בלאט 37 פון 43
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 6:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גיימער קיין גוואטאמאלא.
נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 3:09 pm
דורך דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גיימער קיין גוואטאמאלא.
ביסט שוין.
נשלח: דינסטאג יולי 06, 2021 1:51 pm
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גיימער קיין גוואטאמאלא.
ביסט שוין.
רביה''ק איז ליבערשט אין מאנהעטען!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:45 pm
דורך קהל'ס נער
ונבנתה העיר האט געשריבן:סטיווען קאלבערט טענה'עט אז מען זעהט בחוש אז פון ווען די איי פאון האט אנגעהויבן ארויסקומען האבן די וועטעראנען פון די צווייטע וועלט קריג אנגעהויבן שטארבן אין די מאסן...
יא יא, מיט די מהלך פון סטאטיסטיקס האב איך אמאל געהערט פון איינעם א ראיה אז עס איז געזונט צו רייכערן.
ווייל רוב מענטשען וואס שטארבן האבן נישט גערייכערט...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:04 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: לאמיך מאכן א שהחיינו. איך בין דער ערשטער וואס האט דיר געגעבן א לייק...!
נאר ס'איז נישט נאר סטאטיסטיקס. נאר די אלגעמיין אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג ביז בערך 100 יאר צוריק איז געווען אז רייכערן ציגארעטלעך איז געזונט פאר'ן מענטש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 8:58 pm
דורך קהל'ס נער
שכוייח ר' גאלי פארן זיין די ראשון ראשון חביב און מיר ציווארפן א לייקל.
די אמת איז אז איך דריי מיך שוין דא אין קאפי רום א לאנגע צייט, נאר יעצט האב איך אנגעהויבן צו פארשפרייטען מיינע דפקנ"ח.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: מזל טוב. דו האסט מיר געגעבן א נייעם נאמען. שוין 70 יאר רופט מען מיך בערל בעל עגלה. (נאך פון אלס קינד. ווייל איך פלעג נעמען שטערצלעך פון א טאפ אלס סטירינג ווהיל און שפילן באס דרייווער.לאל) און יעצט האסטו מיר געגעבן א שיינעם ניעם נאמען...יישר כח...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:57 pm
דורך קהל'ס נער
גאלי: ס'איז שוין שנת ב' אלפים כ"א למספר בני יאשקע, דיין נאמען האט זיך געבעטן פאר א אויפטאג (update).
נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 8:58 pm
דורך היכי דמי
29CC4140-46CC-4ED5-AB5F-63DDF86FDC30.jpeg
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:09 am
דורך קהל'ס נער
.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:37 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.
א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:39 am
דורך berlbalaguleh
די אפיקורסים פרעגן: אויב די רבי האט עס פאר קיינעם נישט פארציילט. נאר ער האט געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. וויאזוי האט מען אויסגעפונען דעם טעם.... דער גבאי האט אויסגעזאגט...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:53 pm
דורך פאליטיקאנט
גוט געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:03 pm
דורך בן נון
מצד שני האף איך אז די טיפשת נעמט אוועק די ערנסטקייט פון די נארישע מערכה ווייל קיין שום קלוגע מענטש וועט זיך נישט שטעלן אויפן זייט צו פארטיידיגן די אומזאכלעכע עיקסטרעמיסטן ממילא וועט די מערכה צזאמפאלן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:03 pm
דורך מי אני
עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
29CC4140-46CC-4ED5-AB5F-63DDF86FDC30.jpeg
ספר פרי טוהר
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:03 am
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן:עס איז איראניש אז די טיפשות באשטייט (בעיקר) פון א קפסיק ותני:
״סמארטפוין״ ← ~״יראת שמים״ (צי אפשר גאר א ״↔״ אדער אן ״=״)
אָן קיין שום ניוּאנס וכו׳. אין אנדערע ווערטער, א קלאסישע דוגמא פון (ירושלמי ברכות ה ב) אם אין דיעה הבדלה מניין. און דעם ענין פון א חסרון בדעת איז עפעס וואס דער תלמוד באשולדיגט טאקע פרויען אין - ״דעתן״ קלה עליהן (קידושין פ:).
מי אני: איך האב אמאל געזאגט פאר א ווערטל צו איינעם אז ער טאר נישט מאכן קיין הבדלה. ער האט נישט געכאפט וואס איך מיין (מסתמא אן אונגערישער אדער א גאליציאנער). האביך איהם איבערגעזאגט דעם מאמר חז"ל..."אם אין דעת הבדלה מניין"...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 11:56 am
דורך היכי דמי
CDA980E9-7526-4EF7-B33F-7C6AFFD33AE2.jpeg
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
דער סמארטפאון אלארם סיסטעם איז אויך געווארן דאונלאודעד דורך א סמארטפאון. און ווערט קאנטראלירט פון א סמארטפאון. דורך די גבאים...!
איך שיק שוין אריין א טשעק דורך פעקס. כדי זיך צו באטייליגן אין דעם הייליגן מערכה...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:05 pm
דורך בן נון
איך קען קוים ווארטן פאר די אלארם אוי גייט עס זיין פאן די בתי מדרשים גייען באמבערן אגאנצע טאג יומם ולילה לא ישבתו מען גייט אפעציעל האבן א תירץ פארוואס צו דאווענען אינדערהיים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
לייענט און שטוינט!!
די ערשטע מאל א רבי אויף אינטערנעט!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:54 pm
דורך טמיר
גוט.. דאס איז א געלונגענע עד!
פארוואס שטייט נישט ווי עס איז דא צו באקומען?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 11:50 pm
דורך גיב א שמייכעל
גאר א שווערע פראבלעם....
און די נאנטע צוקונפט וועלן די מוסדות'ר אנהייבן שיקן אינספעקטאר'ס ביי אלע טיהרן צו זעהן ווער עס באקומט עמעזאן באקסעס....
און מ'וועט מאכען מאסיווע חתימה-דרייוו'ס ביי די קינדער צו חלילה נישט אנרירען א באקס וואס איז באשטעלט געווארען דורכן טריפענעם אינטערנעט....