דייטש איז דען אפיציעל אויף די זייט פון חיים הערש מייזליש און ר' מענדעלע?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

עפעס היסטאריש קומט דא פאר. דער ריס פארנייט זיך צוביסלעך נאך 20 יאר.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

ווער עס פארשטייט פארשטייט אז דאס איז טיפיקל קינדערישקייט נוסח די בלאט. זיי שרייבן דירעקט אז מען זאל מתפלל זיין פאר אים, כדי צו טרעפן א זיידענע געלעגנהייט ווי מען גייט קענען פראקלאמירן אז ער איז בלויז "דומ"ץ סאטמאר וומסב"ג" און נישט ראב"ד סאטמאר אזוי ווי ער רופט זיך שוין כמעט 20 יאר.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

פערצופאל קומט זיך זיי קרעדיט ווייל זיי פלעגן שרייבן אויף אים דומ"צ סאטמאר-ראדני, יעצט שרייבן זיי זיין ארגינעלע טיטול כאטש
די טיטול ראב"ד האט ער באקומען ווען מ׳ האט געגרינדעט א ב"ד נאר צו פייטן מיט מהר"א אין קאורט וכדומה ווער עס געדענקט, איך מיין אז מ׳ פארלאנגט נישט אז זיי זאלן שרייבן א טיטעל געצילט קעגן זיי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'הער וואס דו זאגסט. למעשה איז גאר מאדנע צו באטיטלען איינעם מיט א אלטע טיטל בו בזמן וואס ער פארופט זיך מיט א שענערע טיטל, אפגעזעהן וואס די סיבה איז.

#סיגוטער רב (ברך משה) #קרית יואלע רב (אדמו"ר מהר"א)
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

נישט די זעלבע זאך ווי ערקלערט פריער אבער שוין.

דער איד פלעגט רופן מהר"א געוועזענער קר"י רב.
פארשפארט