בלאט 37 פון 63

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער איד איז מורא'דיג, זיי האבן אלע מאל די ברעקינג ניוס. (סארקאסטיש פאר די מידע בינינו)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
יעדער דעקט די "צובראכענע" נייעס נישט נאר דער איד

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:05 pm
דורך מנשה לוסטיג
http://www.youtube.com/watch?v=o4H2d6ap ... e=youtu.be

דוב הייקינד נעמט דאס ווארט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:15 pm
דורך סלינקי
-

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער בלאט האט א שנעלע קאפ. דער איד איז נאך דערשיטערט, און דער בלאט האלט שוין ביי תשובה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז די שרייבער פון דעם?
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=843

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:27 pm
דורך טיטאניק
איך אויך האט געשריבן:די רבי ז"ל האט דאך געגעסן געקעסטעלטע לאקשן.

דער רבי איז בכלל נישט קיין סאספעקט ער האט נאר געגעסען געקעסטעלטע אים ימים נוראים
:lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:29 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 9:47 pm
דורך העלא
סתם געמאלן וואסער,
זאגט און זאגט און זאגט נישט גארנישט,
אזא בחינה ווי די איד טוט געווענדליך ביים שרייבן ליגענט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:18 pm
דורך נאר,,פרייליך
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון דעם?
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=843

די ש.ב.
נישט פון די מדינה נאר פון אירע קעגנער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 10:36 pm
דורך ברוך בערל
א וואך צוריק גענוי אזא צייט איז א אינגערמאן געזיצן אין אפיס און א מאמע איז געזיצן אינדערהיים קער נעמען פון 8 קינדערלעך
נישט חלומ'נדיג וואס די נעקסטע פאר שעה גייט פארקומען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:24 pm
דורך shem-tov
:(

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:09 am
דורך כתר מלכות
איך אויך האט געשריבן:די רבי ז"ל האט דאך געגעסן געקעסטעלטע לאקשן.


האסט שוין פארגעסן אז די רבי׳ס זענען שולדיג אינעם טראגעדיע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:30 am
דורך איחוד פעלד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/



ביסט גערעכט, עס פעלט א האלבער מינוט פין דער רגע הפגישה ביז מען הייבט אהן זעהן ווי דער גוי קומט צוריק.

קוק אויף דער זייגער אויף דער לינקער זייט פין אויבן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:31 am
דורך רויטע וואנצעס
יא יא. די קאליר פון די סקרין טוישט זיך אויך יענע סקונדע פון ליכטיג צו טונקעלער.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 12:33 am
דורך מאנדלבאום
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון דעם?
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=843

ש.ב. מרגליות

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:16 am
דורך היימישער ליטוואק
ראשעקאל האט געשריבן:פאליס מאכט פראגרעס

http://www.vosizneias.com/151850/2014/0 ... d-yeshiva/

צוליב אונזער קאאפעראציע. איך קלאפ זיך אין פלייצע און שאקל מיט צופרנידנהייט מיין יידישע-ליטווישע קאפ...

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:39 am
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז די שרייבער פון דעם?
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 11&gil=843

סתם אזוי צו נעמען א שוידערליכע מעשה און עס אויסקוועטשן פאר פערזענליכע נגיעות? מאושר טעלעפאנס?! סתם אזוי, רעב מרגלית, אין ארץ ישראל ארבעט מען נישט. דא ארבעט מען, און מען נוצט דעריבער א אינטערנעט טעלעפאן לכתחילה, נישט ווייל מ'האט נישט קיין ברירה, נאר ווייל די תורה זאגט וברכתיך בכל אשר תעשה און דאס איז גימטריא ענדרויד און אוי עס סיקס, מיט'ן כולל פארשטייטזעך.

#כ'זאגסתם

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 1:45 am
דורך מצטמק ויפה
אזא שווערע וואך דורך געגאנגען
פון ווי זאל איך בכלל אנפאנגען
די קליינע הערצעלע מיין
קען נישט נעמען אזוי פיל פיין

איך האב דיך טאקע נישט געקענט
אבער יעצט וויינען אפילו די ווענט
אזוי פרי פון אונז זיך געשייד
מיין הארץ פאר דיר צוגייט

פאר דיר איז יעצט שוין לעכטיג און פיין
דיין נשמה ארויף אזוי ערליך און ריין
אבער אונז זעמיר דא געבליבן אליין
און דעם פינסטערן נאכט עלנד וואו א שטיין

דעם חושך האלט'ן מיר שוין נישט אויס
טאטע אין הימל נעם אונז פון דא ארויס
עס איז שוין העכסט צייט די זאלסט צו אונז קומען
און די גאולה פאר אונז באשטומען

מיר ווארטען שוין אזוי לאנג אויף דיר
קום אונז נעמען ווייל מיר קענען שוין נישט געבען א ריר
דיינע גרויסע ניסים זאלסטו אונז ווייזן
און פון דעם פינסטערן נאכט אויסלייזן

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:19 am
דורך הדד בן בדד
הילל האט געשריבן:מ'דארף שוין אויך נישט גלייבן אלעס וואס די אידישע נייעס קוועלער ברענגען? איך זע ווי ישיבה ווארלד ניוס ברענגט אראפ דעם פרישן ווידיא וואו מען זעט דעם מערדער עטליכע שעה פאר די קידנעפינג, שרייבט ער אז
The guy, putting on a black mask, is seen walking near the victim’s Brooklyn office about six hours before the projected kidnapping.
פארוואס דארף ער צולייגן אז ער האט אנגעהאט א שווארצע מאסק? ווי גלייך דער מערדער וואלט זיך געדרייט דארט אין די גאסן מיט א מאסק אויפ'ן קאפ און קיינער האט ניטאמאל געקוקט אויף אים? ער האט פשוט אן א העט וואס איז אראפגעשלעפט אויפ'ן קאפ, ווי אנדערע צייטונגען שרייבן.
אויך שרייבט דארט א קאמענט ווי גלייך מען זעט אינמיטן די ווידיא אז א איד געט אים עפעס איבער, און ער פרעגט שוין פארוואס די פאליס רעדט נישט דערפון און וואס זיי ווילן מאכן א קאווער-אפ, אבער דאס איז סתם זיין דמיון, מ'זעט גארנישט נאר אויב איינער האט שוין אפגעמאכט אז דאס דארף מען זען. יענער איז סתם דארט דורכגעגאנגען און גייט זיך ווייטער זיין וועג. מיינט ער טאקע אז די פאליס געט ארויס פונקט די ווידיא אבער דערווייל ווילן זיי באהאלטן און קאווער-אפ'ן עפעס וואס מ'זעט דערויף? די קאנספיראציעס זענען ענדלאז.
ווען מ'וועט אי"ה כאפן די מערדער זאל מען זיך דערמאנען פון די נארישע קלעימס. נישט יעדע זאך וואס איז אביסל מיסטעריעז מיינט אויטאמאטיש אז עפעס גייט במזיד פאר אונטער'ן טיש. ווארט ביז די אינוועסטיגעישן וועט זיך ענדיגן, וועלן אלע קשיות אוועקפאלן (חוץ פאר די וואס מוזן פאר יעדן פרייז בלייבן מיט די קשיות).



ניין, ווען מען גייט בעז"ה כאפן די גוי'אישע מערדער, וועלן געוויסע דא שרייען אז "ר' יחזקאל שמש", מ'קען נישט וויסן, עס איז נאך אלץ נישט אויסגעשלאסן אז עס איז עכט דער שותף און מען האט סתם אזוי עס ארויפגעלייגט אויף די אומשולדיגע גוים...

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:22 am
דורך הדד בן בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:הילל, ס'איז נישט קיין דמיון, קוק איינער געבט אים קלאר עפעס איבער.

קוק פון 1:14 און ווייטער, (קוק אביסל פריער ווי ער גייט צום אפיס און ווארט פאר יענעם צוויי סקונדעס) ביידע געשטאלטן קומען זיך צאם פאר א סקונדע, און נאכדעם דרייען זיי זיך אויס און גייען זייער וועג. פארוואס גייט ער פון זיין קאר אהין און לויפט גלייך צוריק? ווייל ער האט עפעס אפגענומען פון איינעם.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=S5r42i-S8nA[/youtube]



דארט קוקט אויס מער ווי א קארנער, מ'זעהט דארט מערערע מענטשן קומען און גייען ביי יענעם קארנער. נאך א זאך וואס איך באמערק יעצט. קוק גוט אויף דעם קליפ, אויבן אויף די לינקע זייט זעהט מען דעם זייגער לויפן, און תיכף נאך וואס מ'זעהט דעם כלומר'שטן צוזאמענטרעף פון די צוויי מענטשן, גיט זיך דער זייגער אויב א טויש, און עס שפרונגט מיט א האלבע מינוט. דאס מיינט אז דו קענסט גארנישט רעכענען וואס דו זעהסט דארט, דער גוי גיט זיך נישט גלייך א דריי אויס און קומט צוריק, דער צוריק קומען איז א האלבע מינוט שפעטער, און אין די האלבע מינוט איז ער לכאורה געווען אריינגעדרייט דארט ביי יענעם קארנער, און דערפאר האט מען אים די האלבע מינוט נישט געזעהן, און דערפאר האט מען ארויסגעשניטן די האלבע מינוט און עס גערוקט צו דעם שטיקל ווי ער קומט צוריק. יעצט קוק נאכאמאל איבער און דער גאנצער איבערגעבן באבל טעאריע וועט צופלאצן ווי א זייפן בלאז.

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:24 am
דורך הדד בן בדד
הילל האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:די טריט פון דער גוי זענען זייער פעסט און באשטימט, ווי איינער וואס ערגעץ פאר א באשטימטע ציל. אזוי ווי ער קראכט אריין אין יענעם ביים דריי פון די קארנער, דרייט ער זיך זאפארט צוריק, און וואלקט צו צום קאר ווי איינער וואס האט שוין ארלעדיגט זיין געשעפט, און זעצט זיך צעפרידענערהייט אריין אין קאר.

טראכט גוט אריין וויפיל ווערטער פון דעם סטעיטמענט זענען פאקט און וויפיל זענען מסקנות וואס זענען ממש בלויז אין דעם דמיון פון דעם קוקער (פעסטע באשטימטע טריט, באשטימטע ציל, קראכט אריין, ערלעדיגט געשעפט, צופרידענערהייט)? דו מוזט וויסן אזויפיל ארומיגע פאקטן צו קענען מאכן אזעלכע מסקנות, און איין אומבאקאנטע נארישע דעטאל קען אויסדרייען די מעשה און וועסט כאפן ווי די ווידיא ווייזט פונקט א פארקערטע מעשה.
איין פירכא אויף דיין ווערסיע איז, אז אויב האט ער יעצט געענדיגט זיין מיסיע און זיך צוריק אריינגעזעצט צופרידענערהייט אין קאר, פארואוס זאגט די רעפארט אז ער איז נאך דארט געבליבן זיצן אפאר שעה? וועט מען ווייטער מוזן שפינען געשיכטעס.


יעצט קוק מיין פריערדיגע תגובה און דא האסטו דעם איינעם קליינעם נארישען דעטאל וועלכע צובלאזט די גאנצע טעאריע...

נשלח: פרייטאג יאנואר 10, 2014 3:26 am
דורך הדד בן בדד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אסאך אינטערעסאנט דיטעילס (ס'זעהט גראדע אויס פון דעם ארטיקל כבית הילל און די ווידיאו איז פשוט געשניטען ביי יענע סקונדע ווי איך און אנדערע מיינען ער האט איינעם געטראפן, ס'איז פשוט צאמגעשטעלט צוויי שטיקלעך. ס'איז דא אפאר מינוט אינצווישן. זיי האבן ארויסגענומען די חלק ווי מ'זעהט אים נישט ווייל ס'איז דאך נישט אינטערעסאנט.)
http://nypost.com/2014/01/08/suspect-in ... re-murder/


איך וויל נישט דא קליקן ווייל איך פארגין נישט די עקלהאפטיגע שלעכטע חיות נאך א קליק, אבער עס קוקט מיר אויס אז זיי האבן צוגעטראפן צו וואס איך האב ערשט געשריבן.