די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 7:12 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:39 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:00 pm @בעל-דרשן, איך ווידערהאלט נאכאמאל, ס'איז אראפגעמאלן מיט אלע פארבן פון א 48 בליק, בכלל נישט דורך א אומפארטייאישע בליק, איך וויל נישט פארשמירן דעם אשכול, אדרבה עפן א באבובער אשכול, לאמיר דארט רעדן, (ס'איז שוין דא, אבער מיאוסע אשכולות, ווי איינער זוכט נאר צו זיין לקנתר דעם אנדערן, נישט נארמאל געלאסן דורך טוהן די זאך) די נקודה פנימיות איז עכט מהרנ"צ ווערסוס מהרב"צ, די גאנצע 45 איז נאר א תוצאה וואס האט זיך געפארעמט נאך בחייו פון מהר"ש, די גאנצע מהות, ווי רבי נפתלי איז בטעות אריינגעפאלן אלס א רבי, איך וויל נישט מאריך זיין, ס'איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן, באבובער חן רופסטו דאס? דאס איז באבובער אומ-חן! איך זאג אלעמאל פאר מענטשן, ווען זיי וואונדערן זיך ווי קומט דאס צו מהר"ש אזא איש השלום אזאנס זאל געשעהן אין זיין קהילה, זאג איך זיין, ער איז זיך אליינס שולדיג, ווען ער האט צוגעזעהן וויאזוי מ'באנעמט זיך מיט זיין בכור, (איך ווייס ער האט נישט געהאט קיין ברירה... מיט זיין צווייטע רעבעצין וד"ל) און ער האט עס געלאזט לויפן, פארדינט זיך דער קהילה ערליך די גאנצע שמוציגע פלעק.

אבער מ'וועט זיך האלטן ביי דעם, און נישט פארפארן.

הרב תניא-בניחותא, סקווירא האט שוין איינמאל מיט באבוב, ווען נישט מהר"ש וואלט סקווירא נישט געווען אזוי אויפגעבויעט, איינע פון די גרעסטע פנימיות'דיגע זאכן (היינט שוין ליידער חיצניות'דיגע) אין א חסידות-קאמפעני איז נגינה, ווען נישט רבי שלמה באבובער ווער ווייסט ווי נגינה לעוול וואלט היינט געשטאנען אין סקווירא, ודו"ק ותשכח!!!!
נגינה אין חסידישע חצירות אויף די לעוועל פון היינט און אפגערעדט סקווירא האט נישט מיט באבוב עס האט מיט בעלזא. דוק ותשכח

האסט פארשטייט זיך נישט געכאפט וואס איך מיין.... ס'גארנישט געשעהן, מ'ווערט כסדר געוואויר נייע זאכן, לאמיר דיך מסביר זיין אביסל קלארער, געווען א איד וואס איז במקורו געווען א יוצאי אשכנז געהייסן ר' שלמה ברויער א פלומעניק פון הרב ברויער פון וואשינגטאן הייטס, ער האט זיך מקשר געווען צו מהר"ש מבאבוב אין די וועסט סייד, בקיצור אן אריינגיין און קיין אריכות, האט רבי שלמה באבובער איהם גע'עצה'ט ער זאל מופן אויף סקווירא, ער האט א זוהן וואס ער איז דער הויפט מלחין לבית סקווירא, און אוועקגעשטעלט די נגינה, דעריבער האב איך מיר געקלערט ווען דער באבובער רב שיקט נישט ר' שלמה ברויער אויף סקווירא, און דער זוהן וואקסט אויף אין באבוב, וואלטן אלע זיינע ניגונים געווען אין באבוב!!!!

בדרך אגב, מיט בעלזא האט עס פארשטייט זיך נישט, ווייל ווער ס'ווייסט איז בעלזא פארן קריג געווען זייער שוואך אין נגינה, דאס האט דער היינטיגער בעלזער אוועקגשטעלט, און אז מ'רעדט שוין וועגן נגינה, ווען איך וועל האבן מער כח און צייט, און ווייטער פאראויס גיין מיט מיין היסטאריע, וועל איך אויך דערמאנען די סקווירא/ראחמיסטריווקא חברה וואס זענען שמאל-קעפיק וועלכע ניגונים מ'האט יא געזונגען, און צו מיט ווערטער אדער אהן ווערטער, אקעי מ'וועט עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט
איך האב טאקע נישט פארשטאנען ווייל האסט דיר נישט געהאט מסביר געווען, איך ווייס ווער ר' יושע ברויער איז.

מיט בעלזא האב איך געמיינט אז די גאנצע עסק ביי חסידות'ן מיט ארויסגעבן אייגענע ניגונים האט דער בעלזער רב אנגעהויבן אין אלע האבן נאכגעמאכט, כ'רעד נישט פון עבודת הנגינה וואס איז גאר אלט
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

מתתיהו האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:57 pm
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:10 pm בעל דרשן: די חלק אז אויב ס'איז דא ברידער איז אנגענומען אז ס'גייט פאר אים, איז נישט באופן ווען די ברידער איז די זעלבע יארגאנג פון די קינד

לאמיר זיך נישט נאריש מאכן, ווען מהרנ''ץ לאזט ווען איבער א זוהן אין די זעלבע יארגאנג ווי זיינע טעכטער, וואלט בי''ד אויך געהייסען דעם זוהן טוישן נאמען ?
האט דען איינער אפילו א ספק אין דעם אז אין אזא פאל וואלט קיינעם נישט עולה געווען על הדעת צו נעמען א ברודער במקום דעם זוהן?!?
קוק אין גור האט די פני מנחם געהאט זון און עס איז נישט אריבער צו די קינדער נאר צוריק געגאנגען צו די לב שמחה זון, די זעלבע קאשוי האט א ברודער איבערגענומען און נישט א זון, איז ניין עס וואלט נישט געווען לכאורה צו נעמען דעם זון במקום די פעטער, קוק אין זוויעל ירושלים איז אויך געווען לעטצענס א שטארקע מדובר אז די ברודער זאל איבערנעמען נאר ער האט מוותר געווען פאר די זון, אבער ווען האט די זוויעהלער נאר טעכטער וואלט עס זיכער געגאנגען צום ברודער.

ווען האט רבי נפתלי א זון וואלט טאקע געווען א שטיקל צד אז די זון זאל אויך איבערנעמען אבער כהיום ווען עס איז איידימער איז נישט דא קיין שום צד צו זאגן אז מדין ירושה קומט עס זיי.

אין באבוב בפרט איז עס געווען עטליכע יאר נאך די דברי שלמה הסתלקות, רבי נפתלי האט נישט געהעריג געפירט און מהאט אים אויפגענומען אלס רב הצעיר, האט מען פארשטאנען אז דאס איז א המשך פונעם טאטן, און אז אים קומט זיך עס
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך תניא בניחותא »

עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:35 pm יא יא !
א ריכטיגע קידוש השם

ווען איך טראכט פון דעם קומט מיר אין קאפ אז ס'איז ר' ישראל 'ס קרעדיט,
איך ווייס נישט צו ווייל ער איז די עלטסטע
אדער ווייל ער האט געארבעט פאר דעם

שטעל דיך פאר דעס געשעהט פאר די באבובע די''ת, וואלט נאכאלץ געווען א טענה אז באבוב מעג נאר זיין אײנס ???
קרעדיט קומט זיך פאר אלע ברודער ווייל א מחלוקת וואלט יעדער געקענט אנדרייען, דערמאנט מיך די מעשה אז איינער האט געבעטן שדכנות ווייל ער האט נישט אפגערעדט דעם שידוך...
אבער באמת קומט זיך די ריכטיגע קרעדיט פאר די קומענדיגע צוויי ברודער קיימישע און וויליאמסבורג, אז זיי לאזן איהם זיין די גרויסע רבי בשעת זיי וואלטן זייער גרינג געקענט אראפציפן ריזיגע חלקים וד”ל.
האדמו”ר מקיימישע לאזט נישט ברענגען קיין ברית’ן תפילין לייגן’ס בשום אופן על אפם ועל חמתם פון זיינע חסידים, אפי’ לכבוד דעם גייען טייל להכעיס צי אנדערע נישט וויזשניצע אדמו"רים.
ר’ ישראל האט נאר צי דערלייגן פון מחלוקת, ווילאנג ס’איז שלום דארף יעדער וואס וואוינט אין מאנסי אנקומען צי זיינע מוסדות, אין ווי נישט ווי זיך דרייען אביסל דארט, גיין מיט א קוויטל וכו’, אויב זאל זיין א רייבעריי וועט אין נאו טיים זיין שטיבלעך און קאנקורירנדע מוסדות לרחצה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תניא בניחותא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:01 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:53 pm
בעל דרשן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:14 pm

איך מיין אז אלע וואס זענען אין 45, האלטן אויך אז בתור ירושה וכדומה קומט זיך עס פאר רבי בנציון נאר מ'איז אוועקגעגאנגען מיט אונגאר אדער וועגן א שנאה צו רבי בנציון אדער אלס נאנט מיט ר' מרדכי דוד
ממש א שקר, ווער ס'האט סיי וועלכע חברים אין 45 ווייס אז ס'איז פונקט קאפויער, זיי האלטן אז ער איז די עכטע יורש ווייל ער איז די איידעם פון מהרנ"ץ און די ירושה איז אייביג געגאנגען צו די קינדער פון די לעצטע רבי נישט צו די קינדער פון די רבי פון א דור פריער.
איז ווער איז רבי אין גור ? די זון פון פני מנחם אדער פון לב שמחה? ווער איז לעטצענס געווארן רבי אין קאשוי א זון צו א ברידער ?

און בפרט איז דא אנדערש וואס ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב הצעיר ביים הסתלקות פון טאטן ווייל רבי נפתלי איז נישט געווען געזונט און מהאט געוויסט אז צו לאנג וועט עס נישט נעמען ווי אזוי סהאט זיך טאקע ארויסגעשטעלט און דאס איז די סיבה פארוואס רוב באבוב האט פארשטאנען אז ער איז די יורש
נארישקייטן, האסט געברענגט פונקט די אייניציגע צוויי פעלער, און פון גור איז גאר א ראיה אויף פארקערט קוק ווי שנעל ס'איז צוריק געפלויגן צום לב שמחה'ס קינדער, און אין קאשוי איז פשוט. קיין איין אנדערע פלאץ גייט נישט אזוי, אויב זענען די קינדער ראוי גייט עס צו זיי און נישט צום ברודער, וזוועהיל יוכיח אלס א לעצטיגע ביישפיל ווי ס'איז דא געהויבענע פעטערס און ס'איז געגאנגען צו א אינגערמאן, קראסנא כידוע, שומרי אמונים ב"ב ( אויך געווען רבי גאר קורץ), לעלוב (ס'נאך געווען עטליכע קינדער פון רמ"מ זצ"ל ווען ר' שמעון'לע איז אוועק), ראחמיסטריווקא (אב"ד מאנסי געבליבן איין איינציג קינד פון אלטע רבי), ווען די עצי חיים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור פאר רב אין סיגוט נישט סאטמאר רב, ווען די בית אברהם מסלאנים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור מהרשד"י נישט זיין ברודער, ועוד ועוד ועוד אטו כי רוכלא וכו'.

וועגן די טיטל רב הצעיר פרעג יעדע 45טע וועט ער דיר ענטפערן אז ס'האט נישט געמיינט וואס די מיינסט אז ס'האט געמיינט

נישט אז כהאב עפעס מיט 45 אנגעלייגט נאר די נעמסט א ליניע וואס איז עקסטרעם צו 48, עס איז נישט די מעינסטרים וויאזוי די וועלט קוקט עס אן
גור האט גענומען 20 יאר, און נאכאלס איז דא איין רבי, ברענגסט דא שומרי אמונים איך מיין ווער ווילסטו געווילט זאך אים איבערנעמען וועלכע ברודער ? אלע זענען שוין רביס בעפאר, די זעלבע אין לעלוב דער וואס האט געווילט איז שוין געווען רבי בעפאר רבי שמעון איז אוועק, געהאט עטליכע ברודערס רביס, און טאקע זייט רבי שמעון איז אוועק האבן די אנדערע ברודערס ניקעלשובורג לעלוב מהרי"ד אנגעהויבן שיינען מער, ווייל מענטשן האבן אנגעהויבן גיין צו זיי אלס קינדער פון רבי משה מרדכי זי"ע. וועגן רבי אברהם דוב ער וויל נישט זיין קיין רבי.
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:03 am
מתתיהו האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:57 pm
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:10 pm בעל דרשן: די חלק אז אויב ס'איז דא ברידער איז אנגענומען אז ס'גייט פאר אים, איז נישט באופן ווען די ברידער איז די זעלבע יארגאנג פון די קינד

לאמיר זיך נישט נאריש מאכן, ווען מהרנ''ץ לאזט ווען איבער א זוהן אין די זעלבע יארגאנג ווי זיינע טעכטער, וואלט בי''ד אויך געהייסען דעם זוהן טוישן נאמען ?
האט דען איינער אפילו א ספק אין דעם אז אין אזא פאל וואלט קיינעם נישט עולה געווען על הדעת צו נעמען א ברודער במקום דעם זוהן?!?
קוק אין גור האט די פני מנחם געהאט זון און עס איז נישט אריבער צו די קינדער נאר צוריק געגאנגען צו די לב שמחה זון, די זעלבע קאשוי האט א ברודער איבערגענומען און נישט א זון, איז ניין עס וואלט נישט געווען לכאורה צו נעמען דעם זון במקום די פעטער, קוק אין זוויעל ירושלים איז אויך געווען לעטצענס א שטארקע מדובר אז די ברודער זאל איבערנעמען נאר ער האט מוותר געווען פאר די זון, אבער ווען האט די זוויעהלער נאר טעכטער וואלט עס זיכער געגאנגען צום ברודער.

ווען האט רבי נפתלי א זון וואלט טאקע געווען א שטיקל צד אז די זון זאל אויך איבערנעמען אבער כהיום ווען עס איז איידימער איז נישט דא קיין שום צד צו זאגן אז מדין ירושה קומט עס זיי.

אין באבוב בפרט איז עס געווען עטליכע יאר נאך די דברי שלמה הסתלקות, רבי נפתלי האט נישט געהעריג געפירט און מהאט אים אויפגענומען אלס רב הצעיר, האט מען פארשטאנען אז דאס איז א המשך פונעם טאטן, און אז אים קומט זיך עס
אז דו האסט פארשטאנען מיינט נישט אז אלע חסידים האבן פארשטאנען, 45 חסידים זיכער נישט
דו קייעסט איבער גור און קאשוי, די גאנצע זאך אז ס'איז צוריק צום לב שמחה איז טאקע דאס ווייל די פני מנחם'ס איבערנעמען איז געווען א יוצא מן הכלל און מהאט שוין דעמאלט אפגעמאכט אז ס'גייט צוריק גיין צום לב שמחה אלס די רבי'ס זון, קאשוי זעט מיר אויס ווי דו קענסט בכלל נישט די סיטואציע ס'איז בכלל קיין רעדע נישט געווען, ודי בזה
מקען שוקל וטורא זיין א גאנצע נאכט, די פוינט איז אז ס'איז ווייט פון אפעגעפרעגט צו פארשטיין די 45טע חסידים אז זיי האלטן אז זייער רבי איז די עכטע יורש
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:11 am
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:01 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:53 pm

ממש א שקר, ווער ס'האט סיי וועלכע חברים אין 45 ווייס אז ס'איז פונקט קאפויער, זיי האלטן אז ער איז די עכטע יורש ווייל ער איז די איידעם פון מהרנ"ץ און די ירושה איז אייביג געגאנגען צו די קינדער פון די לעצטע רבי נישט צו די קינדער פון די רבי פון א דור פריער.
איז ווער איז רבי אין גור ? די זון פון פני מנחם אדער פון לב שמחה? ווער איז לעטצענס געווארן רבי אין קאשוי א זון צו א ברידער ?

און בפרט איז דא אנדערש וואס ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב הצעיר ביים הסתלקות פון טאטן ווייל רבי נפתלי איז נישט געווען געזונט און מהאט געוויסט אז צו לאנג וועט עס נישט נעמען ווי אזוי סהאט זיך טאקע ארויסגעשטעלט און דאס איז די סיבה פארוואס רוב באבוב האט פארשטאנען אז ער איז די יורש
נארישקייטן, האסט געברענגט פונקט די אייניציגע צוויי פעלער, און פון גור איז גאר א ראיה אויף פארקערט קוק ווי שנעל ס'איז צוריק געפלויגן צום לב שמחה'ס קינדער, און אין קאשוי איז פשוט. קיין איין אנדערע פלאץ גייט נישט אזוי, אויב זענען די קינדער ראוי גייט עס צו זיי און נישט צום ברודער, וזוועהיל יוכיח אלס א לעצטיגע ביישפיל ווי ס'איז דא געהויבענע פעטערס און ס'איז געגאנגען צו א אינגערמאן, קראסנא כידוע, שומרי אמונים ב"ב ( אויך געווען רבי גאר קורץ), לעלוב (ס'נאך געווען עטליכע קינדער פון רמ"מ זצ"ל ווען ר' שמעון'לע איז אוועק), ראחמיסטריווקא (אב"ד מאנסי געבליבן איין איינציג קינד פון אלטע רבי), ווען די עצי חיים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור פאר רב אין סיגוט נישט סאטמאר רב, ווען די בית אברהם מסלאנים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור מהרשד"י נישט זיין ברודער, ועוד ועוד ועוד אטו כי רוכלא וכו'.

וועגן די טיטל רב הצעיר פרעג יעדע 45טע וועט ער דיר ענטפערן אז ס'האט נישט געמיינט וואס די מיינסט אז ס'האט געמיינט

נישט אז כהאב עפעס מיט 45 אנגעלייגט נאר די נעמסט א ליניע וואס איז עקסטרעם צו 48, עס איז נישט די מעינסטרים וויאזוי די וועלט קוקט עס אן
גור האט גענומען 20 יאר, און נאכאלס איז דא איין רבי, ברענגסט דא שומרי אמונים איך מיין ווער ווילסטו געווילט זאך אים איבערנעמען וועלכע ברודער ? אלע זענען שוין רביס בעפאר, די זעלבע אין לעלוב דער וואס האט געווילט איז שוין געווען רבי בעפאר רבי שמעון איז אוועק, געהאט עטליכע ברודערס רביס, און טאקע זייט רבי שמעון איז אוועק האבן די אנדערע ברודערס ניקעלשובורג לעלוב מהרי"ד אנגעהויבן שיינען מער, ווייל מענטשן האבן אנגעהויבן גיין צו זיי אלס קינדער פון רבי משה מרדכי זי"ע. וועגן רבי אברהם דוב ער וויל נישט זיין קיין רבי.
לעלוב איז נישט ריכטיג זיי זענען ערשט געווארן רבי'ס "נאך" רבי שמעון'לע איז אוועק. זיי האבן געבויט אייגענע חסידות'ן נישט געווארן אויפגענומען דורך רבי שמעון'ס חסידים.
האסט דערמאנט פריער זוועהיל, ס'איז טאקע געווען א רעדע אבער קוק וואס איז געווארן למעשה
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:01 pm
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:53 pm
בעל דרשן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:14 pm

איך מיין אז אלע וואס זענען אין 45, האלטן אויך אז בתור ירושה וכדומה קומט זיך עס פאר רבי בנציון נאר מ'איז אוועקגעגאנגען מיט אונגאר אדער וועגן א שנאה צו רבי בנציון אדער אלס נאנט מיט ר' מרדכי דוד
ממש א שקר, ווער ס'האט סיי וועלכע חברים אין 45 ווייס אז ס'איז פונקט קאפויער, זיי האלטן אז ער איז די עכטע יורש ווייל ער איז די איידעם פון מהרנ"ץ און די ירושה איז אייביג געגאנגען צו די קינדער פון די לעצטע רבי נישט צו די קינדער פון די רבי פון א דור פריער.
איז ווער איז רבי אין גור ? די זון פון פני מנחם אדער פון לב שמחה? ווער איז לעטצענס געווארן רבי אין קאשוי א זון צו א ברידער ?

און בפרט איז דא אנדערש וואס ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב הצעיר ביים הסתלקות פון טאטן ווייל רבי נפתלי איז נישט געווען געזונט און מהאט געוויסט אז צו לאנג וועט עס נישט נעמען ווי אזוי סהאט זיך טאקע ארויסגעשטעלט און דאס איז די סיבה פארוואס רוב באבוב האט פארשטאנען אז ער איז די יורש
נארישקייטן, האסט געברענגט פונקט די אייניציגע צוויי פעלער, און פון גור איז גאר א ראיה אויף פארקערט קוק ווי שנעל ס'איז צוריק געפלויגן צום לב שמחה'ס קינדער, און אין קאשוי איז פשוט. קיין איין אנדערע פלאץ גייט נישט אזוי, אויב זענען די קינדער ראוי גייט עס צו זיי און נישט צום ברודער, וזוועהיל יוכיח אלס א לעצטיגע ביישפיל ווי ס'איז דא געהויבענע פעטערס און ס'איז געגאנגען צו א אינגערמאן, קראסנא כידוע, שומרי אמונים ב"ב ( אויך געווען רבי גאר קורץ), לעלוב (ס'נאך געווען עטליכע קינדער פון רמ"מ זצ"ל ווען ר' שמעון'לע איז אוועק), ראחמיסטריווקא (אב"ד מאנסי געבליבן איין איינציג קינד פון אלטע רבי), ווען די עצי חיים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור פאר רב אין סיגוט נישט סאטמאר רב, ווען די בית אברהם מסלאנים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור מהרשד"י נישט זיין ברודער, ועוד ועוד ועוד אטו כי רוכלא וכו'.

וועגן די טיטל רב הצעיר פרעג יעדע 45טע וועט ער דיר ענטפערן אז ס'האט נישט געמיינט וואס די מיינסט אז ס'האט געמיינט

נישט אז כהאב עפעס מיט 45 אנגעלייגט נאר די נעמסט א ליניע וואס איז עקסטרעם צו 48, עס איז נישט די מעינסטרים וויאזוי די וועלט קוקט עס אן
וועגן די טיטל רב הצעיר איז אזוי. אין אלע דורות האט די טיטל פון " רב הצעיר " געמיינט אז לאחר מאה ועשרים גייט עס אריבער צו אים, דאס איז קלאר.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

נישנאש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:23 am
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:11 am
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm
בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:01 pm

איז ווער איז רבי אין גור ? די זון פון פני מנחם אדער פון לב שמחה? ווער איז לעטצענס געווארן רבי אין קאשוי א זון צו א ברידער ?

און בפרט איז דא אנדערש וואס ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב הצעיר ביים הסתלקות פון טאטן ווייל רבי נפתלי איז נישט געווען געזונט און מהאט געוויסט אז צו לאנג וועט עס נישט נעמען ווי אזוי סהאט זיך טאקע ארויסגעשטעלט און דאס איז די סיבה פארוואס רוב באבוב האט פארשטאנען אז ער איז די יורש
נארישקייטן, האסט געברענגט פונקט די אייניציגע צוויי פעלער, און פון גור איז גאר א ראיה אויף פארקערט קוק ווי שנעל ס'איז צוריק געפלויגן צום לב שמחה'ס קינדער, און אין קאשוי איז פשוט. קיין איין אנדערע פלאץ גייט נישט אזוי, אויב זענען די קינדער ראוי גייט עס צו זיי און נישט צום ברודער, וזוועהיל יוכיח אלס א לעצטיגע ביישפיל ווי ס'איז דא געהויבענע פעטערס און ס'איז געגאנגען צו א אינגערמאן, קראסנא כידוע, שומרי אמונים ב"ב ( אויך געווען רבי גאר קורץ), לעלוב (ס'נאך געווען עטליכע קינדער פון רמ"מ זצ"ל ווען ר' שמעון'לע איז אוועק), ראחמיסטריווקא (אב"ד מאנסי געבליבן איין איינציג קינד פון אלטע רבי), ווען די עצי חיים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור פאר רב אין סיגוט נישט סאטמאר רב, ווען די בית אברהם מסלאנים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור מהרשד"י נישט זיין ברודער, ועוד ועוד ועוד אטו כי רוכלא וכו'.

וועגן די טיטל רב הצעיר פרעג יעדע 45טע וועט ער דיר ענטפערן אז ס'האט נישט געמיינט וואס די מיינסט אז ס'האט געמיינט

נישט אז כהאב עפעס מיט 45 אנגעלייגט נאר די נעמסט א ליניע וואס איז עקסטרעם צו 48, עס איז נישט די מעינסטרים וויאזוי די וועלט קוקט עס אן
גור האט גענומען 20 יאר, און נאכאלס איז דא איין רבי, ברענגסט דא שומרי אמונים איך מיין ווער ווילסטו געווילט זאך אים איבערנעמען וועלכע ברודער ? אלע זענען שוין רביס בעפאר, די זעלבע אין לעלוב דער וואס האט געווילט איז שוין געווען רבי בעפאר רבי שמעון איז אוועק, געהאט עטליכע ברודערס רביס, און טאקע זייט רבי שמעון איז אוועק האבן די אנדערע ברודערס ניקעלשובורג לעלוב מהרי"ד אנגעהויבן שיינען מער, ווייל מענטשן האבן אנגעהויבן גיין צו זיי אלס קינדער פון רבי משה מרדכי זי"ע. וועגן רבי אברהם דוב ער וויל נישט זיין קיין רבי.
לעלוב איז נישט ריכטיג זיי זענען ערשט געווארן רבי'ס "נאך" רבי שמעון'לע איז אוועק. זיי האבן געבויט אייגענע חסידות'ן נישט געווארן אויפגענומען דורך רבי שמעון'ס חסידים.
האסט דערמאנט פריער זוועהיל, ס'איז טאקע געווען א רעדע אבער קוק וואס איז געווארן למעשה
וואס רעגסטי שטותים וועגן לעלוב ? עטליכע ברודערס זענען שוין געווען רביס פארדעם.
אין וועגן זוויעלה איז נאר ווייל די ברודער האט געגעבן די הסכמה ווען נישט וואלט עס נישט געווען אזוי גלאטיג
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

שרייבן און שרייבן גייט קיינמאל נישט נעמען קיין עק לייג איך דא ארויף א אלטע תגובה דא אויפן וועלטל, און באקומטס א ידיעה אין די פרשה
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

אני שלום?
המה למלחמה?

א ניכטערן בליק פון א זייטיגע צוקוקער
איבער די ענדע פון די מחלוקת אין באבוב

"אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
די ווערטער קלונגען אייך באקאנט? יא, דאס זענען ווערטער פון א איד, נעבעך א באקאנטער טאשן שניידער, ער קען זיך נישט איינהאלטן פון גנב'נען. ויהי היום ער איז געגאנגען אין מקווה, זיך צוגעשארט נעבן דעם סאמע ראש הקהל, ארויסגערוקט דעם געשוואלענעם טייסטער.. אידן ארום האבן געמאכט א ויצעקו, געכאפט דעם גנב, ארויסגעשלעפט דעם גנב פון מקווה. דער גנב האט געקאפעט און געשטויסן רעכטס און לינקס און געשריגן אז עס איז זיין טייסטער. פאליציי איז געקומען און עס איז אנגעקומען אין געריכט, די געריכט האט געשיקט צו דין תורה די אידישע מחלוקה וואס האט זיך אנגעהויבן אין מקווה, די דין תורה איז געזיצן יארן לאנג און דן געווען איבערן טייסטער. ענדליך האט די דין תורה ארויסגעגעבן זייער פסק אז דער טאשן שניידער מוז שוין צוריקגעבן דעם בערזל.
אט דאן האט דער טאשן שניידער, מיט זיין בלעכענעם פנים געזאגט אזא דרשה "אני שלום, איך בין פאר שלום, איך זוך נישט קיין מחלוקת, נאר זיי זוכן מיט מיר מלחמות, אבער איך זוך נישט קיין מלחמות, איך געב נישט צוריק דעם טייסטער, איך האלט עס און איך ווארט אויף די הוראה פון גדולי ישראל, וואס די גדולי ישראל וועלן זאגן דאס וועל איך פאלגן"
אזא צדיק!
ממש א מוסטער פון יושר!

**
אט דאס איז געשעהן אויף א גרעסערע פארנעם, דער וואס האט פרובירט צו גנב'נען באבוב פון אירע לעגאלע און תורה'דיגע בעלי בתים, איז דורכן שופט געשיקט געווארן צו א בית דין. בית דין איז געזיצן דערויף לאנגע יארן און ענדליך קלאר גע'פסקנט כדת של תורה אז ער זאל שוין צוריקגעבן די גניבה. וואס טוט דער איש השלום? ער כאפט זיך ענדליך אז ער האט געטון אן עוולה און פאלגט אויס די פסק וואס ער האט געשריבן שטרי בירורין דערויף? ניין.
אבער טוט ער עס פרעך מיט א פויערישע געלעכטער: איך פאלג נישט די דין תורה!? ניין, ער שרייט "איך ווארט אויף גדולי ישראל" אזוי ווי יענער וואס רעדט אייביג ביי קדיש און ווען מען זאגט אים "דער שולחן ערוך לאזט נישט" זאגט ער "זאל דער בעל השלחן ערוך און די גדולי ישראל מיר קומען דאס זאגן"
און וואס איז דאס אלעס?
וואס איז בא'גנב'נען א קהלה, מאכן א פילוג ומרידה, און נישט פאלגן די דין תורה?
וויאזוי רופט מען דאס אין לשון קודש? שלום!
אני שלום!
**
מענטשן זענען אויס מענטש איבער די אויסגאנג פון די באבובער דין תורה. די חסידים פון די פארלוירענע צד ווערן תש כחם כנקבה און רעדן מיט גרויס רחמנות "רבנים, דיינים, האבן געטון אזא זאך, צוגענומען די רעכטן פון א קהלה צו רופן זיך באבוב.... אזא מין פסק?!"
מענטשן זאגן אויך "ווען בית דין זאל כאטשיג געבן פאר ביידע, נו, אבער אזוי, נאר איין זייט מעג בלייבן באבוב?!"
מענטשן קלאגן "אזוי איינזייטיג גע'פסק'נט? אזוי שטארק אויף איין זייט... זיי מעגן ווען געבן פאר ביידע זייטן"
האלאו! דאס איז געווען א מלחמה, א מלחמה, א מלחמה! און איין זייט האט ב"ה געזיגט. ביידע זייטן האבן געזוכט א פול נצחון און איין זייט האט עס באקומען!
די מענטשן וואס וויינען קאזאק הנגזל שפילן עס אויס בערך אזוי: א קהלה פון אידן איז געקומען צו אפאר דיינים בעטן זיך ברחמים אז מען זאל זיי העלפן, און מען האט זיי ארויסגעווארפן בשן ועין. אבער ניין, די מעשה איז געווען אזוי: צוויי צדדים, צוויי און זיבעציג פראצענט פון באבוב, ובראשם די זקני, חשובי, ורבני העדה, וואס זענען דארטן מדורי דורות. זענען געווארן גערופן אין ערכאות, און דאן אריינגעשלעפט אין דין תורה, דורך א קעמפערישע גרופע פון אכט און צוואנציג פראצענט יונגערע פון די קהלה, און האבן זיי געוואלט ארויסטרייבן, זיי בא'גנבנען. ביידע צדדים האבן באצאלט די גרעסטע דיינים צו אויסהערן ביידע זייטן, ביידע צדדים האבן גע'טענה'ט זייערע שטארקסטע טענות, און נישט געזוכט קיין פשרות, יעדער צד האט געזוכט איין זאך: געווינען. און איין צד האט מצליח געווען און געווינען! די בית דין האט גאר לאנג דן געווען און געקומען צו מסקנה אז איין זייט איז גערעכט און די אנדערע איז נישט גערעכט!"
ניין, האדמו"ר מהרמ"ד האט נישט געבעטן אז מען זאל אים געבן א שטיקל פון די קוגל, ניין! ער האט געפאדערט די קוגל אין א פולשטענדיגע מלחמה, ער האט קלאר נישט געבעטן קיין פשרה, נאר א פולשטענדיגע "יקוב הדין את ההר" פסק, ווי ער האט געהאפט אז ער וועט זיגן, און למעשה האט די בית דין וואס ער האט געקליבן אויסגערופן הויך און קלאר, נאכן אויסהערן אלע טענות, "איין צד איז גערעכט, און ניין, נישט צד מהרמ"ד, נאר די אנדערע צד!"
וואס וויינסטו יעצט?
וואס מאכט מען די ווייבערישע שטיק פון וויינען?
אנגעהויבן האבן זיי כגיבור ואיש מלחמה, יונגע, היציגע חברה וואס פארמעסטן זיך צו מנצח זיין די פיל גרעסערע צד אין די קהלה, און ווען זיי פארלירן איז כזקן מלא רחמים נדמה להם און וויינען און שרייען אז אויך זיי האט מען געדארפט געבן!
האסט געדארפט פריער וויינען!
זענען זיי געקומען צו בית דין בעטן אז מען זאל זיי געבן געלט צו העלפן זיך אויפבויען אן אייגענע קהלה?
זענען זיי געקומען בעטן אז זיי זענען "אויך" לעגיטים?
ניין, זיי זענען געקומען אוועקכאפן און זאגן כולה שלי, און עס איז נישט געלונגען!
**
מענטשן פארגעסן שוין על מה ומי היו הדברים, לאמיר אויפפרישן די זכרון און זעהן וואס דא איז פארגעקומען:
השתלשלות הדברים
דער מחולל ומייסד חצר הקודש באבוב הרה"ק רבי שלמה זי"ע מבאבוב האט געהאט צוויי זון, כ"ק מרן אדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל און יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר רבי בנציון שליט"א, און ווי אלע זקני חסידי באבוב ווייסן, האט ער זיי ביידע אנגעגרייט צו ווערן די ממלאי מקום וממשיכי הדרך, נאכדערצו וויסנדיג אז קיין אנדערע ממשיכים בן אחר בן לבית באבוב איז נישט פארהאן.
ביים לוויה לפני מטתו האט מען טאקע ממלא געווען רצון קדשו, און מכתיר געווען ביידע קינדער, דעם עלטערן אלס רבי, און דעם יונגערן אלס משנה למלך, רב הצעיר. דאס איז געווען זייער קלאר א הכתרה פאר יעצט פארן ממלא מקום, הרה"ק מהרנ"צ, און א הכתרה לאחר זמן פארן יונגערן זון, כ"ק מרן מהרב"צ שליט"א.
מער פון דעם דארף נישט קיין שום בר דעת, קלארער פון דעם איז נישט שייך. א לויה פון רבי'ן און מען איז מכתיר ביידע קינדער, דער עלטערער, וואס איז אליין א עלטערער איד און נישט געזונטער מענטש איז יעצט רבי און דער יונגערערע וועט איבערנעמען לאחר אריכות ימיו ושנותיו. און קיין שום אנדערע פלפולים נעמט דאס נישט אוועק!
ליידער איז כ"ק מרן מהרנ"צ געווען גאר שוואך און אלט, און דעריבער איז געלונגען פאר זיין יונגערער איידעם צו בויען זיך אויף זיין שווער'ס שוואכן רוקן, און ער האט דערקלערט אני אמלוך, ארבעטנדיג צו בויען זיין איגא אלס א קאנדידאט פאר בית באבוב, קעגן יעדע סברה, קעגן די רצון פון בית באבוב, קעגן די רצון פון זיין זיידן און קעגן די רצון פון זיין שווער וואס האט קלאר ממנה געווען און מיטגעארבעט מיטן מינוי פון זיין ברודער אלס רב הצעיר ומשנה למלך.
ס'איז קיינעם אין דער וועלט נישט איינגעפאלן אין דעם ווילדסטן דמיון די אלע יארן אז אדמו"ר הרמ"ד, איז דער ממשיך פון די באבאווער דינאסטיע! דאס איז ברור כשמש, נישט מחוץ לבאבוב, און זיכער נישט בתוך באבוב. קיינער אין באבוב האט קיינמאל נישט געחלומט אז א צוגעקומענער אייניקל, דער יונגערערע איידעם פון מהרנ"ץ וועט גיין קעגן דעם נאטורליכן ממלא מקום, דער יורש העצר ובן המלוכה. יעדער האט געוואוסט, אז דער קרוין פרינץ, דער באליבטער בנו אהובו, אדמו"ר מבאבוב שליט"א ער איז דער צוקונפטיגער ממשיך, ועל כסאו לא ישב זר.
טראץ די פאקט אז ביידע באבובער רבי'ס, דער מייסד הרה"ק מהר"ש וממשיכו כ"ק מהרנ"צ האבן געוואלט און מען האט ממנה געווען כ"ק הרב"צ פאר רב הצעיר וממשיך המלוכה, און טראץ די פאקט אז ער איז דער ליבלינג פון טויזנטער באבובער חסידים און דאס איז דער רצון הציבור, האט אנגעגליסט פארן יונגערן איידעם הרמ"ד דאס מלוכה. ער האט אויסגענוצט די שוואכע יארן פון זיין שווער און געמאכט א מחלוקת קעגן רצון חמיו און קעגן רצון בית באבוב, און האט אנגעטראפן אפאר בעלי מחלוקת און האבן געטראפן אן אפענע אויער ביי היציגע יונגווארג, צוגעקומענע אשר מקרוב באו וואס האבן נישט געהאט קיין נערוון צו די באבובער רוהיגקייט און שלום, און האבן געוואלט אריינברענגען רוחות רעות צו וואס מען איז נישט געוואוינט אין באבוב, און אנגעהויבן פירן א מחלוקה אין באבוב.
פינף יאר האבן די בעלי מחלוקת געארבעט אין באבוב, מיט שמוציגע תכסיסים צו בויען א באזע פארן טאג נאכן פטירה פון הרה"ק מהרנ"צ, בעיקר האבן זיי געהאט אן אוזן קשבת ביי יונגע בחורים'לעך וואס מען האט אנגעהעצט קעגן די רצונות פון זייערע עלטערן אז צו זיין א חסיד פון אדמו"ר מהרנ"צ מוז מען זיין א חסיד פון זיין יונגערן איידעם און זיך מתחצף זיין צום רב הצעיר.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

מרידה אין באבוב!
י"ב אדר תשס"ה לפ"ק, ווען כ"ק מרן מהרנ"צ איז נפטר געווארן, האט זיך די שושלת ווייטער געצויגן לויטן פלאן, די דייני, רבני וזקני הקהלה האבן מכתיר געווען דעם רב הצעיר אלס ממלא מקום אחיו ואביו, אלס באבאווער רב. ער האט עס באקומען מדין תורה, מכוח זיין "רב הצעיר". און למלאות רצון אביו ואחיו ורצון קהלה הקדושה.
אבער די בעלי מחלוקה האבן געלעבט אין אן עולם הדמיון, און נישט מער און נישט ווייניגער, דער יונגערערע איידעם איז פשוט מיט א בלעכענעם פנים אריינגעקומען אין בית מדרש און זיך געזעצט אויפן הייליגן בענקל וואס באלאנגט פאר אדמור"י באבוב.
הרמ"ד האט נישט גע'טענה'ט אז עס קומט אים עפעס, ער האט גע'טענה'ט אז ער איז דער איינציגער ממלא מקום!
פארשטייט זיך אז חסידי באבוב האבן אים תיכף פאריאגט פונעם עמוד ווי ער שטעלט זיך אליין אוועק נגד רצון הציבור, און ממש אנגעקוקט ווי א געלעכטער זיין חלום, אז ווען עס איז דא א קלארער ממלא מקום וואס דער רוב הציבור איז מיט אים, פרובירט ער צו משתלט זיין זיך אויף באבוב און מאכן א מחלוקה.
הרה"צ רמ"ד איז דאן געגאנגען אין ערכאות!
יא, נישט דין תורה, ערכאות! ער האט מרים יד געווען בתורת משה, און געגאנגען צו די ערכאות של עכום ווי ער האט פשוט געוואלט גיין קעגן מלכות בית באבוב, קעגן די אדמורים זצ"ל, קעגן רצון הציבור און זיך ארויפצווינגען, מיט זיין ציבור פון א הונדערט פופציג בחורים און יונגעלייט, צו ווערן באבובער רב!
צד הרמ"ד האט גענומען א גאר טייערע לעגאלע טיעם פון אדוואקאטן, די פירמע פון לאוען און לאוען קאמפאני און די פירמע פון שלאמם, סטאון דאולין, מיט נאך א שלל פון לויערס. די לויערס האט אפגעקאסט פאר הרמ"ד אזויפיל ווי א האלב מיליאן דאלאר!
אין די שבעה פון אדמו"ר מהרנ"צ, ווען באבוב טרויערט נאכן פטירה פון רבי'ן, האבן אנשי הרמ"ד אריינגעארבעט אין ערכאות, ולא נתקררה דעתם, עס איז נישט געווען גענוג אז זיי גייען קעגן א קהלה, נאר אויך קעגן יחידים, זיי האבן געשיקט א לאו סואט אין פעדעראלע קאורט ווי זיי האבן געקלאגט איבער א מניין אידן בעלי השפעה אין באבוב.
דער ריכטער וואס איז געווארן דעזיגנירט פאר דעם קעיס איז געווען דזשאדזש הערבערט קרעמער (ע"ה) און גאר וואונדערליך איז געשעהן ביד ה' ונפלאותיו אז דער ריכטער האט זיי גוט אויסגע'מוסרט און געשיקט אין דין תורה. און ריכטער קרעמער דערציילט א מעשה פארוואס ער שיקט צו דין תורה און ער זאגט זיי "פאר איך בין געווארן א שופט ווען איך בין געגאנגען צום באבובער רב, מרן מהר"ש, צו נעמען א ברכה צו ווערן שופט, האט ער מיר זייער שיין געווינטשן און געזאגט "איין בקשה בעט איך דיר, אז ווען עס קומען אידן אין געריכט, זאלט איר זיי שיקן צו בית דין, אידן האבן נישט וואס צו זוכן אין געריכט, אידן באלאנגען נאר אין א בית דין!" און דאן האט דער ריכטער זיך געוואנדן צו די צדדים און געזאגט "איר זענט זיינע קינדער, איך בעט ענק בשם באבובער רב זצ"ל גייט צו בית דין, בית דין פארשטייט בעסער צו אזוינע סארטן סכסוכים און איז די בעסטע אויטאריטעט צו פסק'נען אזא סארט דין תורה!"
די צד הרמ"ד האט זיך געבעטן: שיק מיר נישט צו בית דין! און זיי האבן געפאדערט אז מען זאל זיי געבן א טי-אר-או, אויף כאטשיג איין קעמפ, אבער ניין, דער שופט האט געשריגן: גיייט צו בית דין!

בית דין צדק
אין דין תורה האט מען געקליבן א בית דין המרוצה לשני הצדדים. גאר חשובע דיינים ורבנים היושבים כסאות למשפט וואס האבן שוין גע'פסקנט אסאך גרויסע דיני תורה. די גרעסטע מפורסמים אין חושן משפט הגאונים הגדולים הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, הגאון רבי יחיאל באב"ד, הגאון רבי יצחק חיים זעלטנרייך, הגאון רבי יצחק דוב בערגער הגאון רבי יקותיאל זלמן גראוס שליט"א. צד הרמ"ד האט געוואוסט דעמאלטס אז דער טשאקאווער רב איז א מחותן מיטן באבובער דיין און אלע אנדערע נארישע טענות של שקר, און מכל מקום האט ער מסכים געווען, מבטל געווען אלע טענות, און געשריבן שטרי בירורין.
ווען מען שרייבט שטרי בירורין זאגט מען מיט דעם אז מען נעמט אן דעם פסק, אפגעזעהן פון אלעס, אפילו אויב עס איז דא שוחד און אפילו שלשת רועי בקר קענען זיי גוט מיט שטרי בירורין. למעשה, איז צוזאמענגעשטעלט געווארן א חשובער בית דין, און למעשה זענען זייערע אלע טענות נארישקייטן, ווייל ווער עס ווייסט וואס עס איז פארגעקומען אין בית דין ווייסט אז דער טשאקאווער רב, דער מחותן, האט דווקא מהפך געווען בזכותם, און דווקא הגאון רבי אברהם ברוך ראזנבערג, וואס זיי האבן גע'חלום'ט אז ער איז זייער אדוואקאט און נוטה לצדם האט צום סוף שטארק מצדד געווען צו פסקנען דעם פסק וואס איז אזוי קלאר לטובת צד באבוב.
אין דין תורה האט צד הרמ"ד ווייטער געפאדערט אז אלעס קומט זיי און מען זאל דעם באבובער רבי'ן ארויסווארפן אין גאס. עס איז געווען זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי.
בית דין האט באלד אין אנפאנג מציע געווען א פשרה איבער די קעמפס, שטייענדיג נאנט צו די זומער טעג האט בית דין שוין געוואלט מאכן פשרות אז איין קעמפ זאל מען געבן צו צד הרמ"ד. מעסיגע מענטשן, ידידים צו צד הרמ"ד, האבן זיך געבעטן ביי אים, לאמיר נעמען א פשרה און איינשטילן די פייער, אבער ניין, אדמו"ר מהרמ"ד איז מיט זיינע נועם המדות ודרכי השלום נאר געוואלט לאזן נאר הר"ר צבי ארי' ריינהאלד מיט זיין קעמפערישע צוגאנג פון כולה שלי, מאכט החלטות, מען גייט זיך שלאגן, מען נעמט נישט די פשרה!

טאנצן אויף צוויי חתונות
ווען מהרמ"ד איז שוין יא געווען אין דין תורה, געצווינגענערהייט, אויפן פארלאנג פונעם ריכטער האט ער אבער נישט פארגעסן פון קאורט. און האט אהינגעקוקט בכליון עינים אויף א נצחון.
געשעהן איז דאס נאך א פסק דין חלקי וזמני פון בית דין איבער "חברה קדישא" ווי בית דין האט גע'פסקנט און געשטעלט צוויי מענטשן אויף צד באבוב און איין מענטש אויפן צד שכנגד. חסידי מהרמ"ד האבן נישט געהויבן הענט, זיי זענען געלאפן צום גואישן געריכט, זיי האבן גענומען נעט לואין, דעם טייערסטן לויער, פאר א פערטל מיליאן דאלאר! (ווען די מלמדים האבן געהונגערט) און געטענה'ט אז אפילו אז זיי האבן איין מענטש קעגן איינס, האבן אבער זיי אויך א רעכט צו מחליט זיין קעגן די צוויי, און יעדער פון די דריי האט א וועטא רעכט צו טוישן אלעס.
דער שופט אויף דעם קעיס איז געווען א לעגאלע תלמיד פון נעט לואין ביי וועמען ער האט געלערנט געזעץ, און האט גע'פסקנט לטובת צד הרמ"ד. די דייני הבית דין וואס זענען געווען ברוגז אז מען גייט אין געריכט צו איבערדרייען די פסק בית דין, האט זיך קעגנגעשטעלט און געשריבן א נייע פסק אז די צוויי זענען רוב און דער איין נציג לצדם איז דארטן צו מפשר זיין לטובתם. – (כך הווה, די בית החיים פירט זיך בכבוד הראוי ובשלום, מען לייגט ביושר יעדן נפטר לפי כבודו אן קיין פראבלעמען)
אט אזא איש השלום, און אט אזעלכע אידן וואס גייען בלויז אין דין תורה!
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

כולה שלי!
אין בית דין איז עס געווען א כולה שלי, כולה שלי קאמף. זיי האבן פארלאנגט "אלעס"! אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר די צוויי חתנים.
באבוב האט גע'טענה'ט, אז דער באבובער רב הצעיר ומשנה למלך איז דער איינציגער יורש, און מדין זה האט ער גע'ירשנ'ט "אלעס" אלע בנינים, אלע מטלטלין, אלע ספרי תורה, הכל בכל מכל כל באלאנגט פאר באבוב.

צד הרמ"ד איז געווען גאר זיכער מיט זיך, און ביי עטליכע דיני תורה אויף וואס עס זענען ארויסגעקומען די פסק דינים חלקי וזמני, האט באבוב געואלט מפשר זיין און געבן געוויסע זאכן און מאכן פשרות. אויך האבן זיי געאפפערט אז זיי זענען גרייט צו געבן 10 מיליאן דאללער. דער אנטווארט איז געווען "הכל שלי".
נו, הכל שלי? בית דין וועט מחליט זיין! איז מען געזיצן, געברענגט עדות'ן, באטראכט דאקומענטן, געמאכט וואלן אין באבוב צו זעהן די נומערן, און געלאזט יעדן קומען מיט אלע מיני טענות, ראיות און הוכחות. די דין איז אזוי אז ווילאנג איין צד טענה'ט אז זיי האבן נאך א טענה אדער ראיה מוז מען זיי אויסהערן און אזוי האט זיך געשלעפט, ווען ביידע צדדים צאלן די בילס....יעדער האפנדיג פאר א געווינס.
נאך אלע מעשיות, און נאכדעם וואס צד אדמו"ר מהרמ"ד האט לאנג ארומגעשלעפט און נישט געלאזט די פסק ארויסקומען די לעצטע צוויי יאר, האט בית דין המרוצה לשני הצדדים, ענדליך געזאגט זייערע החלטות און גע'פסקנ'ט אז די באבובער רבנות גייט צו אדמו"ר מבאבוב, און נאר זיין קהלה האט רעכטן צו זיין באבוב.

עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען?
אפשר אין אייערע אויגן, אבער די ביידע צדדים האבן זיך געשלאגן דערויף און אפגעזעהן וואס א דרויסנדיגער טראכט איז דאס געווען די דין תורה, און דאס האבן די רבנים איבערגעקייט און אויסגעדראשן, לפי בקשת שני הצדדים.
ובכלל, איז נישט אמת אז עס איז נאריש צו דן זיין איבער א נאמען, אין שומרי אמונים האט די בית דין דן געווען איבער א נאמען און געצווינגען דעם איידעם צו טוישן צו תולדות אהרן, און שפעטער נאכן פטירה פון אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט די בית דין צדק העדה החרדית געצווינגען דעם עלטערן זון פון תולדות אהרן צו ווידער טוישן און ער רופט זיך תולדות אברהם יצחק. אין קארלין האבן די פורשים על פי דין תורה געטוישט צו פינסק קארלין אדער קהל חסידי ירושלים וכדומה. ביי די דין תורה אין קהלת קראסנא איז די פסק געווען אז נאר איין צד מעג זיך רופן מיטן נאמען קראסנא.
נאר ביי צוויי ברודער וואס זענען אייניגע יורשים און עס איז נישטא קיין צוואה אדער קיין פסק לאזט מען געווענליך די זעלבע נאמען און דאס איז וואס האט לעצטענס פאסירט אין סאטמאר און וויזניץ.
פסק בית דין: עס איז דא איין באבוב
על כל פנים, די בית דין איז געזיצן און דן געווען, בכובד ראש, אין משך פון הונדערטער שעות, און נאכן הערן יעדע טענה און מחליט געווען אז דער יורש לבית באבוב איז גערעכט און דער אנדערער איז פשוט א מורד.
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? יא, בית דין האלט אז דער זון וממלא מקום איז גערעכט און דער צוגעקומענער אייניקל האט נישט קיין רעכט צו זיין באבובער רבי.
איבער די ציבור וואס איז אוועקגעגעגאנען האלטן זיי אז היות אז זיי זענען נישט אפילו קיין דריטל פון באבוב זענען זיי ווי אין יעדע חסידות ווען א ציבור גייט אוועק. אין יעדע שטעטעל אין דער אלטער היים האט מען אויפגענומען א רב, און די מיעוט האט זיך צוגעשטעלט צום רבנות. עס איז קיינמאל נישט געשעהן אז א מיעוט זאל זיך קעגנשטעלן צום התמנות און פאדערן א חלק פון די רבנות און א רעכט צו רופן זיך אלס רב אין שטאט און א באקומען א חלק אין די רבנות! אז זיי ווילן אוועקגיין, זאלן זיי גיין און זאלן זיי זיך שטעלן אויף די פיס אן קיין טענות ומענות.
פארוואס האט די בית דין אזוי גע'פסקנט?
ווייל אזוי האט בית דין איינגעזעהן נאכן הערן אלע טענות ומענות און זעהן דעם אמת.
אויף וואספארא הלכות איז עס באזירט?
די דיינים האבן נאכנישט געשריבן (אויב זיי פלאנען צו מפרסם זיין בכלל) זייערע נימוקים, אבער, איינער פון די רבנים, הרב הגאון רבי זלמן גרויז שליט"א האט מיט א געוואלדיגע עיון און כח התורה מברר געווען אלע הלכות וואס קען זיין נוגע און האט אינאיינעם מיט די אנדערע חברי הבית דין עס איבערגעשמועסט, אויס'געטענה'ט און אפגעשריבן א ריזן ווערק פון איבער צוויי הונדערט בלעטער ווי ער איז מברר די נושא כדרכו של תורה, בטוב טעם ודעת, ער נעמט אפיר דעם נושא און איז מברר פון די סאמע ערשטע מקורות בדברי חז"ל, ביז צו לעצטע אחרון שבאחרונים. ער איז נושא ונותן בדברי כולם, ואינו נושא פנים לאיש, אבער אויף א תורה'דיגע און לאגישע אופן. פילע עניינים וואס באלאנגען אונטער דעם שירעם פון "קהילה מחלוקת" ווערן אויסגעשמועסט, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. בכלליות, לויט'ן סדר וואס שטייט אינעם תוכן העניינים, איז עס אזוי: חלק "ירושת שררה": ירושת שררה כיצד?; מי הוא יורש לענין שררה?; מהי שררה, ואיפה שייך שררה לענין ירושה?; זכויות אדמו"ר במינוי ובחלוקת שררות; זכויותיו של רב הצעיר לעומת יורשים; זכויות של פורשים; דיון כללי - נכסי ציבור של מי?; השמות של המוסדות והחסידות. אינעם חלק פון "משמעת וסדר בין אדם לחבירו בדברים חדשים שאין לנו הלכה בהם" איז דא די פאלגענדע נושאים: דינא דמלכותא; תקנות בני העיר; מנהג בזכויות שבין אדם לחבירו.
רבי זלמן איז געווען איינער פון די דיינים, יא, ער איז געווען אויפגענומען פון איין זייט, ווי די שטייגער אז א בורר איז געצאלט מהפך צו זיין בזכותו פון זיין צד. דאס איז מוסכם על פי דינא דגמרא, והשלחן ערוך, און דאס ווערט נישט פארעכענט פאר א נטייה לצד אחד. און ווירקליך האט ער געטון א געוואלדיגע ארבעט בבירור הסוגיא און ער האט עס געטון "בשליחות" פון די דיינים, בהסכמת ובעצה אחת פון דער בורר פונעם צד שכנגד, צו האבן די הלכה'דיגע מקורות און יסודות אויף צו מברר זיין די ענינים.
צו האבן די דיינים אנגענומען אלעס וואס הרב גרויז האט געשריבן, ווייסן מיר נישט, אבער דאס איז קלאר א שטארקע יסוד אויף וואס מען קען פארשטיין די סכסוך, און ווער עס וויל פארשטיין די נושא קען קויפן די שאלות ותשובות ספר פון הרב גרויז, שו"ת הברי והשמא און דארטן טרעפן די בירורים להלכה, ותן לחכם ויחכם עוד.
די בית דין האט אנגענומען די הלכה, באזירט אויף ראשונים ואחרונים, אז "חתנו כבנו" ווען עס האנדלט זיך פון שררה און מינוי, ווי א רבנות, חזנות, מוהלות, מלוכה, און סיי וואס א טאכטער קען נישט ירש'נען, איז בלויז ווען עס איז נישט דא קיין יורש דאורייתא. אבער ווען עס איז דא א יורש דאורייתא ווי א ברודער גייט די ירושת השררה צום יורש דאורייתא.
בפרט אז מען האט אים שוין ממנה געווען דעם באבובער רב מיט די מינוי פון שררה, על פי רצון אביו ורצון הקהל, איז נישטא קיין מקום פאר טענת חתנו כבנו.
על כל פנים, די בית דין האט למעשה געטון זייער פליכט, ביידע צדדים האבן פארלאנגט א "דין תורה" און נישט קיין פשרה, און דער בית דין האט ווירקליך געפסקנט אז די צוויי חתנים, קומט זיך באמת גארנישט מיט נישט, נישט מה שנוגע געלט און זיי האבן נישט קיין שום רעכט זיך צורופען באבוב!
נאמען באבוב
זיי זענען באמת א שיינע קהלה, אבער גענוי ווי עס וואלט געשעהן אויב סיי וועלכער חשובער מגיד שיעור אין באבוב וואלט דערקלערט זיך אלס א באבובער רבי און נעמט מיט א הונדערט משפחות וואלט יעדער פארשטאנען אז זיי זענען נישט קיין מחותנים צום שיסל. די זעלבע האט בית דין מחליט געווען – בכח תורתם – אז הרמ"ד איז משיג גבול פאר זיין פעטער און איז נישט קיין לעגיטימער באבובער רבי. ער האט נישט געטארט אים אונטערלייגן פיסלעך. יא, ער מעג זיין א רבי בישראל, אבער זיך דערקלערן א רבי אין באבוב איז שלא ביושר און טאר דעריבער זיך נישט רופן באבוב.
א נאמען טראגט א ווערט. שמא קא גרים. יעדער פארשטייט אז איינער וואס פארקויפט משקאות טאר זיך נישט רופן קאקא קאלא, איינער וואס העלפט מיט זש"ק טאר זיך נישט רופן בוני עולם, דאס זענען טרעידמארקס וואס באלאנגען שוין צו עמיצן און איז ווערט אסאך. באבוב איז א גרויסע שוויות סיי פינאנציעל און סיי עמאציאנעל און האדמו"ר הרמ"ד האט עס דעריבער שטרענג געפאדערט, אבער בית דין האט דערקלערט –באזירט אויף זייערע הלכה'דיגע, לעגאלע און פראקטישע הסברים וואס זיי האבן נאכנישט מפרסם געווען – אז די נאמען באלאנגט פארן באבובער רבי'ן און זיין קהלה.
אין די ספרי הפוסקים פון די לעצטע דורות נעמט מען אן קלאר אז די דינא דמלכותא לגבי "טרעידמארק" האט א תוקף, און מען קען נישט משיג גבול זיין ביי יענעם, אויך נישט דורך זיך רופן זיין נאמען. און אזוי האט בית דין אנגענומען לגבי באבוב.
געלט
אין א קהלה האט יעדער חבר הקהלה זכותים אין די קהלה. יעדער מעג זיצן אין די בית מדרש פון די קהלה, אבער יעדער פארשטייט אז ער קען נישט אהיימטראגן זיין בענקל פון בית מדרש, פארוואס? ווייל עס איז נאר א זכות ההשתמשות און נישט קיין בעלות.
די הלכה איז אז אויב זענען מענטשן פורש פון א קהלה, שפרשו מחוסר מקום, ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ אין די עקזיסטירנדע קהלה, דארף די קהלה זיי העלפן, אבער א קהלה שפרשו מחמת מריבה באקומען נישט גארנישט!
יעדע שטעטל האט געהאט וואלן און די מיעוט האט זיך געמוזט צושטעלן מעולם האט איינער נישט געטראכט אז ער גייט באקומען נכסי הקהלה און מאכן אן אייגענע רב.
איינמאל מען פארשטייט דאס איז קלאר אז בית דין האט נישט געהאלטן חסידי מהרמ"ד ווי א לעגיטימע צווייגל וואס האט א זכות פון באבוב, נאר ווי מענטשן וואס גייען אוועק פון א קהלה און זיי קענען נישט פארלאנגען מיטצונעמען זייערע זכותים. ביסט געגאנגען? האסט משיג גבול געווען און געמאכט א מחלוקה און א מרידה שלא כדין, האסט פארלוירן די זכותים ולא יהא חוטא נשכר.
טראץ די אלע זאכן האט בית דין מחליט געווען אז באבוב זאל צאלן פאר חסידי הרמ"ד א סכום פון זעקס מיליאן און צוויי הונדערט טויזנט דאלאר. דאס פאר צוויי סיבות:
• א רבי אין א חסידות האט געוויסע, ממונות פרטיים, פינאנציעלע טובות הנאה פון די חסידות. טראץ וואס די רוב נכסים באלאנגט צום חסידות און צום קהלה. דעריבער, טראץ וואס נכסי באבוב בלייבט צו באבוב, קענען אבער די איידימער פארלאנגען די ממונות פרטיים וואס זייער שווער האט געהאט אין די קהלה, און אויף דעם האבן זיי צוגעשאנקען די זעקס מיליאן דאלאר.
• בית דין האט זיך גערעכנט מיט די גרויסע הוצאות וואס עס האט זיי געקאסט די פארצווייגטע לעגאלע הוצאות אין קאורט און אין בית דין.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

בית דין צדק
דרייט אייך ארום אין טורמעס צו הערן אלע שרעקליכע געשיכטעס איבער קארופטירטע שופטים, גייט אין בית מדרש הערן איבער קארופטירטע דיינים. הצד השוה שבהם אז אדם קרוב אצל עצמו און ווען מען האט גע'פסקנט עפעס וואס דיר געפעלט נישט קאפעט מען און מען שטויסט ביטערליך, די ערשיינונג ווערט גערופן אין ענגליש "סאור לוזער" א ביטערער פארלירער.
הכלל, די בית דין איז נישט גענומען געווארן צו זיין איידל און ווייך, צו גלעטן יעדן איינעם און זיין "קיוט", מען האט נישט געזוכט קיין פשרה, נאר ווי ערוואקסענע מענטשן גענומען שטארקע דיינים המרוצים לשני הצדדים און געפאדערט דעם אמת בבחינת יקוב הדין את ההר. די בית דין האט געהערט, געקלערט, אוועקגעגעבן אסאך צייט עיון און מחשבה און געקומען צו החלטה.
אלע טענות איבער שוחד זענען נארישקייטן, שקרים און צייגט בלויז אויף דעמאראליזאציע.
די נאמען, לאגא, יוניפארם
"עס איז אזוי קינדעריש, מען שרייבט גאנצע סעיפים איבער די נאמען, לאגא און מען דערמאנט אפילו די יוניפארם פון די מיידלעך"
יא, אבער די דאזיגע קינדערישקייט האט צד הרמ"ד געקעמפט צו האלטן, אין זייערע שווערסטע יארן ווען מלמדים האבן געהונגערט האבן זיי געצאלט טוענים און לויערס דאס צו קעמפן. זיי האבן געעפנט מוסדות און קעמפס און אלעס, אלעס, נאכגעמאכט. געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער צונאמען, די זעלבער עמבלעם.
בית דין האט דאך גע'פסקנט אז זיי זענען נישט באבוב און דעריבער אלס טייל דערפון זאלן זיי אויפהערן די קינדער שפיל פון נאכמאכן יעדע זאך באבוב. טאקע קינדעריש, אבער א שאד אז צד הרמ"ד האט געקעמפט פאר אט די קינדערישקייט וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט אויף אזא פארנעם.
בית דין האט מחליט געווען אז יוניפארם גייט אריין בגדר פון א טרעידמארק, אזוי ווי א לאגא, און אזוי ווי א שיפינג פירמע קען נישט אנטון די ארבעטער ברוינע קליידער וואס זעהט אויס אזוי ווי יו-פי-עס, און דעריבער געפאדערט אז זיי זאלן טוישן אלעס וואס מאכט זיי אויסקוקן ווי באבוב.
אין אנדערע ווערטער האט אים בית דין מודיע געווען: הער אויף זיין פארנומען מיט יענעם, די ביסטו נישט באבוב! שטעל דיר אויף די אייגענע פיס!

אבער דאך, אזוי בא'עוולה'ן א קהלה בישראל... כאטש עפעס א פשרה
לאמיר אריינטראכטן: הרמ"ד האט באמת געוואלט ארויסשטויסן זיין פעטער, ווי ער האט אליין געזאגט אין זיין קעמפערישע דרשה נאך זיין פארלוסט אין בית דין בזה הלשון "מיר וואלטן אפאר מאל געקענט צוריק אריינקומען אין בית מדרש", דאס איז אייביג געווען זיין חלום, היל"ת!
אפילו אין צייטן ווען ביי אים אין חסידות זענען געווען רעוואולוציעס פון מלמדים און ארבעטער וואס האבן נישט באקומען קיין געלט פון אים און האבן געהונגערט און געשריגן געפערליך קעגן זייער רבי'ן וואס צאלט נישט, האט ער אבער נישט געטראכט פון מאכן א שנעלע פשרה אינדרויסן פון בית דין, נעמען א גרויסע סכום געלט און טוישן די נאמען, ניין, ער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער גייט געווינען. נו שטעלט אייך פאר, ווען די בית דין וואלט איינגעזעהן אנדערש, וואס וואלט דעמאלט געווען?
און באבוב שטייט יעצט גאר שיין אין אלע הינזיכטן ווען רמ"ד מוטשעט זיך געפערליך און דער עולם האט סימפאטיע און קוקט עס נישט אן ראציאנאל נאר עמאציאנאל, אבער שטעלט אייך פאר ווען באבוב וואלט נישט זוכה געווען אז נגידי ונדיבי הקהלה העלפן ארויס בסכומים אדירים, און שטעלט אייך פאר לעומת זה אז דער נדיב פון לאנדאן ע"ה וואלט נישט אומגעקומען, נאר וואלט נאך געווען בתוקפו און הרמ"ד וואלט יעצט געווען א רייכער רבי מיט הערליכע בנינים, און די בית דין וואלט גע'פסק'נט אז ער איז דער יורש, וואלט איר דעמאלטס געוויינט אויף די זייט פארוואס מען האט נישט קיין רחמנות אויף הרב"צ... שוין ב"ה אז עס איז די וועג!
א גרויסער עושר אין לאנדאן, ממשפחת בית באבוב, וואס שטיצט האדמו"ר מהרמ"ד בעט זיך ביי אים צו נעמען א פשרה, אפילו לעצטענס ממש האט יענער זיך געבעטן ביי אים: נעם מער געלט און זיי מוותר. אבער דער אני שלום איז שטארקער זיי ווילן מלחמה און דעריבער, וואס איז יעצט די גרויסע רחמנות?
רחמנות קומט נישט דא אריין, עס איז א שווערע געים פאר ערוואקסענע מענטשן, און ווער עס קען נישט פארנעמען די היץ זאל נישט עוסק זיין אין קיין לעגאלע געפעכטן.
וואס וויינסטו יעצט?
האסט געדארפט פריער וויינען!
ער איז א ארימער רבי וואס האט נישט צו צאלן זיינע ארבעטער?
נו, איז די קושיא, האט ער דאך געמעגט, כדי צו צאלן זיינע מלמדים, שוין לאנג צוריק פרובירן צו מוותר זיין אויפן נאמען און באקומען סכומים אדירים להחזקת מוסדותיו, אבער ניין, ער איז געווען גרייט אויף זעלבסטמארד, נו וויין נישט יעצט! נאדיר, בדבר אשר זדו עליהם!
אני שלום – אדער המה למלחמה?
אלזא, יעצט איז צייט אז דער אני שלום זאל זאגן "רבותי, איך בין אן ערוואקסענער מענטש, לאמיר מפסיד זיין בכבוד. אזוי האט גע'פסק'נט די בית דין וואס ביידע צדדים האבן אויפגענומען, ואין אחרי דברי בית דין כלום! מיר גייען טוישן די נאמען צו א שיינע חסידישע נאמען, זאל זיין צאנז-באבוב, אדער ראפשיץ-באבוב אדער סיי וואס, מיר גייען באקומען שיינע סכומים געלט וואס וועט אונז אסאך העלפן, און מיר גייען זיך שטארק בויען בע"ה, אן קוקן אויף יענע זייט. אל תביט אחריך, קוקט נישט צוריק, קוקט נאר אויפן עתיד"
אבער ניין, ער קומט מיט א ספין אז ער זוכט שלום. וויאזוי זוכט מען שלום נאכן פארלירן א פסק?
אה, ער ווארט אויף גדולי ישראל!
וואס מיינט דאס?
גדולי ישראל, אויטאריטעטן אין חושן משפט זענען געזיצן אויף דעם, ואלקים ניצב בעדת א-ל, איז דא אן אנדערע ערנסטע אויטאריטעט וואס גייט דאס אוועקמאכן?
זוכן זיי עפעס א בנש"ק'ל זאל זיי זאגן אז זיי מוזן נישט פאלגן דעם פסק דין תורה אויף וואס זיי האבן גע'חתמט שטרי בירורין? גייט דאס עפעס העלפן כלפי שמיא? גייט דאס העלפן כלפי הבריות?
וועקט אייך אויף!
איר האט פארלוירן!
זייט נישט קיין זויער פארלירער!
מאכט נישט "אני שלום" פאר א ווערטל, מאכט עס אמת!
די צד וואס האט מנצח געווען אין דין תורה גייט נישט מוותר זיין אויף וואס זיי האבן באקומען בדין.
אין קאורט האט איר אויך נישט קיין שום שאנסן צו געווינען!
יעצט איז צייט צו אראפלייגן די געווער!
די וועלט ווארט: אני שלום – אדער המה למלחמה?!
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:26 am
נישנאש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:23 am
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:11 am
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm

נארישקייטן, האסט געברענגט פונקט די אייניציגע צוויי פעלער, און פון גור איז גאר א ראיה אויף פארקערט קוק ווי שנעל ס'איז צוריק געפלויגן צום לב שמחה'ס קינדער, און אין קאשוי איז פשוט. קיין איין אנדערע פלאץ גייט נישט אזוי, אויב זענען די קינדער ראוי גייט עס צו זיי און נישט צום ברודער, וזוועהיל יוכיח אלס א לעצטיגע ביישפיל ווי ס'איז דא געהויבענע פעטערס און ס'איז געגאנגען צו א אינגערמאן, קראסנא כידוע, שומרי אמונים ב"ב ( אויך געווען רבי גאר קורץ), לעלוב (ס'נאך געווען עטליכע קינדער פון רמ"מ זצ"ל ווען ר' שמעון'לע איז אוועק), ראחמיסטריווקא (אב"ד מאנסי געבליבן איין איינציג קינד פון אלטע רבי), ווען די עצי חיים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור פאר רב אין סיגוט נישט סאטמאר רב, ווען די בית אברהם מסלאנים איז אוועק האט מען אויפגענומען זיין בחור מהרשד"י נישט זיין ברודער, ועוד ועוד ועוד אטו כי רוכלא וכו'.

וועגן די טיטל רב הצעיר פרעג יעדע 45טע וועט ער דיר ענטפערן אז ס'האט נישט געמיינט וואס די מיינסט אז ס'האט געמיינט

נישט אז כהאב עפעס מיט 45 אנגעלייגט נאר די נעמסט א ליניע וואס איז עקסטרעם צו 48, עס איז נישט די מעינסטרים וויאזוי די וועלט קוקט עס אן
גור האט גענומען 20 יאר, און נאכאלס איז דא איין רבי, ברענגסט דא שומרי אמונים איך מיין ווער ווילסטו געווילט זאך אים איבערנעמען וועלכע ברודער ? אלע זענען שוין רביס בעפאר, די זעלבע אין לעלוב דער וואס האט געווילט איז שוין געווען רבי בעפאר רבי שמעון איז אוועק, געהאט עטליכע ברודערס רביס, און טאקע זייט רבי שמעון איז אוועק האבן די אנדערע ברודערס ניקעלשובורג לעלוב מהרי"ד אנגעהויבן שיינען מער, ווייל מענטשן האבן אנגעהויבן גיין צו זיי אלס קינדער פון רבי משה מרדכי זי"ע. וועגן רבי אברהם דוב ער וויל נישט זיין קיין רבי.
לעלוב איז נישט ריכטיג זיי זענען ערשט געווארן רבי'ס "נאך" רבי שמעון'לע איז אוועק. זיי האבן געבויט אייגענע חסידות'ן נישט געווארן אויפגענומען דורך רבי שמעון'ס חסידים.
האסט דערמאנט פריער זוועהיל, ס'איז טאקע געווען א רעדע אבער קוק וואס איז געווארן למעשה
וואס רעגסטי שטותים וועגן לעלוב ? עטליכע ברודערס זענען שוין געווען רביס פארדעם.
אין וועגן זוויעלה איז נאר ווייל די ברודער האט געגעבן די הסכמה ווען נישט וואלט עס נישט געווען אזוי גלאטיג
איך רעד פון די דריי ברודערס מלעלוב מהרי"ד, ניקלשבורג און עזרת תורה שליט"א זיי זענען אלע געווארן רבי'ס שפעטער
הסכמה אין בוידעם אריין, אזוי האבן די חסידים געוואלט
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

נישנאש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:33 am
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:26 am
נישנאש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:23 am
בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:11 am

גור האט גענומען 20 יאר, און נאכאלס איז דא איין רבי, ברענגסט דא שומרי אמונים איך מיין ווער ווילסטו געווילט זאך אים איבערנעמען וועלכע ברודער ? אלע זענען שוין רביס בעפאר, די זעלבע אין לעלוב דער וואס האט געווילט איז שוין געווען רבי בעפאר רבי שמעון איז אוועק, געהאט עטליכע ברודערס רביס, און טאקע זייט רבי שמעון איז אוועק האבן די אנדערע ברודערס ניקעלשובורג לעלוב מהרי"ד אנגעהויבן שיינען מער, ווייל מענטשן האבן אנגעהויבן גיין צו זיי אלס קינדער פון רבי משה מרדכי זי"ע. וועגן רבי אברהם דוב ער וויל נישט זיין קיין רבי.
לעלוב איז נישט ריכטיג זיי זענען ערשט געווארן רבי'ס "נאך" רבי שמעון'לע איז אוועק. זיי האבן געבויט אייגענע חסידות'ן נישט געווארן אויפגענומען דורך רבי שמעון'ס חסידים.
האסט דערמאנט פריער זוועהיל, ס'איז טאקע געווען א רעדע אבער קוק וואס איז געווארן למעשה
וואס רעגסטי שטותים וועגן לעלוב ? עטליכע ברודערס זענען שוין געווען רביס פארדעם.
אין וועגן זוויעלה איז נאר ווייל די ברודער האט געגעבן די הסכמה ווען נישט וואלט עס נישט געווען אזוי גלאטיג
איך רעד פון די דריי ברודערס מלעלוב מהרי"ד, ניקלשבורג און עזרת תורה שליט"א זיי זענען אלע געווארן רבי'ס שפעטער
הסכמה אין בוידעם אריין, אזוי האבן די חסידים געוואלט
ווייסטו נישט קיין פאקטן אלע זענען געווען רביס פאר ער איז אוועק ! נאך די פטירה פון די עלסטע ברודער רבי אברהם שלמה מלעלוב תש"ס זענען זיי געווארן געקרוינט אלס אדמורי"ם.

די אנדערע ברודער פון עזרת תורה פאררופט זיך נישט אדמו"ר אזא בחינה ווי רבי אברהם דוב.

בנוגע זוויעהל פאר א סיבה האט מען נישט אויפגערופן א ממלא מקום ביים לויה, און במשך די שבעה איז נישט געווען קלאר וואס גייט זיין און יא ווען נישט די הסכמה פונעם ברודער וואלט געווען צוויי רביס און גארנישט אזוי זיכער אז די בית המדרש וואלט די זון באקומען
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

איך מיין אז ס'איז א חילוק ווען די ברידער זענען עלטער ווי די זוהן
און ווען זיי זענען די זעלבע יארגאנג
kolal1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך kolal1 »

תניא בניחותא האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:05 am
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:35 pm יא יא !
א ריכטיגע קידוש השם

ווען איך טראכט פון דעם קומט מיר אין קאפ אז ס'איז ר' ישראל 'ס קרעדיט,
איך ווייס נישט צו ווייל ער איז די עלטסטע
אדער ווייל ער האט געארבעט פאר דעם

שטעל דיך פאר דעס געשעהט פאר די באבובע די''ת, וואלט נאכאלץ געווען א טענה אז באבוב מעג נאר זיין אײנס ???
קרעדיט קומט זיך פאר אלע ברודער ווייל א מחלוקת וואלט יעדער געקענט אנדרייען, דערמאנט מיך די מעשה אז איינער האט געבעטן שדכנות ווייל ער האט נישט אפגערעדט דעם שידוך...
אבער באמת קומט זיך די ריכטיגע קרעדיט פאר די קומענדיגע צוויי ברודער קיימישע און וויליאמסבורג, אז זיי לאזן איהם זיין די גרויסע רבי בשעת זיי וואלטן זייער גרינג געקענט אראפציפן ריזיגע חלקים וד”ל.
האדמו”ר מקיימישע לאזט נישט ברענגען קיין ברית’ן תפילין לייגן’ס בשום אופן על אפם ועל חמתם פון זיינע חסידים, אפי’ לכבוד דעם גייען טייל להכעיס צי אנדערע נישט וויזשניצע אדמו"רים.
ר’ ישראל האט נאר צי דערלייגן פון מחלוקת, ווילאנג ס’איז שלום דארף יעדער וואס וואוינט אין מאנסי אנקומען צי זיינע מוסדות, אין ווי נישט ווי זיך דרייען אביסל דארט, גיין מיט א קוויטל וכו’, אויב זאל זיין א רייבעריי וועט אין נאו טיים זיין שטיבלעך און קאנקורירנדע מוסדות לרחצה.
אז נישט קיין מחלוקת ביי די רבי'ס
זאל מען זיך כאטש קריגען וועמען'ס קרעדיט
אפשר וועלן די אנדערע מקנה זיין
און זיך אנהייבן צו שלאגן וועמענס קרעדיט איז שלום
למעשה איז קלאר אז עס איז יעדעם'ס קרעדיט ווייל צו מאכן מחלוקת טויג יעדע שמויגער
די עיקר קומט זיך עס טאקע פאר די עלטסטע 3 יעדער מיט טויזענט וועגן וואס ער וואלט געקענט מיט איין קליינע מאוו צושפילן די געים
די קידוש ה' איז נאכאלץ צו באווינדערן אין קיינער רעדט נישט פון דעם קיינמאל עס ווערט קיינמאל נישט דערמאנט ווען מען מאכט חוזק פון די חסידישע סאסייעטי
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יצחק אייזיק »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:31 am בית דין צדק
דרייט אייך ארום אין טורמעס צו הערן אלע שרעקליכע געשיכטעס איבער קארופטירטע שופטים, גייט אין בית מדרש הערן איבער קארופטירטע דיינים. הצד השוה שבהם אז אדם קרוב אצל עצמו און ווען מען האט גע'פסקנט עפעס וואס דיר געפעלט נישט קאפעט מען און מען שטויסט ביטערליך, די ערשיינונג ווערט גערופן אין ענגליש "סאור לוזער" א ביטערער פארלירער.
הכלל, די בית דין איז נישט גענומען געווארן צו זיין איידל און ווייך, צו גלעטן יעדן איינעם און זיין "קיוט", מען האט נישט געזוכט קיין פשרה, נאר ווי ערוואקסענע מענטשן גענומען שטארקע דיינים המרוצים לשני הצדדים און געפאדערט דעם אמת בבחינת יקוב הדין את ההר. די בית דין האט געהערט, געקלערט, אוועקגעגעבן אסאך צייט עיון און מחשבה און געקומען צו החלטה.
אלע טענות איבער שוחד זענען נארישקייטן, שקרים און צייגט בלויז אויף דעמאראליזאציע.
די נאמען, לאגא, יוניפארם
"עס איז אזוי קינדעריש, מען שרייבט גאנצע סעיפים איבער די נאמען, לאגא און מען דערמאנט אפילו די יוניפארם פון די מיידלעך"
יא, אבער די דאזיגע קינדערישקייט האט צד הרמ"ד געקעמפט צו האלטן, אין זייערע שווערסטע יארן ווען מלמדים האבן געהונגערט האבן זיי געצאלט טוענים און לויערס דאס צו קעמפן. זיי האבן געעפנט מוסדות און קעמפס און אלעס, אלעס, נאכגעמאכט. געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער צונאמען, די זעלבער עמבלעם.
בית דין האט דאך גע'פסקנט אז זיי זענען נישט באבוב און דעריבער אלס טייל דערפון זאלן זיי אויפהערן די קינדער שפיל פון נאכמאכן יעדע זאך באבוב. טאקע קינדעריש, אבער א שאד אז צד הרמ"ד האט געקעמפט פאר אט די קינדערישקייט וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט אויף אזא פארנעם.
בית דין האט מחליט געווען אז יוניפארם גייט אריין בגדר פון א טרעידמארק, אזוי ווי א לאגא, און אזוי ווי א שיפינג פירמע קען נישט אנטון די ארבעטער ברוינע קליידער וואס זעהט אויס אזוי ווי יו-פי-עס, און דעריבער געפאדערט אז זיי זאלן טוישן אלעס וואס מאכט זיי אויסקוקן ווי באבוב.
אין אנדערע ווערטער האט אים בית דין מודיע געווען: הער אויף זיין פארנומען מיט יענעם, די ביסטו נישט באבוב! שטעל דיר אויף די אייגענע פיס!

אבער דאך, אזוי בא'עוולה'ן א קהלה בישראל... כאטש עפעס א פשרה
לאמיר אריינטראכטן: הרמ"ד האט באמת געוואלט ארויסשטויסן זיין פעטער, ווי ער האט אליין געזאגט אין זיין קעמפערישע דרשה נאך זיין פארלוסט אין בית דין בזה הלשון "מיר וואלטן אפאר מאל געקענט צוריק אריינקומען אין בית מדרש", דאס איז אייביג געווען זיין חלום, היל"ת!
אפילו אין צייטן ווען ביי אים אין חסידות זענען געווען רעוואולוציעס פון מלמדים און ארבעטער וואס האבן נישט באקומען קיין געלט פון אים און האבן געהונגערט און געשריגן געפערליך קעגן זייער רבי'ן וואס צאלט נישט, האט ער אבער נישט געטראכט פון מאכן א שנעלע פשרה אינדרויסן פון בית דין, נעמען א גרויסע סכום געלט און טוישן די נאמען, ניין, ער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער גייט געווינען. נו שטעלט אייך פאר, ווען די בית דין וואלט איינגעזעהן אנדערש, וואס וואלט דעמאלט געווען?
און באבוב שטייט יעצט גאר שיין אין אלע הינזיכטן ווען רמ"ד מוטשעט זיך געפערליך און דער עולם האט סימפאטיע און קוקט עס נישט אן ראציאנאל נאר עמאציאנאל, אבער שטעלט אייך פאר ווען באבוב וואלט נישט זוכה געווען אז נגידי ונדיבי הקהלה העלפן ארויס בסכומים אדירים, און שטעלט אייך פאר לעומת זה אז דער נדיב פון לאנדאן ע"ה וואלט נישט אומגעקומען, נאר וואלט נאך געווען בתוקפו און הרמ"ד וואלט יעצט געווען א רייכער רבי מיט הערליכע בנינים, און די בית דין וואלט גע'פסק'נט אז ער איז דער יורש, וואלט איר דעמאלטס געוויינט אויף די זייט פארוואס מען האט נישט קיין רחמנות אויף הרב"צ... שוין ב"ה אז עס איז די וועג!
א גרויסער עושר אין לאנדאן, ממשפחת בית באבוב, וואס שטיצט האדמו"ר מהרמ"ד בעט זיך ביי אים צו נעמען א פשרה, אפילו לעצטענס ממש האט יענער זיך געבעטן ביי אים: נעם מער געלט און זיי מוותר. אבער דער אני שלום איז שטארקער זיי ווילן מלחמה און דעריבער, וואס איז יעצט די גרויסע רחמנות?
רחמנות קומט נישט דא אריין, עס איז א שווערע געים פאר ערוואקסענע מענטשן, און ווער עס קען נישט פארנעמען די היץ זאל נישט עוסק זיין אין קיין לעגאלע געפעכטן.
וואס וויינסטו יעצט?
האסט געדארפט פריער וויינען!
ער איז א ארימער רבי וואס האט נישט צו צאלן זיינע ארבעטער?
נו, איז די קושיא, האט ער דאך געמעגט, כדי צו צאלן זיינע מלמדים, שוין לאנג צוריק פרובירן צו מוותר זיין אויפן נאמען און באקומען סכומים אדירים להחזקת מוסדותיו, אבער ניין, ער איז געווען גרייט אויף זעלבסטמארד, נו וויין נישט יעצט! נאדיר, בדבר אשר זדו עליהם!
אני שלום – אדער המה למלחמה?
אלזא, יעצט איז צייט אז דער אני שלום זאל זאגן "רבותי, איך בין אן ערוואקסענער מענטש, לאמיר מפסיד זיין בכבוד. אזוי האט גע'פסק'נט די בית דין וואס ביידע צדדים האבן אויפגענומען, ואין אחרי דברי בית דין כלום! מיר גייען טוישן די נאמען צו א שיינע חסידישע נאמען, זאל זיין צאנז-באבוב, אדער ראפשיץ-באבוב אדער סיי וואס, מיר גייען באקומען שיינע סכומים געלט וואס וועט אונז אסאך העלפן, און מיר גייען זיך שטארק בויען בע"ה, אן קוקן אויף יענע זייט. אל תביט אחריך, קוקט נישט צוריק, קוקט נאר אויפן עתיד"
אבער ניין, ער קומט מיט א ספין אז ער זוכט שלום. וויאזוי זוכט מען שלום נאכן פארלירן א פסק?
אה, ער ווארט אויף גדולי ישראל!
וואס מיינט דאס?
גדולי ישראל, אויטאריטעטן אין חושן משפט זענען געזיצן אויף דעם, ואלקים ניצב בעדת א-ל, איז דא אן אנדערע ערנסטע אויטאריטעט וואס גייט דאס אוועקמאכן?
זוכן זיי עפעס א בנש"ק'ל זאל זיי זאגן אז זיי מוזן נישט פאלגן דעם פסק דין תורה אויף וואס זיי האבן גע'חתמט שטרי בירורין? גייט דאס עפעס העלפן כלפי שמיא? גייט דאס העלפן כלפי הבריות?
וועקט אייך אויף!
איר האט פארלוירן!
זייט נישט קיין זויער פארלירער!
מאכט נישט "אני שלום" פאר א ווערטל, מאכט עס אמת!
די צד וואס האט מנצח געווען אין דין תורה גייט נישט מוותר זיין אויף וואס זיי האבן באקומען בדין.
אין קאורט האט איר אויך נישט קיין שום שאנסן צו געווינען!
יעצט איז צייט צו אראפלייגן די געווער!
די וועלט ווארט: אני שלום – אדער המה למלחמה?!
איך פארשטיי נישט אפילו לשיטתך, ער האט אראפגעלייגט די געווער! (איך זיך נאך די געווער אבער לאמיר דאס איבערלאזן יעצט) ער האט אנגענומען, לשיטתו לפנים משורת הדין, דעם פסק און פערטיג. פארוואס למען השם האלט מען נאך אן די מלחמה???
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך טאמבל סאס »

מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:23 am מ'פארציילט אויף איינעם פון די גרעסטע עסקנים אין דער געווארדיע אליין.... וואס ער איז געווען פון די ראשי הבונים פון די קאמפעני, (מ'האט שוין דערמאנט דא זיין נאמען עטליכע מאל, און די לעצטע בלעטער) ער פארשטייט זיך האט געוואלט גיין און ער איז טאקע געווען פון די נחשונים, (נישט דער ערשטע ממש, אבער באלד אנפאנג) אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט גיין, זי האט נישט געוואלט הערן דערפון, איין וואך שבת ביינאכט נאך דער סעודה, ער טוהט זיך אויס די שטריימל בעקישטע
ווער איז דאס געווען, אונגאר?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:23 am געשלאפן גאנץ אסאך די לעצטע צוויי טעג, איך קען נישט יעצט שלאפן פון אזויפיל שלאפן בייטאג, וועל איך פראבירן צו שרייבן אביסל, איך האף זיך צו שפירן נאך בעסער אין די קומענדיגע טעג:
געווען אפילו איינער פון זיי וואס איז געווען פון די גבאים אין סקווערער ביהמ"ד אין וויליאסבורג, אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון גיין, און וואס מיינט איהר איז געשעהן? אלע זיינע קינדער און איידעמער זענען אין בעלזא
ר' @מיסטעריע, ווער איז דאס געווען?

נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:10 pm
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:53 am אז מ'רעדט שוין פון באבוב, מיין קליינע שכל לאזט מיך נישט פארשטיין פארוואס רב"צ האלט ווייטער אן די מחלוקה קעגן רמ"ד (יעדער ווייסט אז ס'איז נאר תלוי בידו שלום צו מאכן), ביידע האבן ריזיגע חצרות, הערליכע מוסדות, גרויסע פארענטשעס, בתי מדרשים איבעראל, מוסדות אן א שיעור, טא פארוואס אנהאלטן א מחלוקה? פארוואס נישט לעבן בשלום ובשלוה ווי די רבי'ס פון מאנסי וויזניץ? גיי פארשטיי די רבי'שע תאוות...
איך גיי אים נישט בארעכטיגן, אבער רוב אידן אין זיין פלאץ וואלטן געטוהן די זעלבע
סא איך מיין אז ס'איז נישט קיין קשיא
רוב אידן?!

א פרישע מעשה, כ'לאז נישט בארעדן כלל ישראל אזוי מיאוס...

מיילע אין סאטמאר אז מ'קריגט זיך, נו, האט דאך יעדער טענות ותביעות אז דער אנדערער האט אים צוגענומען (קען מען דען צונעמען? אלעס קומט דאך פון הימל! אבער נניח)

אבער לגבי רב"צ, פארוואס עפעס זיך אזוי אויפפירן? רמ"ד האט עפעס צוגענומען? פארוואס אנהאלטן א מחלוקה?

ניין, ס'האט גארנישט מיט רוב אידן.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

טאמבל סאס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 5:09 am
מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:23 am מ'פארציילט אויף איינעם פון די גרעסטע עסקנים אין דער געווארדיע אליין.... וואס ער איז געווען פון די ראשי הבונים פון די קאמפעני, (מ'האט שוין דערמאנט דא זיין נאמען עטליכע מאל, און די לעצטע בלעטער) ער פארשטייט זיך האט געוואלט גיין און ער איז טאקע געווען פון די נחשונים, (נישט דער ערשטע ממש, אבער באלד אנפאנג) אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט גיין, זי האט נישט געוואלט הערן דערפון, איין וואך שבת ביינאכט נאך דער סעודה, ער טוהט זיך אויס די שטריימל בעקישטע
ווער איז דאס געווען, אונגאר?

בערגער
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

טאמבל סאס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 5:43 am
מיסטעריע האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 1:23 am געשלאפן גאנץ אסאך די לעצטע צוויי טעג, איך קען נישט יעצט שלאפן פון אזויפיל שלאפן בייטאג, וועל איך פראבירן צו שרייבן אביסל, איך האף זיך צו שפירן נאך בעסער אין די קומענדיגע טעג:
געווען אפילו איינער פון זיי וואס איז געווען פון די גבאים אין סקווערער ביהמ"ד אין וויליאסבורג, אבער זיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון גיין, און וואס מיינט איהר איז געשעהן? אלע זיינע קינדער און איידעמער זענען אין בעלזא
ר' @מיסטעריע, ווער איז דאס געווען?
ר' שמואל אונגאר
פארשפארט