"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

וואס איז דער בלאט?
אין ליכט פון דער שטורעם וואס דער באריכט אין דער בלאט איבער׳ן סאטמארן חתונה האט אנגעמאכט אין די נישט אידישע מידיע, האט דער פארווערטס געדרוקט אן ארטיקל ״וואס איז דער בלאט״.

https://forward.com/yiddish/459240/der- ... r-wedding/
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער עדיטאריעל די פארגאנגענע וואך (פ' ויחי תשפ"ב) איז געווען גאר אינטרעסאנט. ס'האט זיך געהאנדלט איבער א באס מיט קינדער פון א חסיד'ישע ת"ת אין לאנדאן וועלכע זענען געפארן און זענען אטאקירט געווארן דורך א באנדע פון מוסולמענער רוצחים און אנטיסעמיטן. דער עדיטאריעל האט אבער נישט קיין הענט און פיס. איך בין געווען זיכער אז הרב ש.ב. מרגליות וועט, כדרכו בלעימען די ציונים (וועלכע עקזיסטירן נישט). ניין.ער קומט צו אן אנדערע מסקנא. ער זאגט אריין (שיינערהייט) פאר די בעלי דיעה אין לאנדאן, וועלכע האבן פאררופן א פראטעסט ביי די בי.בי.סי. סטאנציע ווייל זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און זיי האבן (ברוב רשעתם) באשולדיגט די אידישע קינדער, אז זיי האבן (ערשט) געשריגן נישט שיינע ווערטער אויף די מוסולמענער. זיין מסקנא איז אז מ'דארף נישט פראטעסטירן אויף אזעלכע ..."אומוויכטיגע זאכן"...! אטאקירן א באס מיט אידישע קינדער איז אומ'וויכטיג ביי איהם. און דער בילבול פון די רשעות'דיגע בבס. נייעס סטאנציע...וואס ווייזט באשיינפערליך זייער אנטי אידישער בייעס...!

איין זאך איז זיכער. וואס מ'קען ארויסדרינגען פון די נייעס. אז דאס צובלאזט אינגאנצן די הנחה פון ..."נטרונא"... אז אויב די ערליכע אידן וועללן לאזן הערן זייער מיינונג לעיני השרים והעמים אקעגן די ציונים וועט זיך דאס אנטיסעמיטיזם אויפהערן. וואס? די מוסולמעינער ווייסן נאכנישט אז די קינדער פון די סאטמאר'ע אדער בעלזער אדער וויזשניצער ת"ת זענען נישט קיין ציונים...?! נטרונא איז דאך דא. און זיי שרייען מיט אלע טרומפייטערס אז אונז ערליכע אידן האבן גארנישט מיט די (פארשאלטענע) ציונים. און דאך העלפט עס נישט... אלא מאי. אז די אנטיסעמיטן האבן פיינט אלע אידן אלס אידן. מעגן זיי זיין אפילו נטורי חרתא...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טיכטיגער האט געשריבן:וואס איז דער בלאט?
אין ליכט פון דער שטורעם וואס דער באריכט אין דער בלאט איבער׳ן סאטמארן חתונה האט אנגעמאכט אין די נישט אידישע מידיע, האט דער פארווערטס געדרוקט אן ארטיקל ״וואס איז דער בלאט״.

https://forward.com/yiddish/459240/der- ... r-wedding/


פאר וועים שרייבן זיי עס, זענען נאך דא יודיש ליינער וואס זיכן די אויסשפראך?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: אידישיסטן, זעהט אויס זענען נאך דא גענוג. נאר אפשר וויללן זיי אויך צו ציהען די היימישע חסיד'ישע עולם...!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך שערי יושר »

דער בלאט פלאנט אנפאנגען ארויסציקומען אין א מאגאזין פארמאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שערי יושר: דער בלאט האט געמאכט א "סוירוועי"... ביים בלאט א סוירוועי מיינט אז זיי האבן שוין מחליט געווען...
אויך, קיין איין שאלה איז נישט געווען אויב דער בלאט זאל פארבלייבן אין דעם זעלבן פארמאט ווי ביז איצט.

איין גוטע זאך האבן זיי שוין געטון, זיי פאקן עס (שוין) איין אין פלעסטיק. איך דארף נישט אז ווען איך צאל די טייערע פרייז פאר דעם בלעטל (וואס האט ממילא נישט קיין גרויס שוויות ביי מיר) זאללן עס האבן צען הענט אדורכגעטאפט...!

אזוי ווי מיט יארן צוריק ווען איך האב געקויפט א טייערע צייטונג אויף עברית (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) ביי שלום ראזנבערג האביך געטראפן זיינע נאז פינגערפרינטס אין דעם צייטונג...!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך שערי יושר »

א שאד צי קויפן די בלאט פאר זעקס א האלב דאללער, ווען די בולעטין איז אומזינסט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שערי יושר: דער בלאט איז דאך היינט צוטאגס נישט מער ווי אן ארוינישע פראפאגאנדע בלעטל. משא"כ ווען ער האט אנגעהויבן ארויסצוקומען איז עס געווען כאטש עפעס ווערט. ס'איז געווען אנגעפיהרט דורך שמעון ראלניצקי. און ער האט געברענגט ווערטפולע אידישע נייעס פון איבער די וועלט...!
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

Re: "דער בלאט"

שליחה דורך שערי יושר »

איך לייען נאר די צייטונג פון אלברט פריעדמאן וואס אפילו איך האב פיינט זיין ליבעראליזם און אנטי טראמפיזם איז עס די איינציגסטע אידישע צייטונג וואס איז אויף א דזשונאליסטישע ניווא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געטראפען אלטע דברי חכמה פון שמואל ווידער
פארשפארט