בלאט 36 פון 213

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:23 pm
דורך ידען
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל זאגט איך זאל פרובירן avg
ס'איז עפעס א ישועה?

טריי עס.

נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 7:42 pm
דורך נולד מאוחר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג, ס'האט פאסירט פון אן אומגעוואונשענע ליק דא אויף קאווע שטיבל.
ס'איז אזא פאלשע בראוזער וואס עפענט זיך אנשטאט גוגל קראום.

א אנדערע בראזער איז לאו דוקא א וויירוס.
סקען זיין דארפסט ציריק טוישן דיין דיפאלט בראזער און אנאינסטאלן די קראנקע.
פעסט דא די נאמען פין דיין פאלטשע בראזער.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 12:57 am
דורך petergrifin
װי אזוי זאל איך מאכן הבדלה מרס. גריפין תחי׳ לאזט מיך נישט מאכן הבדלה אויף די טיש אזוי אז ס׳זאל אראפרינען מיט א שפע
אויף דער פלאר װי מײן טאטע זאל זײן געזונט טוט.
זאל איך מאכן הבדלה אין דער זילבערנע טאץ? פלעסטיק טעלער? זילבער פאפיר?
די עיקר אז מײנע קינדער זאלן נישט חלילה דארפען משנה זײן פון אונזער אויסגעטרויטענע מסורה

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:44 am
דורך ידען
פרייטיג האבעך נישט געשניטען מיין נעגעל ווייל סע געווען ר"ח און מע טאר נישט אבער דאנערשטיג האט מען אויך נישט געמעגט ווייל אויב מע שנייד דאנערשטיג קען עס וואקסען שבת ווייל דריי טעג נאך מע שנייד עס הייבט עס וואקסען און מע טאר נישט מאכען וואקסען.

ווי קען מען וויסן מער וועגען ווען נעגעל הייבט אן וואקסען?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:43 am
דורך ברסלבער
petergrifin האט געשריבן:װי אזוי זאל איך מאכן הבדלה מרס. גריפין תחי׳ לאזט מיך נישט מאכן הבדלה אויף די טיש אזוי אז ס׳זאל אראפרינען מיט א שפע
אויף דער פלאר װי מײן טאטע זאל זײן געזונט טוט.
זאל איך מאכן הבדלה אין דער זילבערנע טאץ? פלעסטיק טעלער? זילבער פאפיר?
די עיקר אז מײנע קינדער זאלן נישט חלילה דארפען משנה זײן פון אונזער אויסגעטרויטענע מסורה

מיין טאטע זאל זיין געזונט גיסט אויך אראפ אויף דער ערד, אבער איך האב משנה געווען און איך גיס איבער בלויז אין א פלעסטיק טעלער.
אבער באמת ווען מען קוקט נאך די מקורות איז דאס בכלל נישט קיין שינוי נאר פונקט פארקערט.

דער רמ"א שרייבט (או"ח רצו, א) ונוהגין לשפוך מכוס של יין על הארץ, קודם שסיים בורא פרי הגפן, כדי שלא יהיה הכוס פגום. וטעם השפיכה, דאמרינן: כל בית שלא נשפך בו יין כמים אין בו סימן ברכה, ועושין כן לסימן טוב בתחלת השבוע.
און דער טורי זהב זאגט אויף דעם, ותו נראה דאין מנהג זה יפה לברך ברכה ולשפוך על הארץ דאין לך בזיון ברכה גדול מזה דמאחר שבירך על מיני שתיה אסור לשפוך הימנו, אלא נראה לנהוג, שבשעה שממלאין הכוס של ברכה להבדלה ימלאנו על כל גדותיו וישפוך עוד בענין שישפוך על הארץ מחמת שהכלי מלא מאוד.
ובעיקר הפירוש של אומרים כל בית שאין נשפך בו יין וכו'.. נתכונו לומר שלא יתרגז אדם בביתו, אפילו אם יארע לו היזק - דהיינו שכבר נשפך יין בשוגג אל ידי שום אחד מבני הבית, ודרכן של בני אדם להתרגז בשביל זה. על כן אמר, כל בית שאין היין שנשפך בשוגג נחשב לו כאילו היה מים, אלא אדרבא מתרגז, אין בו סימן ברכה, דאמרינן בפרק קמא דסוטה: בכל בית שיש בו רוגז הוא סימן לעניות, חס ושלום.

קומט אויס אז דער עיקר נקודה איז צו מאכן א סימן אז אפילו ווען עס גיסט זיך אויס עפעס זאל מען זיך נישט רעגן, עס זאל שטענדיג זיין א רוהיגע פרייליכע אטמאספער אין שטוב, ולפי"ז ווען איך זאל גיסן די הבדלה וויין אויף דער ערד וועט ווערן אנגעצויגן אין שטוב וא"כ מה הועילו חכמים בתקנתן? און דערפאר פיר איך זיך נישט צו גיסן אויף דער ערד טאקע פארן זעלבן סימן טוב אז מען זאל זיך נישט רעגן.

אגב, איינער האט מיר אמאל געפרעגט פארוואס איך זייף זיך יעדן טאג, דער רבי ז"ל (סאטמאר) האט זיך דאך נישט געזייפט נאר ערב פסח און ערב יוה"כ? היתכון אז איך בין משנה?
האב איך געענטפערט די זעלבע בחינה, דער רבי האט זיך טאקע נישט געזייפט, אבער ער האט אויך נישט געשטינקן, ממילא איך בין מקיים דעם שלא שינו מיט דעם וואס איך זייף מיך און איך שטינק נישט, ער האט עס געקענט באווייזן אן זייפן און איך נישט, און איך פארשטיי טאקע נישט די סאטמארע וואס זייפן זיך נישט און עס גייט יא ארויס א גרויך פון זיי, און מיט דעם זענען זיי משנה פונעם רביז"ל וואס האט נישט געשטונקען.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
הרב "עובדיה יוסף". איז יוסף זיין לעצטע נאמען?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 6:24 pm
דורך קאווע טרינקער
יא.

"כ"ק אדמו"ר .... " איז דאס זיין ערשטע נאמען? מסתמא נישט, ווייל זיין טאטע האט שוין אזוי געהייסן...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 6:31 pm
דורך ודי למבין
ניין, עובדיה יוסף זענען זיין צווי ערשטע נעמען, (ע"ש ר' עובדיה סומך און יוסף ע"ש דער בן איש חי), שפעטער האט ער זיך געמאכט זיין צווייטע נאמען אויף א משפחה נאמען, זיין ברידערס משפחה נאמען איז "עובדיה". גיי פארשטיי...

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 6:35 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס רופען זיך אלע זיינע קינדער נאר מיט זיין צווייטע נאמען?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:38 pm
דורך ודי למבין
ווייל נאר דאס איז זייער טאטעס משפחה נאמען. אזוי ווי דיין טאטע היסט למשל ר' תנחום טרינקער, ריפט מען דעם זון קאווע טרינקער און נישט קאווע תנחום טרינקער, ודו"ק

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:59 pm
דורך מאטי
אין ווער זאגט אז טרינקער איז ס׳לעצטער נאמען אפשר הייסט ער קאווע טרינקער יאכענפלאסטער?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
ודי למבין האט געשריבן:ניין, עובדיה יוסף זענען זיין צווי ערשטע נעמען, (ע"ש ר' עובדיה סומך און יוסף ע"ש דער בן איש חי), שפעטער האט ער זיך געמאכט זיין צווייטע נאמען אויף א משפחה נאמען, זיין ברידערס משפחה נאמען איז "עובדיה". גיי פארשטיי...

בסמוכין לזה האב איך ערגעץ אמאל געליינט (נאר כ'האב געמיינט ס'איז פאנטאזיע) אז אינגערהייט איז זיין ערשטער נאמען געווען יוסף און זיין משפחה נאמען עובדיה. שפעטער האט ער עס איבערגעדרייט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:22 pm
דורך קאווע טרינקער
ודי למבין האט געשריבן:ווייל נאר דאס איז זייער טאטעס משפחה נאמען. אזוי ווי דיין טאטע היסט למשל ר' תנחום טרינקער, ריפט מען דעם זון קאווע טרינקער און נישט קאווע תנחום טרינקער, ודו"ק

אז דו בארעדסט מיך שוין...
זאג.
וד"ל איז אזויווי ס"ט פון חכם עובדיה?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
avg האט נישט געהאלפן ברידערלעך.
און די מייקראסאפט דאונלאוד פון שמעקעדיג זאגט מיין קאמפיוטער אז ער האט עס שוין.
האט איינער אן ענטגליטיגן לעזונג פאר א וויירוס.
ווייסט איינער וואס רימאוטטעק פון קול מבשר לאזט זיך באצאלן?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:37 pm
דורך אביגדור
אין כמותו.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:52 pm
דורך געפילטע פיש
מאראנצןזאפט האט געשריבן:avg האט נישט געהאלפן ברידערלעך.
און די מייקראסאפט דאונלאוד פון שמעקעדיג זאגט מיין קאמפיוטער אז ער האט עס שוין.
האט איינער אן ענטגליטיגן לעזונג פאר א וויירוס.
ווייסט איינער וואס רימאוטטעק פון קול מבשר לאזט זיך באצאלן?

איך האב געהאט גוטע עקספיריענס מיט מאלווערבייטס, אבער אסאך מאל זענען די וויירוסעס קלוגער, און דיר נישט לאזן אינסטולירן די פראגראם, אדער יא לאזן אבער פארדרייען אז זאלסט עס נישט קענען אפדעיטן, וממילא איז אסאך מאל גוט עס איבער צו לאזן פאר א פראפעשענאל עס צו טוהן.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:27 pm
דורך ונבנתה העיר
דערווייל גיי צו סעטינגס אין קראום און מאך זיכער אז ער איז אנגעשטעלט אלס די דיפאלט בראוזער.

אויך איז גאר כדאי צו אינסטאלען עד-בלאק פאר קראום.

צו ברסלבער

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:25 am
דורך petergrifin
א גרויסע שכוח האסט עס הערליך אראפ געלײגט און געשריבען פיל מיט תוכן
איך װײס נישט פארװאס אבער איעדע װאך מוצ׳ש האט מיך עס געבאדערט עניװעיס האסט מיך גוט מסביר געװען :like

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:41 am
דורך אביגדור
כך שמעתי.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:47 am
דורך petergrifin
מאראנצןזאפט האט געשריבן:avg האט נישט געהאלפן ברידערלעך.
און די מייקראסאפט דאונלאוד פון שמעקעדיג זאגט מיין קאמפיוטער אז ער האט עס שוין.
האט איינער אן ענטגליטיגן לעזונג פאר א וויירוס.
ווייסט איינער וואס רימאוטטעק פון קול מבשר לאזט זיך באצאלן?


אויב ס׳איז טאקע א װײרוס/מאלעװער דעמאלסט ריבאאט אין ״סעיפ מאוד מיט נעטװארקינג״ אין עפען מאלעװערבײטס
אפדעיט און ערשט דעמאלסט מאך קודם א פעסט סקען און נאכדעם א פול סקען
נאך א פראגרעם׃ דאון לאוד ״סופעראנטיספײװער״ אפדעיט פעסט סקען און נאכדעם א פול סקען
נב׃ גײסט מסתם נישט קענען סקענען מיט בײדע פראגרעמס צוזאמען אויף אײנמאל
www.malwarebytes.org/
www.superantispyware.com/

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:12 pm
דורך איציק
ידען האט געשריבן:
איציק האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:ווען האט זיך געטוישט דער ענין פון א גדול בישראל. ווען איז עס געווארן א ירושה ענין, און פארוואס האבן די המון עם מסכים געווען צו אזא מהלך ווען מען זעט זייער קלאר אז אפט איז עס ממש א קארופציע.


ערשט יעצט געזעהן די פראגע. אפשר האט שוין איינער דא אין אשכול אייך אנגעצייגט די גמרא אין שבת טו. "והתניא הלל ושמעון גמליאל ושמעון נהגו נשיאותן (לפני) הבית מאה שנה"...

איך פארשטיי נישט


לייען (לערן) עס נאכאמאל.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 4:26 pm
דורך petergrifin
װער איז מער נערװעז דער װאס פײפט (אין בארא פארק) װי א טאטאלע משוגענע װײל ער רעדט זיך אײן אז אײנער פין דער
טריפעל פארקט קארס קערט אז ער פײפט?
אדער דער װאס רעגט זיך אז דער האנדע אודעסי פײפט? :evil:

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 8:03 pm
דורך מאטי
געווענדליך זענען די צוויי טיפן די זעלבע עלעמענטן נאר זיי שפילן דא פערצופאל אויף אנדערע סצענעס ודו״ק..