בלאט 36 פון 46

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2018 2:18 pm
דורך שמעון וואלף
ביי די רבי'ס איז עס גארנישט, מ'צינט אן די פאוסעט און ס'קומט וואסער. די חסידים מאכן די גאנצע טראסק
משוגע מטורא

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 3:17 pm
דורך טאמבל סאס
אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 11:35 pm
דורך שמעון וואלף
טאמבל סאס האט געשריבן:אז דאס וואס סעקראצט מיך אמאל אויף די ארעם אדער טארסו און כ'פיל עס אין קאפ, אויפ'ן אויער אדער איבערן אויג וכדומה, ווערט אנגערופן א referred itch.

פארוואס האט מיר יעצט אנגעהויבן צו קראצן?

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 12:16 pm
דורך berlbalaguleh
אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:33 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:אז דזשי ענד דזשי האט אנגעהויבן פארקויפן רעבישע פעלצן אן א ליינינג. פאר'ן זומער. ווען די רעבעס דארפן ערשיינען ביי א חופה. אדער א מחאה. ביז היינט האט מען דאך נישט געקענט קומען אין סאמע מיטן זומער אין תמוז, אב אדער אלול מיט'ן פעלץ. אבער פון היינט אן איז דער פראבלעים שוין ב"ה געלייזט געווארן...!


הדא היא דכתיב, נמשל כבהמות נדמו, זיי זענען פונקט ווי בהמות מיט זייער פעלץ, דורך זייער איינגערעדטע דמיון

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 1:48 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: נעם עס נישט אזוי ערנסט. ס'אי אויךכעט נאר א חלק פון מיינע פרי דמיון. ס'איז אפשר אויף מיין וויש ליסט (תרתי משמע)...! דו קענסט נאך שלאפן רואיג. זיי פארקויפן נאכנישט אט די פעלצן. אפשר. אולי נזכה. אפשר העמיר האבן די זכייה. אבער דערווייל איז עס נאר א חלום פון בערל בעל עגלה...!

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 2:24 pm
דורך בן ישי
נו ר' בערל, אפשר וואלט געווען א גיטע געדאנק איר זאלט עפענען א נייע אשכול מיט אלע אייערע זיסע חלומות?
די עולם וועט קאמענטירן אין גרויסען...מ'וועט עס נישט קענען איגנערירן...
גרייט צו די פרעצעלס אין קאלטע סעלצער אין הייבט אן!

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 9:28 pm
דורך berlbalaguleh
איין זאך, רבותי. איך דארף קוקן אויף טוויטער אויב האסידיק1 האט נאכנישט ארויפגעלייגט דאס ווערטל מיט די זומער'דיגע רעבישע פעלצן. ווייל ער האט ליעב צו גנב'נען מיינע ווערטלעך און ארויפלייגן עס צווישן זיינע ליקוטים...!

נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 1:42 am
דורך שמעון וואלף
דריידל האט געשריבן:אין די גמרא, ווייסט יעדער אז "הוא" שרייבט מען אויף א זכר און "היא" אויף א נקבה. בין איך לעצטענס אויפמערקזאם געווארן אז אין די תורה שטייט "הוא" סיי אויף א זכר און סיי אויף א נקבה, די חילוק איז נאר אז בלשון זכר איז די ו"ו א מילופים און בלשון נקבה איז דא א חירוק אינטער די ה"א.
ס'זענען דא עטליכע אויסנאמען ווי ס'שטייט יא "היא". א סירטש האט געטראפן אכט מאל די ווארט "היא" און צען מאל "והיא".


שטימט טאקע זייער גוט די וואך אין די פרשה:
וּרְאִיתֶם אֶת הָאָרֶץ מַה הִוא וְאֶת הָעָם הַיֹּשֵׁב עָלֶיהָ הֶחָזָק הוּא הֲרָפֶה הַמְעַט הוּא אִם רב. וּמָה הארץ אֲשֶׁר הוּא יֹשֵׁב בָּהּ הֲטוֹבָה הִוא אִם רָעָה וּמָה הֶעָרִים אֲשֶׁר הוּא יוֹשֵׁב בָּהֵנָּה הַבְּמַחֲנִים אִם בְּמִבְצָרִים. וּמָה הָאָרֶץ הַשְּׁמֵנָה הִוא אִם רָזָה הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן וְהִתְחַזַּקְתֶּם וּלְקַחְתֶּם מִפְּרִי הָאָרֶץ וְהַיָּמִים יְמֵי בִּכּוּרֵי עֲנָבִים.

ווען מ'רעדט פון די לאנד איז עס אייביג מיט א חיריק - לשון נקבה, און ווען ס'רעדט זיך פון די פאלק האט עס א מליפום - לשון זכר. ביי די אונגארישע/פוילישע הברה זאגט מען עס די זעלבע ממילא כאפט מען נישט אבער מיט די ליטווישע הברה מאכט עס א נפק"מ

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 2:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב קיינמאל נישט געקענט פארשטיין וויאזוי קען זיין אז ס'דא רייכע דעמאקראטן, כ'מיין איך דארף נישט מסביר זיין די תמיה.

אט האב איך געפינען דעם ענטפער, הערט און שטוינט.

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: אינטרעסאנט אז אין די דרום און סענטראל אמעריקאנער מדינות זענען די פיהרערס פון די קאמוניסטישע פארטיי רייכע אידן. אזוי אויך די עלעטערן פון דעם וועלט בארימטן טעראריסט..."קארלאס"...וועלכער האט געשאקלט וועלטן מיט זיינע טעראריסטישע שטיק אין די '70 ער און 80'גער יארן. ער איז געווען א ספוילד ברעט. און ער האט געלעבט א גוטן טאג. און ר'האטציך געלערנט אין די בעסטע טעראריסטישע סקולס בימים ההם. אין רוסלאנד. און אין צפון איירלאנד. און די פאליציי און רעגירונגס אויטאריטעטן פון א סאך מדינות האבן איהם נישט געקענט כאפן. כאטש ער האט אנגעשטעלט ספעקטאקולארע מעשי רציחות און טעראר. און ר'איז אייביג פארשוואונדן געווארן...!

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 11:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז אזעלכע זאכן עקזיסטירן בכלל, און אז ס'נאך לעגאל היינטיגע צייטן.

א געוואגטע עקספערימענט.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 2:58 pm
דורך אונטער חכם
אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 10:44 pm
דורך סקרן
אונטער חכם האט געשריבן:אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

איך האב א חבר וואס האט עס געטוהן איך קען נישט גלייבן אז ער האט נישט קיין מערידזש לייסענס

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 11:49 am
דורך איש חזון
אונטער חכם האט געשריבן:אז חתונה האבן מיט א ניס איז אומלעגאל אין כמעט גאנץ אמעריקע, און אין ניו יארק קען מען באקומען צווישן 10 און 25 יאר תפיסה דערויף.
https://en.wikipedia.org/wiki/Laws_regarding_incest_in_the_United_States?wprov=sfla1

אינקלודינג שיכון וויזשניץ?

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 11:59 am
דורך יין שרף
נייו, וואס עפעס? נאר אין יונייטעד סטעיטס..

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:43 pm
דורך ונבנתה העיר
אז די אפעראציע ממטיר צו זיין באמבעס מן השמים אויף האמבורג, ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האט געהייסען 'אפעראציע עמורה'.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 6:11 pm
דורך סקרן
די חילוק צווישן א מיליאנער און א ביליאנער
האב איך נעכטען געהערט

ווען איינער האט א מיליאן דאלאר און ער געבט פאר זיין ווייב יעדן טאג טויזענט דאלאר
ווערט עס אויסגענוצט אין דריי יאהר

ווען איינער האט א ביליאן דאלאר און ער געבט זיין ווייב טויזענט דאלאר א טאג
ווערט עס אויסגענוצט אין דריי טויזענט יאהר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:26 pm
דורך ונבנתה העיר
ס'איז א באקאנט ווערטל, אז מ'פרעגט א גוי וואס זאגסטו אויף די אידן, זאגט ער זיי זענען ביליגע, שמוציגע שוויינען. וואס זאגסטו איבער דיין שכן יאנקל? אה, ער איז גראדע אן ארענטליכער און וואוילער.

ביי א איד איז פונקט פארקערט. וואס האלטסטו פון די גוים? רעספעקטפולע, נארמאלע, געלערנטע מענטשען. וואס איז מיט דיין שכן סטיוו? נע, דער איז דאך אזא אנטיסעמיט און פארברעכער.

זע איך אז הימלער האט דערמאנט דעם יסוד ביי זיינע פוזנא דרשות:

the upstanding 80 million Germans, and each one has his decent Jew. They say the others are all swines, but this particular one is a splendid Jew.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: איך האב 2 הערות איבער דעם שטיקל וואס דו ברענגסט פון וויקיפעדיע. ערשטנס די איבערזעצונג פון וויקיפעדיע איז שלא על פי דיקדוק. ווייל דאס ווארט ..."שוויינע"...ווערט איבער געזעצט אין ענגליש אלס..."סוויין"... אפילו ס'איז א לשון רבים...נישט "סוויינס"...!

די צווייטע הערה: דער גרויסער רוצח און אנטיסעמיט סטאלין, ימח שמו האט געזאגט אן ענליכן סטעיטמענט וואס הימלער, ימ"ש האט געזאגט..."איין טויט איז א טראגעדיע. א מיליאן איז א סטאטיסטיק"...!

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 3:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ערשטע פארשער אויסצוגעפונען אז רייכערען קען פאראורזאכען קענסער, זענען געווען די נאציס. שוין אין 1943 זענען צוויי פארשערס Schairer and Schoniger ארויס מיט א פאפיער אויפצוווייזען די לינק צווישען די צוויי. אפילו אין 1950 ווען דער באקאנטע Doll and Bradford פאפיער איז ארויס, האט מען עס איגנארירט און עפ"י רוב ווערט עס נישט דערמאנט אין דער ליטעראטור, אבער אזוי איז געשען

אפשר צוליעב דעם גלויבען עס נישט אסאך פון אונזערע.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 3:45 pm
דורך קורקלענד
שווער צו זאגן אז ס'דא צופיל ציווישן אונז וואס לייקענען די שעדליכקייט פון רויכערן. נאר וואס דען, די עולם איז סתם איגנאראנט צו די וואוסנדע פאקטן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:13 am
דורך כוכב
אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.