בלאט 36 פון 214

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 3:53 pm
דורך אדנירם
ליפא האט געשריבן:האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.

ווען דו וועסט שוין זיין א העלד אונטערן ניק 'ליפא', וועסטו אונז מגלה זיין וואס דיין ערשטע אומגעלונגענע ניק נאמען איז געווען?!

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 4:50 pm
דורך פרעגער
א גוטן טאג
איך בין פון נאטור א פרעגער, איך פרעג אסאך ווייל איך האב ליב צו וויסן אלעס לעומק הענין. דאס שטאמט פון מיין נייגעריגע נאטור.
אויף דעם אופן האב איך מיר קונה געווען אסאך ידיעות, איך פאררוף מיר נישט א ידען ווייל וויפיל מען ווייסט, ווייסט מען נישט גענוג.
איך האב געהערט פון קאווע שטיבל אסאך און איך ליין גאר אסאך איך האב הנאה אז מאנכע וועלן כסדר פרעגן פראגעס וואס איך וואלט געוואלט פרעגן אבער עס איז געקומען די צייט איך זאל אליינס אנהייבן פרעגן.

נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 8:02 pm
דורך ליפא
אדנירם האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.

ווען דו וועסט שוין זיין א העלד אונטערן ניק 'ליפא', וועסטו אונז מגלה זיין וואס דיין ערשטע אומגעלונגענע ניק נאמען איז געווען?!

איך פלאן נישט צו זיין א העלד.

מיט אנטשולדיגונג :רח"ל

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 12:17 pm
דורך שאול אלכסנדר פריד
I'd like to join this awesome place. Looks like a great place. But now I need to write forty words about myself and that's a big requirement, so here goes 40. No, it's not forty yet. Another while and I'll reach my milestone.

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 12:32 pm
דורך ישמעאל הכהן
שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm
דורך געוואלדיג
נו, חשש גילוי :D

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm
דורך lazar
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

שאול אלכסנדר איז דאך נישט קיין לוי.

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 5:54 pm
דורך פריעד באטשי
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

נע, אויב עפעס איז [tag]חיים נחום הלוי פריעד[/tag] א קרוב מיט פריעד באטשי, נישט מיט [tag]שאול אלכסנדר פריד[/tag], קוק אויף די ספעלינג פון די לעצטע נאמען.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 7:53 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
פריעד באטשי האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:שלום עליכם. א קרוב מיט חיים נחום הלוי פריעד?

נע, אויב עפעס איז [tag]חיים נחום הלוי פריעד[/tag] א קרוב מיט פריעד באטשי, נישט מיט [tag]שאול אלכסנדר פריד[/tag], קוק אויף די ספעלינג פון די לעצטע נאמען.

די ספעלינג מיינט נאך גארנישט ווייל שאול אלכסנדר וואינט אין ארצינו הקדושה ווי באקאנט האבן זיי א מנהג אויסצולאזן אותיות .

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 10:19 pm
דורך דורכגעטראכטער
קאייעה שטיבל פאר מיר איז עס א פלאץ ווי א איד קומט זיך צי דער קוויקען דאס הארץ נאך א שווערער טאג.
שוין וואס ווילסטו וויסען פון מחר יעצט?
איך האב ליב צי זיין אין א שמעיס ווי מען רעדט תוכנדיגע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:00 pm
דורך lazar
קאייעה? פון מחר? שמעיס?

פאסט נישט פאר א 'דורכגעטראכטער' נישט דורכצוטראכטן די תגובה פארן שיקן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:34 pm
דורך איש תם
The information on jewish history here is fantastic. Some posts and comments are brilliant. I'm
s
willing to overlook some foolish responses just to have the pleasure of reading some
Beautiful pieces. The current series on amshinov is solid gold!
There are some very intelligent perspectives on some very difficult issues hat affect us today . I sometimes feel it necessary to add a comment if I think it will contribute . I thank you for the opportunity

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:53 pm
דורך אדנירם
שוין.
מיך האסטו שוין זיכער אפגעקויפט:
איש תם האט געשריבן: The current series on amshinov is solid gold!

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:09 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האבן שוין מזומן פון תמים ותמימים

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:38 am
דורך וזרח השמש
קאווע שטיבעל!!! איז מיין רואיג פלאץ ווי איך וויל פארברענגען

נאך אזוי לאנג באזיכען דא און ליינען אזויפיל אינטרעסאנטע זאכען האב איך געטראכעט אז אפשר צי שרייבען איז פאר מיר אויכעט דא די פלאץ
ני טריי איך אפשר טאקע

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:40 am
דורך המשגיח
א איד פון ארץ ישראל, א איד וואס רעט נאר דעם אמת לאמיתה, ולטובת הרבים, אוהב ישראל באמת ומשתדל בטובתן, תלמיד נאמן ומקושר אמיתי לצדיק יסוד עולם רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו,

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:41 am
דורך הייסע מקוה
לעצטענס איז מיר אסאך אויסגעקומען צו באזוכען דא אין שטיבל, און איך בין געווארן זייער באגייסטערד צו זען א פלאטץ פיל מיט היסטאריע, אנליזען בדרך השקפה, סתם פארברענגען וכו... און אסאך מאל האב איך געוואלט צולייגען מיין הסברה, האב איך מחליט געווען אז מגיימער זיך איינשרייבען, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:43 am
דורך ראוונע
א גוט יאר טייערע חבירים
די סיבה פאר וואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא אין קאווע שטיבל איז פשוט ווייל איך גלייך זייער שטארק קאווע
ערענסט גערעדט. איך זוך שוין לאנג א פלאץ ווי מקען זיך דורכרעדן מיט חבירים אין דורכטון געוויסע נושאים אין א געשמאקע אטמאספער

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 11:45 am
דורך אוי איז דאס א וועלט
I am very exposed to the problems of our community but rarely have a chance to get the perspective of the general public. I think that this forum will include diverse perspectives.

נשלח: זונטאג יוני 28, 2015 9:49 pm
דורך לבלר
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל צילוב דעם וואס איך קען זיך שיון נישט איינהאלטן איך מיז אריוס געבען מיינע געפילען..
וואס נאך זאת איך זאגען?
איך וואל האבן א חלק אין אזא שטיבל

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 5:25 pm
דורך חג שמח
איך לערען אין ישיבת עץ חיים ווילרייק בחברותא מיט א בחור וואס איז דא איינעשריבען און ער פארציילט מיר א יעדען טאג די נייעס און ער האט מיר זייער שטארק אנגערייצט אויך שלאפט אין מיין צימער א בחור וואס האלט דא מיט אסאך און ער פארציילט מיך שטענדיג ווי אינטעסנט סאיז אויף קאווע שטיבעל

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 5:27 pm
דורך ראש הישיבה
ברוכים הבאים

מיר האפן צו הערן אביסל וואס טוט זיך אין ווילרייק.

א דאנק אייך

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 7:40 pm
דורך עמעזאן
איך פארשטיי נישט ווי אזוי עטס קומסט אן אין שטיבל אן אינטערנעט...
ענקער ראש ישיבה האט פונקט יענע וואך זיך מתפאר געווען אז ביי עם אין ישיבה איז נישט פארהאן אפי' א פוין כ"ש אינטערנעט...