בלאט 37 פון 38

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 1:33 pm
דורך יואליש
היימישע משפחות אנשי שלומינו זענען אייניקלעך.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 4:24 pm
דורך זאפטיג

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2019 4:25 pm
דורך זאפטיג
ווי קען מען ליינען מער פון דעם?

Re: נחום ראזענבערג

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 1:06 am
דורך דער גאלדענער אדלער
יואליש האט געשריבן:היימישע משפחות אנשי שלומינו זענען אייניקלעך.
זיי האבן זיך געטוישט זייערע לעצטע נעמען מחמת בושה און דאכצעך מיר אויך אנטלאפן קיין אמעריקע תיכף ווען מ'איז געוואר געווארן דערפון

Re: נחום ראזענבערג

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער איז געווען א רוצח פאר געלט, נישט סתם א סיריעל קיללער פאר שוואויל טאג. ער פלעגט נעמן פרישע יונגעלייט אין וואלד, כלומרש׳ט צו ווייזען אן אינוועסטמענט פראפערטי, גענומן די געלט, און באגראבן די קערפער. דערנאך פלעגט ער שיקען בריווען פון ׳אמעריקא׳ צום יונגן עגונה אז ער האט געמוזט שנעל אנטלויפן וכו׳. ווען מ׳האט אים געכאפט האט מען געמוזט פסקנ׳ן די עגונות.

איך האב געהערט אז האלב די משפחה איז אין א"י, ביי א געוויסע חסידות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זאפטיג האט געשריבן:https://bshch.blogspot.com/2014/01/blog-post_9412.html

שמעון ראלניצקי האט אמאל געפירט א מערכה רייצואוואשן דרייליכן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 5:40 am
דורך זאפטיג
דרייליכען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:23 pm
דורך איש חזון
[אדנירם האט אמאל געשריבן דא אין שטיבל אז יודן זענען געווען אינוואלווד אין פרשת מנחם שטארק, עכ"פ אין די קידנעפינג]

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 3:23 pm
דורך אישתישבי
זאפטיג האט געשריבן:דרייליכען?

איך מיין אז ער האט געשריבן אין היימישע אויסגאבעס אז דער מעשה איז נישט אמת, ער איז געוועהן געפריעמט, נאר דער איידעם פין ר' משה (טענדלער) האט מעיד געווען אז ער האט זיך מודה געוועהן צו אים אז ער האט גע'הרג'ט אליין.
היינט זאגט ער (דרייליך) אז עס איז געוועהן די מאפיא.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 3:51 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:https://bshch.blogspot.com/2014/01/blog-post_9412.html

שמעון ראלניצקי האט אמאל געפירט א מערכה רייצואוואשן דרייליכן.

אויך דער נארוואס פארשטארבענער ר' יצחק שלמה האפפמאן ז"ל המכונה ..."שמאי"...וועלכער איז געווען זייער א וואוילער איד אבער א שטיקל פאנטאזירער. ער איז געווען אן עלעקטרישן, א סייקאלאדזשיסט און אן אינווענטאר. ער האטציך שטארק געפארעט צו באפרייען שרגא פייוול דרייליכ'ן. ער איז איהם אויך געווען באזוכן עטליכע מאל אין תפיסה. יענער האט אויפגעמאכט עפעס א מעשה אז די מאפיא האבן געהרג'עט זיין ווייב, אלס נקמה. ווייל עפעס א דריטער פערזאן. א חבר פון דרייליך איז זיי געבליבן שולדיג געלט..! ער. מר. האפפמאן האט נעבעך גערעדט צו די ווענט. ווייל קיין שום קאורט האט נישט אנגענומען זיינע פאנטאזיעס...!

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:40 am
דורך שבת אחים
סאיז גאנץ מעגליך אז דרייליך זיצט פאר גארנישט. סאיז מעשים בכל יום אין אמעריקע אז מענטשען ווערן באשולדיגט אומזיסט. די גאנצע קאורט סיסטעם באשטייט פון ״מענטשען״ און אונז מענטשען מאכן אסאך מאל גראבע טעותים.

סאיז נישטא געוועהן DNA אין די קעיס, סאיז נאך געוועהן פאר די צייטן. מהאט טאקע געבעטן די אפיעלס קאורט זאל נאכמאל איבערגיין די קעיס- דאס מאל מיט DNA און סאיז אפגעזאגט געווארן/rejected
אין גאר אסאך קעיסעס ווי מהאט שפעטער איבערגעקוקט מיט DNA איז מען געוואר געווארן אז דער באשולדיגטער איז נעבעך אינגאנצן אומשולדיג. אן א שיעור קעיסעס.

נישט אז איך קען מיך גרונטליך אויס אין די קעיס. נאר א ״מעגליכקייט״ איז עס זיכער עכ״פ פון וויפל כ׳האב געליינט אין דעם שטערן דעמאלטס און וויפל כ׳האב געהערט פון הרב האפפמאן. איך האב געדאווענט מיט אים אין די זעלבע שול נאך מיין חתונה, כהאב אסאך גערעדט מיט אים, ער איז געוועהן א וויואלע, קלוגע איד לדעתי, וואס האט געמיינט נאר גוטס.

דאס אז קיין איין קאורט נעמט נישט אן די אפיעל מיינט אויך גארנישט.

אדרבה אז איינער ווייסט מעהר קראנטע אינפארמאציע אין די קעיס זאל ער טאקע פארציילן.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:02 am
דורך זאפטיג
און אפשר איז דער מעשה מיט רייניצן אויך נישט אמת געוועזן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 3:51 pm
דורך פינחס מאנדעל
וואס גייט פאר מיט נחום ראזענבערג ?
שוין איבער א חודש וואס די האט ליין איז געגאנגען שלאפען,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 8:49 pm
דורך מרדכי מרדכי
פינחס מאנדעל האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט נחום ראזענבערג ?
שוין איבער א חודש וואס די האט ליין איז געגאנגען שלאפען,

אפשר האט ער קאראונע ל"ע

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:05 pm
דורך במדבר
רעדן קען מען נאר דארוך א מאסק, און ער וויל בשא''א נישט פילטערן זיינע ווערטער. :lol:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:25 pm
דורך קאצקע ציקער
פינחס מאנדעל האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט נחום ראזענבערג ?
שוין איבער א חודש וואס די האט ליין איז געגאנגען שלאפען,

מענטשן הערן עים נאך?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:38 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קאצקע ציקער האט געשריבן:
פינחס מאנדעל האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט נחום ראזענבערג ?
שוין איבער א חודש וואס די האט ליין איז געגאנגען שלאפען,

מענטשן הערן עים נאך?

אולי יעצט ווען מ'האט אזויפיל איבריג צייט

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 8:34 am
דורך שקד
מרדכי מרדכי האט געשריבן:
פינחס מאנדעל האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט נחום ראזענבערג ?
שוין איבער א חודש וואס די האט ליין איז געגאנגען שלאפען,

אפשר האט ער קאראונע ל"ע

מ'האט געשמועסט אז נאר צדיקים שטארבן

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 10:12 am
דורך calculator
די רבי איז צירוק אין קראפט #1144 & #1145

Re: נחום ראזענבערג

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:06 am
דורך שערי יושר
איך האב אנגעריפן די האטליין פון ר' נחום, לאור די נייעס וועגן די מרשעת מלכה לייפער, אין כבין געווארן שאקירט. ער איז אינגאנצן נעבעך אראפ פון זינען (וויפיל ער האט נאך געהאט) קודם נעמען זיינע וועכנטליכע שיעורים היינט צי טאגס איבער אכט שעה! ער שימפט אויף א פארנעם וואס ער פלעגט נישט אמאל, ער האט זיך גענומען איבערן סאטמערן רבי ז"ל ווי ער רייסט עם אראפ זייער געמיין, ער האקט קעגן זיין ווייבס משפחה, צידעם אלעם איז ער זייער נישט אינפארמאטיוו.

סאשאד ער פלעגט דאך רעדן אזוי געשמאק.

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:35 am
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: ייש"כ. איך האב אויך אמאל געהאט א שטיקל יצר הרע אויסצוהערן נחום ראזנבערג אויף זיין האטליין. ווייל איך האב געהאלטן אז טראץ זיינע קרומקייטן דעקט ער דאך אמאל אויף אינפארמאציע וואס אנדערע אזוי-גערופענע עסטאבלישמענט נייעס קוועלער טוען פארהוילן. נאך איך האב מיך פארעקלט פון איהם און זיין האטליין נאכדעים וואס ער האט געשריבן א שרעקליכן ניבול פה אויף א צדיק אמת וואס איז שוין נפטר געווארן.

Re: נחום ראזענבערג

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:42 am
דורך שערי יושר
גייט מיר נישט אן וועם ער בארעדט. מיין פראבלעם איז אז די האטליין איז שוין נישט אינטערעסאנט. ער פלעגט אמאל רעדן פיין, היינט ציטאגס קען איך עם שוין נישט אויסהערן מער פון פינעף מינוט.

אין כוויל קלארשטעלן ר' נחום איז נאכאלץ א הייליגע איד וואס האט געראטעוועט אונזערע קינדער.

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 2:54 am
דורך berlbalaguleh
שערי יושר: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיין אפשאצונג (פון נ.ר.). ווייל א הייליגער און איידעלער איד רעדט נישט און שרייבט נישט אזעלכע שמוציגע לשונות. אפילו ווען ער רייסט אראפ איינעם וואס ס'קומט איהם אראפצורייסן זאגט ער עס מיט אן איידעלע שפראך.

מילא ווען ער נוצט לשונות של גנאי אויף איינעם פון די היינטיגע מנהיגים פון כלל ישראל, קענמען עס נאך פארשטיין. אבער א צדיק אן אדמו"ר וואס בחייו האט ער זיך קיינמאל נישט געקריעגט מיט אנדערע אידן אדער געפיהרט מערכות אקעגן זיי. ער איז געווען דער סימבאל פון בלויז גוטס און אהבת ישראל פון א יעדן איד. וואס ער איז שוין לאנג צוריק נפטר געווארן. האט ער געניצט א שרעקליכן אויסדרוק פון ניבול פה אויף איהם. וואס ס'וואלט אפילו נישט געפאסט צו זאגן אויף דעם נידריגסטן פארשוין. דארט האביך איינגעזעהן אז ס'איז יצא שכרו בהפסידו פון אויסהערן זיין האטליין. און איך האב אפגעהאקט. און קיינמאל מער נישט צוריקגעגאנגען צו איהם...!