בלאט 38 פון 53

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 12:09 am
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:נישט יעדער וואס די קענסט. קורקלענד איז נאך מיט טראמפ.

@ליפא?

@גאנצל?


כהאב דאך בפירוש געשריבן וועמען איך קען ״פערזענליך״.

ענק קען איך דאך נישט...

און זיי נישט ברוגז... בין נישט אינטערסירט צוקענען. גארנישט פערזענליך. יעדע טראמפיסט איז נישט מיין קא״פ א״ף ט״י. איינער וואס קען אים שטיצן איז א לונעטיק לדעתי.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 12:26 am
דורך קורקלענד
נישט לונעטיק. דעפלאורעבל.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 3:30 pm
דורך החוקר
ברעיקינג: ווייסע הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר אנטאני סקאראמושטי איז שוין אינדרויסןי
https://www.google.com/amp/s/mobile.nyt ... e.amp.html

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 3:38 pm
דורך גר ותושב
IMG_20170728_000337.jpg

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2017 5:46 pm
דורך diff
ער ווייסט נאכניש. דער ראדיא וועט עם מודיע זיין ביי דער אייער אש אראפזיצונג

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:21 pm
דורך שבת אחים
General John Kelly Takes Over as Trump Russia Story Changes: A Closer Look
:) :D
https://www.youtube.com/watch?v=NN4l8CaKT6k

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:43 pm
דורך החוקר
עף. בי. איי. האט געמאכט אן אבלאווע אויף די היים פון טראמפ קאמפיין טשעירמאן פאול מאנאפארט.

https://www.washingtonpost.com/politics ... story.html

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 2:36 am
דורך שבת אחים
בושות פאר אמעריקע. קיינער ווייסט נישט פונקטליך צי דער פרעזידענט פון אמעריקע ארבעט פאר ״אונזערע״ אינטערעסן אדער פאר ״פוטינס אינטערעסן״

בערני איז א קאמיוניסט האט טראמפ געשימפט... בערני איז סה״כ א ״דעמקראטישע סאושעליסט״ וואס געט א ש*ט פאר זיין היימלאנד.און טראמפ איז למעשה א ״רוסישער פאפועט״ פון די רויסישע דיקטאטער דער רוצח וולאדמיר פוטין...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:34 am
דורך קורקלענד
קיינער ווייסט אויך נישט אויב בערני אדער הילערי ארבעטן פאר אונזער אינטערעסע אדער פאר רוסלאנד. אדער אפשר גאר פאר די איין פראצענט............

אינטערעסאנט אז איר שרייבט אז איר ווייסט נישט פאר וועמענס אינטערעסע טראמפ ארבעט, איך האב באמת געמיינט אז איר זענט גאנץ זיכער אז ער ארבעט פאר רוסלאנד. דערווייל ווער היינט געוואויר אז איר האט סתם א ספק......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:24 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:קיינער ווייסט אויך נישט אויב בערני אדער הילערי ארבעטן פאר אונזער אינטערעסע אדער פאר רוסלאנד. אדער אפשר גאר פאר די איין פראצענט............

אינטערעסאנט אז איר שרייבט אז איר ווייסט נישט פאר וועמענס אינטערעסע טראמפ ארבעט, איך האב באמת געמיינט אז איר זענט גאנץ זיכער אז ער ארבעט פאר רוסלאנד. דערווייל ווער היינט געוואויר אז איר האט סתם א ספק......


קורקלענד האט געשריבן:נישט יעדער וואס די קענסט. קורקלענד איז נאך מיט טראמפ.

@ליפא?

@גאנצל?


:פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים: :פורים: :נישטמסכים:

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:39 pm
דורך שבת אחים
New Rule: The Troll Party | Real Time with Bill Maher
https://www.youtube.com/watch?v=h8JKZgwqH3g

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:43 pm
דורך שבת אחים
Trump Doubles Down on North Korea Threats While His Aides Praise Him: A Closer Look
https://www.youtube.com/watch?v=WAUDbW9ilDc

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:47 pm
דורך קורקלענד
ברעיקינג ניוז. סטיוו בענאן פאקט פעק. יודעי דבר זאגן, צוריק צו ברייטבארט.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:53 pm
דורך גר ותושב
קורקלענד האט געשריבן:ברעיקינג ניוז. סטיוו בענאן פאקט פעק. יודעי דבר זאגן, צוריק צו ברייטבארט.

"I will hire the best people"

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:54 pm
דורך החוקר
The joke is on us!
ווען דער נאר איז נישט מיינער, לאך איך אויך.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:54 pm
דורך גר ותושב
החוקר האט געשריבן:The joke is on us!

No the joke is on those who believed him.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:56 pm
דורך החוקר
I'm talking about the joke of living in a country run by incompetent people and a stupid leader.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:56 pm
דורך גר ותושב

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 5:44 pm
דורך קורקלענד
איך זעה נישט פארוואס ענק זענען אזוי צובראכן.
לעת עתה זעהט מיר נישט אויס ווי טראמפ האט נאך צופיל בעלות אויף די פרעזידענסי.
בענאן די פאפוליסט איז היסטאריע.
די הארט נעקיגע רעפובליקאנער פריביוס איז היסטאריע.
דער ווילדער סקאראמוטשי איז היסטאריע.
מייקל פלין וואס האט פארשטאנען אויסערן פאליטיק אנדערש ווי די עסטאבלישמענט איז היסטאריע.

לדעתי איצט האבן ענק גובר געווען.
ענק האבן ראבערט מולער.
ענק האבן די גלאבאליסט מק'מעסטער.
ענק האבן קושנער די ליבעראלע סוואמפ.
ענק האבן גאלדמאן סאקס אין די הויז.
ענק האבן די מיליטער פאר טשיף אוו סטעף.

מיינע צייטן ווי ס'זעהט אויס זענען מער ווייניגער גענדיגט, מיין האפענונג איז איצט גאר שוואך. ענק וואלטן לדעתי געזאלט זיין צופרידן אז אלעס איז צוריק צום קארופטירטן אלטן.

Re: לב מלכים ושרים: פרעזידענט טראמפ יר"ה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 6:02 pm
דורך גר ותושב
IMG_20170818_162652.jpg

נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 6:49 pm
דורך [NAMELESS]
אויף די אידישע ווינקל טעלעגראם טשאננעל האט איינער געשריבן צום פינטל נאך וואס טראמפ האט פארשיקט סקאראמוטשי
טראמפ קאבינעט, תשעה באב אדער פורים?

מיינע געדאנקען אין צוזאמענהאנג מיט די וואקלענישן אינערהאלב טראמפ קאבינעט.

געשריבן דורך יוסף הירש, אויף אידישער ווינקל

ערב תשעה באב נאכמיטאג קומט די ביטער-הילעריעס נייעס אז טראמפּ האט אונז ווידעראמאל נישט דיסעפוינטעד און געווארפן דעם מוטש אויפ'ן פארלאנג פון קעלי וואס איז אויפגענומען געווארן נאכדעם וואס דער מוטש האט געווארפן דעם ספייס. חד גדיא חד גדיא.

כ'האב זיך פארגענומען נישט צו רעדן מיט קיין טראמפער היינט ווייל ערב תשעה באב וויל איך נישט לאכן, און יעדער שמועס מיט א טראמפער מאכט א מענטש בשמחה. אבער כ'בין זיכער אז די טראמפערס וואס האבן פרייטאג געטאנצן קעדאטשקע אז טראמפּ האט ענדליך געטאן א קלוגע זאך און געפייערט ספייס און גענומען דעם מוטש, זענען היינט אין זיבעטן הימל אז טראמפּ האט געווארפן דעם מוטש און געלאזט דעם קעלי. ביי די חברה וואס רבינו טראמפ טוט איז זיכער גוט.

סתם אזוי ארויסצוברענגען א פוינט: די טראמפערס זענען כסדר ביזי זיך צו רייצן מיט אונז ווי קלוג זיי זענען, אז זיי האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט אבער אונז נישט.

קען זיין זיי האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט אבער וויאזוי ס'גייט אויסקוקן זעקס חדשים נאכדעם וואס טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט, און וויאזוי דאס ווייסע הויז גייט זיין א חוכא וטלולא, דאס האבן מיר נאר אונז געוואוסט און נישט זיי.

רעד צו א טראמפער וועט ער דיר מסביר זיין אז באמת איז אלעס גינגאלד נאר פשוט.

1.      די מידיע....

2.      די עסטאבלישמענט...

3.      די ליעקס...

וויל איך די חברה זאלן וויסן אז מיר האבן אפילו *דאס* אויך פאראויסגעזאגט. אזוי גוט זענען מיר...

ס'איז נאר פאראן איין חילוק צווישן די צוויי פרעדיקשאנס.

די טראמפערס האבן געוואוסט אז טראמפּ גייט ווערן פּרעזידענט, א זאך וואס איז נישט מעגליך געווען במציאות פאראויסצוזאגן. דאס איז ריין נבואה, און אויף דעם זאגט דאך שוין די גמרא, משחרב בית המקדש נתנה נבואה לשוטים.

די רעשט יומען ביאינגס האבן געוואוסט וויאזוי דאס ווייסע הויז גייט אויסקוקן זעקס חדשים דערויף, *אויב* טראמפּ ווערט פּרעזידענט. דאס האט גארנישט מיט נבואה צו טאן. דאס איז ריין חכמה. ווי די גמרא זאגט חכם עדיף מנביא. יעדער מיט א שטיקל ברעין אין קאפּ האט דאס געוואוסט זייער קלאר. 

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 9:53 pm
דורך קורקלענד
[tag]גראדעמעכעלע[/tag] דארפסט נישט קריכן ביז טעלעגראם, @נח בער האט עס שוין בשעת מעשה געשריבן דא . און איך האב איהם גראדע גענטפערט אויך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:42 am
דורך קורקלענד
עפעס שטימט נישט.

פון מולער הערט מען שוין נישט.
ליעקס זענען היסטאריע.
מקעין און גרעהעם לויבן אויס טראמפ.

איז דא איינער וואס פארשטייט וואס דא טוהט זיך?

[tag]ליפא[/tag]?
[tag]גאנצל[/tag]?