בלאט 37 פון 213

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:45 am
דורך יואב
אזוי ווי איר הערט (ליינט?).
35 בלעטער האב איך געמוזט יעצט אדורך נישטערן, בכדי די יעניגע וואס כ'וועל נישט פורש בשמם זיין, זאלן נישט אויפטאנצן באלד ווי א פראש, און זאגן (שרייבן ?) העי! מ'האט שוין גערעדט דערפון "דא" (שמעקעדיג סטייל). אדער, וואס איז דאס אנדערש פון "דא" (הרוצה בעילום שמו סטייל). אדער, כ'זעה מ'מאכט שוין חזרה. (יידל סטייל). אדער, ערגעץ דא האט מען שוין ארומגערעדט (יאנקל סטייל ועוד). אדער, יואב טייערע, טאנץ אפ פון דא (גאנגאם סטייל).

איז אזוי. ס'ברייט איינגעפירט צוווישן אלע חסידישע קרייזן, ווען מ'טוהט עפעס מ'האט נישט ג'טארט,געמעגט,געוואלט, ארויסשלעפן פון צווישן די דינע רויטע פליישלעך אונטערן נאז, דאן "ק-ל-א-פ-ט" מען אויפן מויל. ביי די מער יונגערע גייט דאס צו מער אגרעסיוו, און מ'קלאפט אריין עטליכע שטיק, שנעלער ווי די ספיד אויף לייט. (טאמבל סאס, פליז פרעג מיר נישט אפ יעצט מיט א יוטוב קליפ). ערוואקסענע באגניגן זיך מיט איינס, און די מער קילע גיבן אזא לייכטע, כמעט אומזעהבארע קלאפ(עלע). (ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי תשובה, און שמייסן אריין אזאנע ברוטאלע, אזש זיי קריגן א לחי זקוף למהדרין).
אין פאל איר פארשטייט נישט אליינס צו קלאפן, דאן וועלן די ארומיגע אויסברעכן ווי אין א כאאר. נאאאא! קלאפ אויפן מויל, מ'רעדט נישט אזוי.

דער קשיא ווערט נאך שווערער, ווען מ'זעהט אט די חברה ווערן פשוט באפרידיגט דערמיט. ווי מ'זאגט, האסטעך טאקע פארעדט, אבער יש תקווה. (קרעדיט: בעני פרידמאן).

וואס איז פשט דערפון, און צו האט דאס א מקור.

בדרך אפשר יש לישב, כלפי די מחלוקת צו אתי דיבור ומבטל דיבור, וויל מען מחמיר זיין.
מילא דאס האלט דאך יעדער אז מעשה מוציא מיד דיבור, מילא קנאקט מען מיטן האנט.

אז מ'רעדט (שרייבט ?) שוין, וואס איז פשט/מקור פון "חס ושלום" ?
אין מאמע לשון ווערט דאס איבערגעטייטש אלס "(פאר) שוין און פרידן".
(אריין אין פשט און אויסדריקן אשכול).

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:02 pm
דורך זר זהב
ביי מיר איז ווייסע זאקן אלעמאל ״געגאנגען״ צוזאמען מיט האלבע שיך. ביז כאב געזען געוויסע וואס גייען אפשר צוליב באקוועמליכקייט מיט גאנצע שיך. אבער אין בעלזע זעה איך אז קיינער קיינער גייט נישט מיט האלבע, געטס א קוק אויף דעם בילד ווי עטליכע זיצן ביים חתונה מיט די פיס הענגענדיג יעדער האט אן געהעריגע בענדעל שיך. איז דאס עפעס אן ענין אין בעלזע?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 1:05 pm
דורך לעמיל
די האלבע שיך איז נישט אזוי באקוועים און זיי האבען געוויסט אז זיי גייען זיי אויף די פיס א גאנצע נאכט האבען זיי אונגעטון באקוועמע שיך זייער פשוט

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 2:15 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ביי מיר איז ווייסע זאקן אלעמאל ״געגאנגען״ צוזאמען מיט האלבע שיך. ביז כאב געזען געוויסע וואס גייען אפשר צוליב באקוועמליכקייט מיט גאנצע שיך. אבער אין בעלזע זעה איך אז קיינער קיינער גייט נישט מיט האלבע, געטס א קוק אויף דעם בילד ווי עטליכע זיצן ביים חתונה מיט די פיס הענגענדיג יעדער האט אן געהעריגע בענדעל שיך. איז דאס עפעס אן ענין אין בעלזע?

יא. אבער דו ברענגסט נישט קיין קליפ אדער א לינק. אונז (איך רעד פון מיר) זענען נישט אזעלכע בקיאים צו גיין נאכזוכן. די איינציגסטע בעלזער חסידים וואס איך באגעגען איז אויפ'ן גאס שבת אינדערפריה. דאמאלס קוק איך נישט אויף די פוס. נאר אין פנים. ייש"כ. :lol:

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:01 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'האט גארנישט מיט בעלזא. ס'איז מנהג ירושלים.
פוק חזי רגלי דבני מערבא.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
בערל, דא איז דער בילד וואס דו זוכסט:
viewtopic.php?p=116454#p116454

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 3:56 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס יעדעס מאל איך קום אראפ פון BQE אריין קיין וומ"ס, טרעף איך מיך אייביג שטיין ביים רויטען לייט. פארוואס איז דאס קיינמאל נישט גרין?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:11 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז אויסגערעכענט מיט די לייט אויף אוישען פארקוועי...

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:ביי מיר איז ווייסע זאקן אלעמאל ״געגאנגען״ צוזאמען מיט האלבע שיך. ביז כאב געזען געוויסע וואס גייען אפשר צוליב באקוועמליכקייט מיט גאנצע שיך. אבער אין בעלזע זעה איך אז קיינער קיינער גייט נישט מיט האלבע, געטס א קוק אויף דעם בילד ווי עטליכע זיצן ביים חתונה מיט די פיס הענגענדיג יעדער האט אן געהעריגע בענדעל שיך. איז דאס עפעס אן ענין אין בעלזע?

אפשר האטעס צוטוהן מיט דעם אז געווענטליך גייען זיי מיט שווארצע זאקען.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:29 pm
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס יעדעס מאל איך קום אראפ פון BQE אריין קיין וומ"ס, טרעף איך מיך אייביג שטיין ביים רויטען לייט. פארוואס איז דאס קיינמאל נישט גרין?


די זעלבע סיבה פארוואס ברויט פאלט אייביג אויף די זייט פון די פוטער

דאס רופט זיך מורפיס געזעץ

ועיין כאן

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:39 pm
דורך זר זהב
@ קאווע טרינקער. סוי זאגסטע אז אן איזרעילי געבוירענער סאטמאר אינגערמאן גייט אויך מיט בענדעל שיך אויף ווייסע זאקן?? ---@ראשעקאל יא דאס מאכט אפשר סענס.

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 7:50 pm
דורך סאשי פיש
זר זהב האט געשריבן:ביי מיר איז ווייסע זאקן אלעמאל ״געגאנגען״ צוזאמען מיט האלבע שיך. ביז כאב געזען געוויסע וואס גייען אפשר צוליב באקוועמליכקייט מיט גאנצע שיך. אבער אין בעלזע זעה איך אז קיינער קיינער גייט נישט מיט האלבע, געטס א קוק אויף דעם בילד ווי עטליכע זיצן ביים חתונה מיט די פיס הענגענדיג יעדער האט אן געהעריגע בענדעל שיך. איז דאס עפעס אן ענין אין בעלזע?

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 8:38 pm
דורך שװאגער
אויב דער אשכול איז געמאכט אויף צי ענטפערן אויך אדער מען מעג בלײבן מיט א קשיא? (בבחינת מעגסט ענדיגען די שיעור מיט א קשיא)

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בערל, דא איז דער בילד וואס דו זוכסט:
viewtopic.php?p=116454#p116454

ייש"כ שמעקעדיג. אורח טוב אומר "בשבילי טרח בעל הבית". איך וויל זיין א גוטער אורח. :D

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:47 pm
דורך קינות גירושין
פארוואס קיינער וויל מיר נישט העלפען דא
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=3793

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:56 pm
דורך טאמבל סאס
איך וואונדער מיך אלץ, אויב מען עקספערימענטירט אין די סייענטיפישע לארבאטאריעס אויף צאמשטעלן סימענס פון די גרעסטע מוחות פון אונזער דור - זכר ונקיבה, און אזוי ארום אנטוויקלען א (מענטשן אינטערווענירטע) עוואַלווטע בעסערע מח.
איך שטום אפילו?
(איך ווייס דאך שוין. כ'על בלייבן מיטן צונג אינדרויסן)

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 11:06 pm
דורך יואב
טאמבל סאס האט געשריבן:איך וואונדער מיך אלץ, אויב מען עקספערימענטירט אין די סייענטיפישע לארבאטאריעס אויף צאמשטעלן סימענס פון די גרעסטע מוחות פון אונזער דור - זכר ונקיבה, און אזוי ארום אנטוויקלען א (מענטשן אינטערווענירטע) עוואַלווטע בעסערע מח.
איך שטום אפילו?
(איך ווייס דאך שוין. כ'על בלייבן מיטן צונג אינדרויסן)

זעה ענדליך. http://m.vice.com/read/chinas-taking-ov ... ng-program

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 10:55 am
דורך קאווע טרינקער
וואו דאווענעט דער פרייטוג-צו-נאכט'ס עולם שבת אינדערפרי.
אלע בתי מדרשים זענען פיל שבת ביינאכט, משא"כ שבת אינדערפרי, אין געוויסע שוהלן (שוהל? שטיבל איז מער ריכטיג) פארנעמט מען אפילו דעם ווייבער שוהל ביינאכט.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 11:01 am
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו דאווענעט דער פרייטוג-צו-נאכט'ס עולם שבת אינדערפרי.
אלע בתי מדרשים זענען פיל שבת ביינאכט, משא"כ שבת אינדערפרי, אין געוויסע שוהלן (שוהל? שטיבל איז מער ריכטיג) פארנעמט מען אפילו דעם ווייבער שוהל ביינאכט.

מ'דאוונט נישט. מ'שלאפט. עיין באשכול "דאס פריע געדאווענעכטץ טויג נישט".

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:16 pm
דורך petergrifin
װער און װען האט אנגעהויבן די זמן הדלקת נרות פײפער? איז שוין דא אין קאװע שטיבל אן אשכול דערװעגן אויב יא א לינק ביטע
איך װיל װיסען די גאנצע היסטארי פון דעם ביז הײנט און װער ס׳פירט עס אן הײנט אין בארא פארק אין אנדערע געגנטער אא׳װ

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:20 pm
דורך קאווע טרינקער
אן אלטע איד אויף איי וועלט געדענקט נאך דאס ערשטע פייף

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:27 pm
דורך petergrifin
קאװע װיפיל מאל האט דײן רבי דיך געזאגט פאר אײנער מיט אזא גוטע זכרון קומט זיך דיר טאקע פעטש

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 6:31 pm
דורך קאווע טרינקער
קיינמאל.
כ'האב אריין געלייגט אין גוגל "שבת פייפער", די 7בעטע ענטפער (רמז לשבת) איז געווען א לינק אהין.

יעצט גייסטו פרעגן וויפיל מאל מיין רבי האט געזאגט אז מ'טאר נישט גיין אויף גוגל ?...