בלאט 37 פון 50

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:28 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:אפילו אנקל סעם טוט אנערקענען אז איך בין ב"ה א יונגערמאן פון 66יאר, עמו"ש...!און איך אליינס רעד מיר אויכעט נישט איין אז איך בין 25 יאר אלט,


נעה, בערל ביסט א פרישער יונגערמאן פון 20 יאר! מיט 46 יאר עקספעריענס נאך אויך...

דיין אפליקעשען פאר תהלים כולל וועט לכאורה דורך גיין דורך שרייבן אויף קאווע שטיבל. דוד המלך האט מתפלל געווען אז ס'זאל זיין ווי אהלות, איז דען דא א שענערע אהל בימינו ווי ק"ש?

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 6:33 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת שמות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 7:38 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת בשלח

.

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 12:50 am
דורך שמעקעדיג
פרשת ויק"פ

.

נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 1:59 pm
דורך שמעקעדיג
לכבוד פסח

"נפשי" — מאמענט'ס נייע "מענטל העלט" אויסגאבע מיט אינפארמאציע, אינטערוויוען, אנאליזן און עצות פאר'ן גייסטיגן געזונט.

ערשטע נומער פון "נפשי" ערשיינט די וואך צוזאמען מיט דעם מעגא פסח פעקעדזש פון "מאמענט".

.

נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 2:25 pm
דורך יודישע שרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן:לכבוד פסח

"נפשי" — מאמענט'ס נייע "מענטל העלט" אויסגאבע מיט אינפארמאציע, אינטערוויוען, אנאליזן און עצות פאר'ן גייסטיגן געזונט.

ערשטע נומער פון "נפשי" ערשיינט די וואך צוזאמען מיט דעם מעגא פסח פעקעדזש פון "מאמענט".

.

און אין די געהעריגע מאמענט באשרייבן זיי [tag]שבת אחים[/tag]'ס רבי, דער הייליגער קאסוב'ער...

נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2017 4:14 pm
דורך שמעקעדיג
העכערע רעזאלוציע

.

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2017 12:52 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת תזו"מ

.

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2017 7:51 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת אחרי קדושים
.

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
אין די אויסגאבע פון די וואך פ' אחרי-קדושים איז דא אן אינטרעסאנט ארטיקל פון דעם קרומען פארשוין אבא חייא טויבער. ער זעהט השגחה פרטית אין דעם פאקט אז די קאווער פון זיין בית הכסא האטציך צובראכן. און אויך האט ער אין זיין הויז א שטיק שטיין פונ'ם בארג סיני. און ווען זיין זוהן האט איהם געפרעגט צו איז דען א נפקא מינה פון וואו א ניגון אדער ליעד קומט. די עיקר איז אז ס'איז שיין...האט ער איהם געענטפערט. קוק אויף די ביידע שטיקלעך שטיין. די שטיין פון בארג סיני איז זייער חשוב. און די אנדער שטיקל, וועלכע ער האט געהאלטן ווייל ער האט געוואלט קויפן א 100% מעטשינג קאליר/שעיד צו די ביהכ"ס פלאשינג טענק...דאס איז געווען זיין לימוד צו זיין זוהן אז ביי א ניגון דארף מען אויך קוקן פון ווי ס'קומט...!

און אונז לערנען פון דעם ארויס ( שיחת חולין של עמי הארץ צריכין לימוד...?ניין) אז דער הייליגער איד דער מוכיח בשער וואס זוכט אייביג פעלערס ביי אידישע קינדער איז משוקע (אפשר משוגע אויך) אין תאוות עוה"ז. פאר מיר, למשל איז נישט קיין שום חילוק וועלכע קאליר די פלאשינג טענק פון ביהכ"ס איז אז דער קאווער זאלל מוזן זיין מעטשינג קאלאר און שעיד. ווער ס'נוצט די ביהכ"ס איז איהם איין נפקא מינה אויב די טענק איז געל און די קאווער פינק. אדער פארקערט. נאר דער פראסטער יונג וועלכער וויל זיך אהערשטעללן ווי עפעס העכערס איז נישט מער ווי א פראסטאק וועלכער דרייט סתם א קאפ. ער האט נישט עפעס ...ממשות'דיג צו פארקויפן חוץ זיינע בויך גרימענישן און מקטרג זיין אויף אידישע קינדער

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2017 5:20 pm
דורך berlbalaguleh
אין דעם קאלום פון דעם ..."מחנך"... הרב וואזנער איז דא זייער אן אינטרעסאנטע ענטפער וואס ער געט פאר א טאטן וועלכער איז א נהנה מיגיע כפו דורך דרייוון א טראק פאר פרנסה. און דער (נארישער) רבי פון זיין יונגל זאגט אייביג פאר זיינע תלמידים אז אויב זיי וועללן נישט לערנען פלייסיג וועללן זיי אויסוואקסן טראק דרייווערס. און דער יונגל פיהלט זיך זייער שטארק אראפגעקלאפט און פארשעמט אז זיין טאטע איז א טראק דרייווער. בקיצור דער מחנך ענטפערט פאר דעם טאטן זייער א לאגישן ענטפער און מאכט א שטארקע הבחנה...עיין שם...! אויך שרייבט ער צו א באמערקונג. אבער זעהט אויס אז ער שרייבט נישט צו יענעם מלמד. ווייל ער שרייבט ..."חכמים, היזהרו בדבריכם"...! און יענער יונגערמאן איז אינגאנצן נישט קיין חכם. נאר ליידער דאס פארקערטע...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט. אן עיר ואם בישראל. דארט איז געווען א יוד. א שיינער יוד וועלכער האט געשטאמט פון א בארימטע רבי'שע גזע וועלכע זענען באוואוסט מיט זייער שיינעם קול ביים דאווענען ווען ס'דא אן עולם וואס הערט. אבער זיי זענען ליידער, אלע געשלאגן מיט טיפשות. (כ'ווייס נישט וואו זיי זענען געווען ווען מ'האט געטיילט). איז דער יוד האט אמאל געלערנט חומש-רש"י מיט זיין יונגל ביי זיך אין דיינינג רום ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן האט געארבעט דארט. און דער יונגל האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטער התמדה. און דער טאטע האט איהם געוואלט מזרז זיין האט ער איהם געזאגט אז אויב ער וועט נישט לערנען וועט ער אויסזעהן ווי דער וועלכער שטייט איצט אויפ'ן לייטער...!

נאר דער טיפש איום ונורא האט נישט געוואוסט אז דער מענטש דער לעקטרישן וועלכער איז א זוהן פון א רב און אליינס א גרויסער תלמיד חכם וועלכער פאקט איהם איין אין לערנען 10 מאהל...!

נ.ב.: פון וואו ווייסט מען די מעשה...?! ווייל דער עלעקטרישן האט עס שפעטער פארציילט מיט א שמייכל...!

נ.ב.ב': דער קלוגער בנש"ק'ל האט זיכער געבעטן אז ער זאלל איהם גארנישט טשארדזשן פאר זיין ארבעט מכח זיין חשוב'ן יחוס... :lol:

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 3:39 am
דורך טרויבן88
ליינענדיג די ארטיקל האב איך געטראכט פארוואס מען זאל נישט איינפירן אז די רבי'ס זאלן זיין מער סענסיטיוו מיט זייער שפראך, און א פרנסה וואס אידן טוען זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט בדרך ביטול אז עס זאל נישט אריינברענגן צעמישעניש ביי קינדער

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 11:48 am
דורך [NAMELESS]
די ארטיקל פון הרב היילפערין איז זייער באלערענד ווי א מענטש לייגט זיינע בושות אין א זייט און טוט וואס ער דארף לטובת זיינע קינדער. קענענדיג איינער פון זיינע קינדער קען איך מעיד זיין אז ס'איז אמת יעדע ווארט. און מ'קען זעהן אויף דעם בחור א צופרידנהייט מער ווי ביי אנדערע אין זיין מצב.
-----------------------
berlbalaguleh האט געשריבן:דער יוד האט אמאל געלערנט חומש-רש"י מיט זיין יונגל ביי זיך אין דיינינג רום ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן האט געארבעט דארט. און דער יונגל האט נישט ארויסגעוויזן קיין עקסטער התמדה. און דער טאטע האט איהם געוואלט מזרז זיין האט ער איהם געזאגט אז אויב ער וועט נישט לערנען וועט ער אויסזעהן ווי דער וועלכער שטייט איצט אויפ'ן לייטער...!
נאר דער טיפש איום ונורא האט נישט געוואוסט אז דער מענטש דער לעקטרישן וועלכער איז א זוהן פון א רב און אליינס א גרויסער תלמיד חכם וועלכער פאקט איהם איין אין לערנען 10 מאהל...!

האב איך אמאל געהערט ווי א באס דרייווער זאגט פאר א מגיד שיעור אז ער איז באמת סך מער פון אים, ווייל ער קען סיי דרייווען א באס און סיי זיין א מגיד שיעור/בעביסיטטער פאר בחורים, משא"כ דער מגיד שיעור קען נישט דרייווען קיין באס.

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל: ייש"כ. און איך האב אמאל געהאט אן עקספיריענס וואו א רבי/מגיד שיעור האטציך פארגלוסט (בעיביש?) צו דרייוון א באס. האט ער מיך געבעטן אז איך זאלל איהם צו לאזן צום רעדל פאר א קורצע נסיעה. ווען מ'איז בחסדי ה' אנגעקומען מיט גאנצע ביינער און א גאנצן באס האט ער מיך געפרעגט וויאזוי זיין דרייוון איז געווען. האביך איהם געזאגט אז ס'האט געהאט אזא פנים ווי אז איך זאלל געבן א שיעור פאר זיין כיתה...!...לאל

נשלח: זונטאג מאי 07, 2017 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין נאכאלץ אונטער'ן רושם פון דעם שטארק באלערנדן ארטיקל פונ'ם אינטערוויו מיט הרב היילפרין שליט"א. קודם דארף מען באדאנקען פאר די שרייבערס און סטעף פון מאמענט וועלכע ברענגען אייביג אזעלכע און ענליכע אריגינאלע באשרייבונגען. דער אינטערוויו ברענגט ארויס די געוואלדיגע פיזישע און נפשיות'דיגע כוחות וואס די משפחה האט ארויסגעוויזן אין משך פון די יארן וואס די 2 בחורים זענען אויפגעוואקסן.

מ'וואלט געדארפט לערנען די אלע ווערטער פון הרב היילפרין אויף אלע פארומס וועלכע זענען נוגע אידישן חינוך. און איך מיין נישט דווקא אויפ'ן אינטערנעט.

איך קען פערזענליך 2 קעיסעס. ביידע פון חשוב'ע רבנים ביי וועלכע די נישט געזונטע קינדער זענען געבוירן אין זייער מידדל עידזש. ווען זיי האבן שוין געהאט עטליכע דערוואקסענע קינדער. און אין ביידע פעלער האט מען אוועקגעגעבן די קינדער פאר ערציאונג ביי אידישע משפחות. און די עלטערן גייען פון מאל צו מאל באזוכן די קינדער. מסתמא ווייל די עלטערן האבן שוין נישט געהאט די פיזישע און גייסטיגע כוחות פאר די ספעציעלע געברויכן פון די קינדער...!

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 7:42 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת אמור

.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2017 12:34 am
דורך שמעקעדיג
בהעלותך

.

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 3:30 am
דורך איסר האטלקי
גאר א זיסער קאמענטירער אויף אייוועלט האט רעאגירט אויף די טיפשות וויאזוי מאמענט האט באטיטלט דעם האליינער רב זצ"ל אלס "דער ראגאטשאווער פון וויליאמסבורג":
איך וויל נישט רעדן פון היינטיגע רבנים

אבער:
רבי יחזקאלע מערץ איז געווען דער רבי רבי אלימלך פון וויליאמסבורג, דער סענפעטער רב איז געווען דער שואל ומשיב פון וויליאמסבורג, רבי הערשעלע ספינקער איז געווען רבי אהרן הגדול מקארלין פון וויליאמסבורג, ר' יחזקאל משמש איז געווען דער רבי רבי הערש - א שאד נאר אז ער איז פריצייטיג געשאסן געווארן איידער ער איז געווארן רבי, ר' שמואל אלקנה ראטענבערג איז געווען יהושע'לע בהמה פון וומ"ס, ר' חיים מענדל איז געווען הערשעלע אסטראפאלער, די קאפ-קעיק לעידי איז געווען די לודמירער מויד פון וומ"ס, ר' ליפא פריעדמאן איז געווען ר' שמשון ווערטהיימער פון וויען, ר' ישראל זופניק איז געווען באראן ראטשילד, שרה שארמאשער איז געווען די רביצין דבורה....

וואו בין איך אויף די מאפע?

נשלח: זונטאג יוני 11, 2017 9:35 am
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: איך בין נישט אינגאנצן מסכים מיט דיר און מיט דיין ק/פ. ווייל דער ..."מאמענט"... ווען ער באשרייבט א געוויסן יחיד אדער חסידות טוט ער עס פון א ברייטן פערספעקטיוו. מתוך אהבת ישראל. און נישט פון א שמאלן קוק-ווינקל מיט פארקרומטע לאגיק ווי א געוויסער ארומ-רודערער דא אויף קאווע שטיבל. וואס דער הילוך המחשבה טרייבט איהם צו קאמענטירן איבער אלץ און אלעמען. צי ער פארשטייט יא אין די עניינים אדער נישט. און דער רעזולטאט איז אז ס'לאזט איבער א טעם און א גערוך פון פארדארבענע הערינג...! און וען דער ..."מאמענט"...טוט פארגלייכן די אויסגערימטע, געהויבענע אידן פון אונזער צייט צו די צדיקים פון אמאל איז עס בכלל נישט קייין פעלער אדער הגזמה. אדרבה. ס'געט נאר אן השגה פון זייער גרויסקייט אין תורה אדער אין יראת שמים...!

הלואי וואלטן די אנדערע פובליקאציעס נאכגעמאכט דעם מהלך. אזוי ווי דער בלאט האט געטון בראשית דרכו...! נאר ער האטציך ליידער דערקייקלט צו די סטאנדארטן פון ... "דער איד"... און נאך מיט א שמיץ אריבער...!

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
מאמענט פרשת שלח!

א באשרייבונג איבער דעם גרויסן כינוס, (ווי אויך איבער די פרעטצל, סאדע, פיצא און אייזקריעם וואס מען האט סערווירט).

.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 7:58 pm
דורך איסר האטלקי
נישט געטראפן קיין בעסערע בילד צו לייגן נאר אזאנס וואס מען זעט די איינציגסטע ליידיגע גאלאריע פון העכערן אויבן-אן?

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
ס'א חילוק. אבער מ'זעהט אז די זאל איז געווען איבערגעפולט מיט רבבות אלפי ישראל, בליעה"ר...!

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 8:49 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:גאר א זיסער קאמענטירער אויף אייוועלט האט רעאגירט אויף די טיפשות וויאזוי מאמענט האט באטיטלט דעם האליינער רב זצ"ל אלס "דער ראגאטשאווער פון וויליאמסבורג":


איך מיין הלל ווב"ג'ס פאות מאכען עם פאר דע ראגאטשאווער פון וומב"ג.

ווער רעדט נאך ווען מ'לייגט צו די מילך קעסטעל לומדות, דעמאלטס קען מען מתיר זיין אן אשת איש אויך....