בלאט 37 פון 46

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:28 am
דורך berlbalaguleh
זי איז אבער געווען עפעס אנדערש אויך. פאר וואס זי איז מער באוואוסט געווען. זי איז געווען די פילגש פון די קענעדי ברודערס. דזשאן און באבבי. וועלכע זענען געגאנגען אין די דרכים פון זייער טאטע דער רשע און אנטיסעמיט, ימ"ש...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דזשאן און באבבי זענען געווען אזוי אפגעהיטען אין קדושת היסוד ווי זייער פאטער, אבער אלס אנטיסעמיטען האט מען זיי נישט באשולדיגט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 12:13 pm
דורך וואלווי
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.


https://worldisraelnews.com/marilyn-mon ... or+Auction

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
אז ווען נישט די שחיטות פון די האלאקאסט וואלט היינט געדארפט זיין בערך 32 מיליאון אידן, אנשטאט איז נאר דא ערגעץ צווישן 14-15 מיליאון. ווען מ'רעכענט צו אלע אנדערע שחיטות במשך הדורות וואלט עס געווען פיל פיל העכער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:21 pm
דורך קורקלענד
וויפיל וואלטן אבער געווען רעליגיעזע? ס'דא וואס זאגן ווען נישט די שחיטות וואלט ס'גאנצע רעליגיע צוגרינד געגאנגען.....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 9:26 pm
דורך רויטע וואנצעס
אינטערעסאנטע געדאנק. זאגסט אז די צרות האט פאראייניגט די כוחות פון די פרומע אידן מיט די רבנים "אויפצושטעלן אידישקייט" פונדאסניי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 10:34 pm
דורך מיימון
לענ"ד וואלטן די צרות נארמאלערהייט געדארפט אינגאנצן אוועקלייגן כלל ישראל. נאר וואס דען א געוויסע פראצענט איז שוין געווען אזוי אריינגעגעסן דערין אז גארנישט קען זיי שוין נישט אפשטעלן ווי להבדיל די שרצים בבחינת וישרצו לרוב. און אפילו א נוקלעארע אטאקע וועט זיי נישט אוועקרירן פון דעם קידוש לבנה כמבואר באריכות בסיפור של רבי יצחק וואלד אינעם וועקער. ואיכא למדרש לשבחא חזי בני חביבי כל רוחות שבעולם לא יזיזו אותם וכו' אבער בדרך הטבע האט דער האלאקאוסט נאר פועל געווען להרחיק ישראל מאביהן שבשמים בעוה"ר (חוץ ממ"ש ר' אביגדור מילר שנעשה הפסק בין המגזרים ובטל ניסיון ההשכלה). נאר די אונגארישע אידן האבן פשוט אויסגעלאזט דעם קאפיטל היסטאריע און אנגעגאנגען ווייטער מיטן סיסטעם הלא תראה אז מען לערנט נישט און מען רעדט נישט וועגן דעם האלאקאוסט ביי אונז הלא דבר הוא. אלא מען שטופט דעם קאפ אין זאמד און מען גייט ווייטער כדרכו של עולם. ועי' מה שכתבתי כאן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 11:11 pm
דורך קורקלענד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אינטערעסאנטע געדאנק. זאגסט אז די צרות האט פאראייניגט די כוחות פון די פרומע אידן מיט די רבנים "אויפצושטעלן אידישקייט" פונדאסניי?

שרייבט ער אין די וועקער אז א סליפּערי סלאופּ גליטש'ט אמאל אויף ארויף אויך. צרות קען מעורר זיין קשיות, ווי אויך זעהט מען אין מערערע פעלער אז ס'ברענגט נאענטער צו אידישקייט. יעדעס מאל ס'מאכט זיך א טראגעדיע טוהט מען תשובה, מ'לויפט צו א גוטע איד, מ'גיבט צדקה וכו'.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 1:07 pm
דורך שלום על ישראל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז ווען נישט די שחיטות פון די האלאקאסט וואלט היינט געדארפט זיין בערך 32 מיליאון אידן, אנשטאט איז נאר דא ערגעץ צווישן 14-15 מיליאון. ווען מ'רעכענט צו אלע אנדערע שחיטות במשך הדורות וואלט עס געווען פיל פיל העכער.

אויב מ'נעמט אראפ די אווערדאוז פון פרו ורבו נאכן קריג, וועט מען נישט אנקומען צו א מיינוס?...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:39 pm
דורך מיימון
פרופ' נדב שנרב האט א מאמר וואו ער טענה'ט אז די וועלטס פאפולאציע איז במשך עטליכע טויזנט יאר געבליבן אויף איין פלאץ, צוליב די גרויסע טויט ראטע און אנדערע סיבות. לפי"ז קען מען נישט עכט רעכענען די אנדערע גזירות ווייל מען וואלט זיך ממילא נישט צופיל פארמערט צוליב מגיפות וכדומה. די שואה אבער איז יא א פאקטאר ווייל דעמאלטס איז שוין די מענטשהייט אסאך געוואקסן. די כינעזער באפעלקערונג איז יא מוראדיג געשטיגן דארף מען פארשטיין פארוואס.

זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 7:13 pm
דורך דערוועקט
אין הארץ פון וויליאמסבורג ממש א שפאן פון ראדני און הארט הונטער ר' ז''ל פילאפ'נס רוקן קומען כסדר פאר שיסערייען (shootings) פון גאר גרויסע מיוח''ל בארימטע מאוויס
באותו מקום ווי דער רבי זכיתויגןעלנו האט מייסד געווען דעם קרן הצלה בעת ווען שווערע טויזענטער יודן פולן אן דעם חלל הפנוי פון ברעג צו ברעג הונטער די פארמויערטע ווענט פון די ארמארי געביידע צווישען מאסרי און העריסאן זענען שוין כמה בארימטע פילמס דערשאסן געווארן צום טויט.
די פעסטונג האט שוין אין די פארגאנגענהייט געדינט אלס אכסניא פאר 'נח' (noah) און 'שפינמאן' (Spiderman) א שטיק צייט צוריק האט מען דארט געארבעט אויף 'די איירישמאן' (the Irishman) וואס וועט האבן אויף די ליסטע די לייבן פונעם דור הישן ווי הארווי קייטעל, דע ניראו, על פאטשינאו, און נאך
דוכט זיך מיר אז כהאב געזען דעמאלס דעם לעגענדארן מארטין סקארסעזי זיצן אויף א בענקל אינדרויסן אויף העלן העיווארד סט. מיט עטליכע גבאים

יעצט ווירבלט מען דארט וועגן א פילם a women in the window וואס וועט האבן אויף די cast אזוינע ריזן ווי עימי עדעמס און מעגליך גרשון אלטמאן (gary oldman)

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 7:28 pm
דורך גראף
מיימון האט געשריבן:פרופ' נדב שנרב האט א מאמר וואו ער טענה'ט אז די וועלטס פאפולאציע איז במשך עטליכע טויזנט יאר געבליבן אויף איין פלאץ, צוליב די גרויסע טויט ראטע און אנדערע סיבות. לפי"ז קען מען נישט עכט רעכענען די אנדערע גזירות ווייל מען וואלט זיך ממילא נישט צופיל פארמערט צוליב מגיפות וכדומה. די שואה אבער איז יא א פאקטאר ווייל דעמאלטס איז שוין די מענטשהייט אסאך געוואקסן. די כינעזער באפעלקערונג איז יא מוראדיג געשטיגן דארף מען פארשטיין פארוואס.
דא שטייט עפעס דערוועגן

https://www.lenntech.com/population-gro ... onment.htm

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 12:12 am
דורך תנחום
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:42 am
דורך שמעון וואלף
תנחום האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן

די קושנער'ס טיען שיינע שידוכים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:04 am
דורך איש חזון
שמעון וואלף האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אז מארלין מאנרא איז געווען א גיורת.

און אז די מאדעלקע קארלי קלאסס איז אויך א גיורת און געהייארט די וואך יהושע קושנער א ברידער מיט ר' יואל אלחנן חדב"ן

די קושנער'ס טיען שיינע שידוכים

:D

(אויך מיר גיורת'ן)

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:27 am
דורך berlbalaguleh
איש חזון: אין עטליכע דורות ארום (ווען ס'וועט שוין נישט שטיין אין די כתובה..."גיורתא דא")...וועללן זיי טון רבני'שע און רעבישע שידוכים...! און מ'וועט נאך זאגן אז די באבע ע"ה איז געווען אן אייניקל פון די רעכניצער רעביצין זיכרונה ליבראכעה...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 1:57 am
דורך רויטע וואנצעס
אז א מענטש האט באמת 21 חושים נישט פינף.

נשלח: דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:30 am
דורך ונבנתה העיר
אז ס'איז דא א בילד פון נאפאליאנ'ס צווייטע רעבעצין.

Marie_Louise_1847.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:04 pm
דורך ונבנתה העיר
אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.

--------

אז די ספיד לימיט אויפן פאליסעידס איז ארויף צו 55.

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ווען דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען אין בערלין האט ער געהערט שיעורים פון שראודינגער.

--------
.


אדער יא אדער ניין
[emoji6]

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
פרעגט תוס' (אין מס' כתובות דף ל"א ע"ב) ...למאי נפקא מינה? לשילוח הגט...! אוי. דאס זאגט דאך די גמ' אין מס' גיטין...כ'האב נישט געוואוסט אז איך קען מס' גיטין אויך. דער תירוץ איז אזאיך קען מס' גיטין אזוי גוט ווי איך קען מס' כתובות...!

פאר איינעם וואס איז נישט קיין חב"ד'ס'קער חסיד...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:06 pm
דורך Buddy
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Buddy האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)

[tag]סדרן[/tag]?