בעל דרשן האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:31 am
בית דין צדק
דרייט אייך ארום אין טורמעס צו הערן אלע שרעקליכע געשיכטעס איבער קארופטירטע שופטים, גייט אין בית מדרש הערן איבער קארופטירטע דיינים. הצד השוה שבהם אז אדם קרוב אצל עצמו און ווען מען האט גע'פסקנט עפעס וואס דיר געפעלט נישט קאפעט מען און מען שטויסט ביטערליך, די ערשיינונג ווערט גערופן אין ענגליש "סאור לוזער" א ביטערער פארלירער.
הכלל, די בית דין איז נישט גענומען געווארן צו זיין איידל און ווייך, צו גלעטן יעדן איינעם און זיין "קיוט", מען האט נישט געזוכט קיין פשרה, נאר ווי ערוואקסענע מענטשן גענומען שטארקע דיינים המרוצים לשני הצדדים און געפאדערט דעם אמת בבחינת יקוב הדין את ההר. די בית דין האט געהערט, געקלערט, אוועקגעגעבן אסאך צייט עיון און מחשבה און געקומען צו החלטה.
אלע טענות איבער שוחד זענען נארישקייטן, שקרים און צייגט בלויז אויף דעמאראליזאציע.
די נאמען, לאגא, יוניפארם
"עס איז אזוי קינדעריש, מען שרייבט גאנצע סעיפים איבער די נאמען, לאגא און מען דערמאנט אפילו די יוניפארם פון די מיידלעך"
יא, אבער די דאזיגע קינדערישקייט האט צד הרמ"ד געקעמפט צו האלטן, אין זייערע שווערסטע יארן ווען מלמדים האבן געהונגערט האבן זיי געצאלט טוענים און לויערס דאס צו קעמפן. זיי האבן געעפנט מוסדות און קעמפס און אלעס, אלעס, נאכגעמאכט. געפעינט די באסעס מיט די זעלבע קאלירן, יעדער מוסד האט גענוצט דער זעלבער צונאמען, די זעלבער עמבלעם.
בית דין האט דאך גע'פסקנט אז זיי זענען נישט באבוב און דעריבער אלס טייל דערפון זאלן זיי אויפהערן די קינדער שפיל פון נאכמאכן יעדע זאך באבוב. טאקע קינדעריש, אבער א שאד אז צד הרמ"ד האט געקעמפט פאר אט די קינדערישקייט וואס קיין שום חסידות האט נישט געהאט אויף אזא פארנעם.
בית דין האט מחליט געווען אז יוניפארם גייט אריין בגדר פון א טרעידמארק, אזוי ווי א לאגא, און אזוי ווי א שיפינג פירמע קען נישט אנטון די ארבעטער ברוינע קליידער וואס זעהט אויס אזוי ווי יו-פי-עס, און דעריבער געפאדערט אז זיי זאלן טוישן אלעס וואס מאכט זיי אויסקוקן ווי באבוב.
אין אנדערע ווערטער האט אים בית דין מודיע געווען: הער אויף זיין פארנומען מיט יענעם, די ביסטו נישט באבוב! שטעל דיר אויף די אייגענע פיס!
אבער דאך, אזוי בא'עוולה'ן א קהלה בישראל... כאטש עפעס א פשרה
לאמיר אריינטראכטן: הרמ"ד האט באמת געוואלט ארויסשטויסן זיין פעטער, ווי ער האט אליין געזאגט אין זיין קעמפערישע דרשה נאך זיין פארלוסט אין בית דין בזה הלשון "מיר וואלטן אפאר מאל געקענט צוריק אריינקומען אין בית מדרש", דאס איז אייביג געווען זיין חלום, היל"ת!
אפילו אין צייטן ווען ביי אים אין חסידות זענען געווען רעוואולוציעס פון מלמדים און ארבעטער וואס האבן נישט באקומען קיין געלט פון אים און האבן געהונגערט און געשריגן געפערליך קעגן זייער רבי'ן וואס צאלט נישט, האט ער אבער נישט געטראכט פון מאכן א שנעלע פשרה אינדרויסן פון בית דין, נעמען א גרויסע סכום געלט און טוישן די נאמען, ניין, ער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער גייט געווינען. נו שטעלט אייך פאר, ווען די בית דין וואלט איינגעזעהן אנדערש, וואס וואלט דעמאלט געווען?
און באבוב שטייט יעצט גאר שיין אין אלע הינזיכטן ווען רמ"ד מוטשעט זיך געפערליך און דער עולם האט סימפאטיע און קוקט עס נישט אן ראציאנאל נאר עמאציאנאל, אבער שטעלט אייך פאר ווען באבוב וואלט נישט זוכה געווען אז נגידי ונדיבי הקהלה העלפן ארויס בסכומים אדירים, און שטעלט אייך פאר לעומת זה אז דער נדיב פון לאנדאן ע"ה וואלט נישט אומגעקומען, נאר וואלט נאך געווען בתוקפו און הרמ"ד וואלט יעצט געווען א רייכער רבי מיט הערליכע בנינים, און די בית דין וואלט גע'פסק'נט אז ער איז דער יורש, וואלט איר דעמאלטס געוויינט אויף די זייט פארוואס מען האט נישט קיין רחמנות אויף הרב"צ... שוין ב"ה אז עס איז די וועג!
א גרויסער עושר אין לאנדאן, ממשפחת בית באבוב, וואס שטיצט האדמו"ר מהרמ"ד בעט זיך ביי אים צו נעמען א פשרה, אפילו לעצטענס ממש האט יענער זיך געבעטן ביי אים: נעם מער געלט און זיי מוותר. אבער דער אני שלום איז שטארקער זיי ווילן מלחמה און דעריבער, וואס איז יעצט די גרויסע רחמנות?
רחמנות קומט נישט דא אריין, עס איז א שווערע געים פאר ערוואקסענע מענטשן, און ווער עס קען נישט פארנעמען די היץ זאל נישט עוסק זיין אין קיין לעגאלע געפעכטן.
וואס וויינסטו יעצט?
האסט געדארפט פריער וויינען!
ער איז א ארימער רבי וואס האט נישט צו צאלן זיינע ארבעטער?
נו, איז די קושיא, האט ער דאך געמעגט, כדי צו צאלן זיינע מלמדים, שוין לאנג צוריק פרובירן צו מוותר זיין אויפן נאמען און באקומען סכומים אדירים להחזקת מוסדותיו, אבער ניין, ער איז געווען גרייט אויף זעלבסטמארד, נו וויין נישט יעצט! נאדיר, בדבר אשר זדו עליהם!
אני שלום – אדער המה למלחמה?
אלזא, יעצט איז צייט אז דער אני שלום זאל זאגן "רבותי, איך בין אן ערוואקסענער מענטש, לאמיר מפסיד זיין בכבוד. אזוי האט גע'פסק'נט די בית דין וואס ביידע צדדים האבן אויפגענומען, ואין אחרי דברי בית דין כלום! מיר גייען טוישן די נאמען צו א שיינע חסידישע נאמען, זאל זיין צאנז-באבוב, אדער ראפשיץ-באבוב אדער סיי וואס, מיר גייען באקומען שיינע סכומים געלט וואס וועט אונז אסאך העלפן, און מיר גייען זיך שטארק בויען בע"ה, אן קוקן אויף יענע זייט. אל תביט אחריך, קוקט נישט צוריק, קוקט נאר אויפן עתיד"
אבער ניין, ער קומט מיט א ספין אז ער זוכט שלום. וויאזוי זוכט מען שלום נאכן פארלירן א פסק?
אה, ער ווארט אויף גדולי ישראל!
וואס מיינט דאס?
גדולי ישראל, אויטאריטעטן אין חושן משפט זענען געזיצן אויף דעם, ואלקים ניצב בעדת א-ל, איז דא אן אנדערע ערנסטע אויטאריטעט וואס גייט דאס אוועקמאכן?
זוכן זיי עפעס א בנש"ק'ל זאל זיי זאגן אז זיי מוזן נישט פאלגן דעם פסק דין תורה אויף וואס זיי האבן גע'חתמט שטרי בירורין? גייט דאס עפעס העלפן כלפי שמיא? גייט דאס העלפן כלפי הבריות?
וועקט אייך אויף!
איר האט פארלוירן!
זייט נישט קיין זויער פארלירער!
מאכט נישט "אני שלום" פאר א ווערטל, מאכט עס אמת!
די צד וואס האט מנצח געווען אין דין תורה גייט נישט מוותר זיין אויף וואס זיי האבן באקומען בדין.
אין קאורט האט איר אויך נישט קיין שום שאנסן צו געווינען!
יעצט איז צייט צו אראפלייגן די געווער!
די וועלט ווארט: אני שלום – אדער המה למלחמה?!