בלאט 36 פון 37

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:03 am
דורך ליפא
חתן געווארן

Re: זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:12 am
דורך סאשי פיש
מיט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:12 am
דורך לית דין בר נש
צו וועם?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:17 am
דורך שמעקעדיג
מזל טוב! זאל ער זוכה זיין צו א גוט לעבן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:22 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:מזל טוב! זאל ער זוכה זיין צו א גוט לעבן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:11 am
דורך [NAMELESS]
יעצט געפרעגט א באקאנטן, ער זיצט אין מתיבה איבער געבויגן אינעם שולחן ערוך.

#לופטיגע נייעס

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:02 pm
דורך לית דין בר נש
געוואגטע, אין סקווירא לערנט מען פארמיטאג שולחן ערוך?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 3:21 pm
דורך איש את רעהו
.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 12:43 pm
דורך ענדע צדיק
מזל טוב!!!
הב' שאול יחזקאל שפיטצער איז א חתן, מיט רייצנשטיין פון שיכון סקווירא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:34 pm
דורך גאנצל
מזל טוב מזל טוב

א גרויסע שמחה ב"ה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:03 pm
דורך חכם עתיק
מזל טוב, זאל ער שוין זעהן נאר שמחות.

מיר האט עפעס א חכם אין ביהמ"ד געזאגט אז די מחותן הייסט פייערשטיין..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:37 pm
דורך שלמה המלך
ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:40 pm
דורך לית דין בר נש
שלמה המלך האט געשריבן:ווי אלט איז זי? ערגעץ צווישן 17 און 23
ווי איז זי געזעצען? אין איר מאמעס דיינינ"ג רו"ם
וואס איז די צאמשטעל? ער איז א זכר און זי איז א נקיבה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:42 pm
דורך שלמה המלך
לית דין בר נש האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:ווי אלט איז זי? ערגעץ צווישן 17 און 23
ווי איז זי געזעצען? אין איר מאמעס דיינינ"ג רו"ם
וואס איז די צאמשטעל? ער איז א זכר און זי איז א נקיבה

לאל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:18 am
דורך Chasidishmashpia
מזל טוב הרבה נחת..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:45 am
דורך שבת אחים
שלמה המלך האט געשריבן:ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

[tag]שלמה המלך[/tag]
גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט.

ווי אלט ביסטו? וועלכע חסיד ביסטו? וועלכע ישיבה האסטו געלערנט? וועלכע מלמד האט געפּראקט די מערסטע? ווי ביסטו א איידעם? כמיין צו פרעגן 'איידעמער', שלמה המלך האט דאך געהאט טויזנט ווייבער, וועלכע פון די טויזנט האסטו ליב די בעסטע? וועלכע פון די טויזנט שוויגערס האסטו פיינט די מערסטע? וואס עסטו פאר פרישטיק? פון ווי קענסטו מאטי שטיינמעץ? וויפל יאר קוועטשטו שוין די באנק אין כולל? סה"כ וויפל קאצקע צוקער א וואך עסטו? פון ווי האסטו פרנסה? דיין משפחה העלפט דיר? האסט סעקשאן 8? וויפל צאלסטו רענט? וויפיל הילף באקומסטו א חודש? וויפל איז דיין טעקס ריטערן טשעק א יאר? ווער קעשט עס פאר דיר? ווי קויפסטו דיין לולב און אתרוג? דו וואשט זיך יעדע וואך ביי שלש סעודות? וואס עסטו ביי מלוה מלכה? ווי אלט איז דיין עלטסטע מחותנ'סטע שוויגערס שכן'ס מאן בזיווג ראשון? האסט ליב א קאלטע מקוה אדער א ווארימע? וויפל מאל א וואך נעמסטו א שויער?

המשך יבא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:30 am
דורך דוק ותשכח
ער האט שוין באקומען א פאסטן אלס משפיע און ישיבה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 3:37 pm
דורך סמבטיון
שבת אחים, גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט, ווי אלט ביזטו? די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם? ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? פון ווי קענסטו מושב זקנים? ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ? המשך יבא..
סארא חוצפא!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 4:43 pm
דורך לית דין בר נש
אה מיי
די עולם האט נישט גענומען די פילן היינט? כאפטס א טשיל!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 4:57 pm
דורך שבת אחים
סמבטיון האט געשריבן:שבת אחים, גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט, ווי אלט ביזטו? די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם? ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? פון ווי קענסטו מושב זקנים? ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ? המשך יבא..
סארא חוצפא!


ווי אלט ביזטו? -39.
די ביזט נאך א בחור אדער א יונגערמאן? - א יונגערמאן.
און אויב א גרוש דאן ביי וועם ביזטו געוועהן אן איידעם- ביי יענקל ברוך טירנויער׳ס שוועסטער פון העוועיז סטריט.
ווען ביזטו געפלויגן פון דיין ערשטע ישיבה? -קיינמאל נישט געפלויגן פון קיין איין ישיבה, אין פאקט די ישיבות בעטן מיר נאך היינט צוריק צוקומען.
ווער איז דיין נאנסטע חבר און פוטסטעפס? -איך גיי נישט צו פוטסטעפס.
פון ווי קענסטו מושב זקנים?- איך קען אים פון די זעלבע פלאץ ווי דו קענסט אים פון קאווע שטיבל.
ווען האסטו זיך געוואשן די לעצטע מאל ביי של"ס? -12 א האלב יאר צוריק.
האסט דיך שוין אמאל געוואשן צו מל"מ?-אוואדי אסאך מאל.
האסט נאך שאלות? פרעג מיין קינד!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:04 pm
דורך Chasidishmashpia
לייק כפול ומכופל!!!!!!!!!!!

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 2:03 am
דורך שלמה המלך
שבת אחים האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:ווי אלט איז זי? ווי איז זי געזעצען? וואס איז די צאמשטעל?

[tag]שלמה המלך[/tag]
גארנישט פערזענליך ח"ו, אבער איך זעה אז דו האסט זייער ליב צו פרעגן פערזענליכע קשיות און וויסן אלע דיטעילס פון א מעשה, אלזא גיי איך דיך אויך פרעגן אפאר קשיות פשוט פאר נייגעריגקייט.

ווי אלט ביסטו? וועלכע חסיד ביסטו? וועלכע ישיבה האסטו געלערנט? וועלכע מלמד האט געפּראקט די מערסטע? ווי ביסטו א איידעם? כמיין צו פרעגן 'איידעמער', שלמה המלך האט דאך געהאט טויזנט ווייבער, וועלכע פון די טויזנט האסטו ליב די בעסטע? וועלכע פון די טויזנט שוויגערס האסטו פיינט די מערסטע? וואס עסטו פאר פרישטיק? פון ווי קענסטו מאטי שטיינמעץ? וויפל יאר קוועטשטו שוין די באנק אין כולל? סה"כ וויפל קאצקע צוקער א וואך עסטו? פון ווי האסטו פרנסה? דיין משפחה העלפט דיר? האסט סעקשאן 8? וויפל צאלסטו רענט? וויפיל הילף באקומסטו א חודש? וויפל איז דיין טעקס ריטערן טשעק א יאר? ווער קעשט עס פאר דיר? ווי קויפסטו דיין לולב און אתרוג? דו וואשט זיך יעדע וואך ביי שלש סעודות? וואס עסטו ביי מלוה מלכה? ווי אלט איז דיין עלטסטע מחותנ'סטע שוויגערס שכן'ס מאן בזיווג ראשון? האסט ליב א קאלטע מקוה אדער א ווארימע? וויפל מאל א וואך נעמסטו א שויער?

המשך יבא.

איך וועל דיר ענטפערען: (אויך נישט פערזענדליך)
בשעת די ביסט פארנומען פרעגען קשיות אויף גאט פרעג איך נאטירליכע קשיות פון ק"ש! נישט קיין פערזענדליכע, דהיינו שאולי שפיצער איז ווייט נישט קיין פריוואטע פיגור ער איז וועל נוינד מיט זיין אקט, איז היצט אז ער איז א חתן געווארען בשטומ""צ, איז אין א"וו קען מען אזעלעכע קשיות נישט פרעגען אבער אין ק"ש איז נאטירליך צי פרעגען אויף א פאבליק מענשט דיטעילס נאך דעם וואס איינער האט געמאלדען דעם מז"ט.
דאס זעלביגע מיט מאטי שטיינמעץ איז א פובליק פיגור און דער ישראלישער עולם איז געוועהן אויף מיט די נייעס איבער זיין גירושין האב איך געפרעגט נאטירליך ביי די קאווע צי איינער האט געהערט דער וועגען... סארי באט איי דוינט סי ענטינג ראנג וויט איט..
@לית דין האט גע'ענפערט א גיט'ן וויץ אז די צאמשטעל איז א זכר מיט א נקבה וואס אלע האבען געלאכט ואני בתוכם! טאקע א גיטס, אבער די ביסט דאך פארנומען מיט קשיות אויף גאט ב"ה און אויף חז"ל וכדו' און ב"ה אויך אויף מיר....

נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2016 3:53 am
דורך שבת אחים
איך האב ניטאמאל איין איינציגע קשיא אויף גאט! אפס זערא זילטש נאדא נאָלאַ גארנישט! אבער אז דו ווילסט טאקע וויסן וועל איך דיר זאגן אין אישי.