בלאט 38 פון 46

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 1:52 pm
דורך סדרן
Buddy האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אז ר' אהרן קוטלור האט געוואלט ר' שלמה גורן פאר אן איידעם...
http://bshch.blogspot.com/2013/04/blog-post_7.html

אז הרב גורן קען אין קאווע שטיבל געמעקט וועררן.. :)


באדי כהאב אייך געענטפערט אין אישי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 2:26 pm
דורך סקרן
אז רעדן און האסן אויף שוכני עפר אויף די ערגסטע אופנים און מיאוסטע אופן דאס מעג מען אלס דא איז א פלאץ ווי מען קען אלעס שרייבן
אבער ברענגן א בילד פון א רב וואס זיין עבירה איז ציונית דאס טאר מען שוין נישט
איך גיי נישט אריין אין קיין איינע פון די צוויי נושאים ס'איז פשו איראניש צו שטיין און זעהן ווי נאריש מענטשן מאכען זיך

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 4:32 am
דורך טאמבל סאס
אז רש"י האט געהאט א טאכטער רחל וואס האט חתונה געהאט צו א ת"ח בשם ר' אליעזר אבער האט זיך ג'גט און מער ווייסט מען נישט וועגן איר...

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2019 2:51 pm
דורך ונבנתה העיר
אז אויף די פושקעס פון מארלבארא ציגארעטן פלעגט שטיין די מימרא פון יוליוס קיסר: Veni, vidi, vici.

I came; I saw; I conquered

Philip_Morris_logo.jpg
Philip_Morris_logo.jpg (18.08 KiB) געזען געווארן 8239 מאל

נשלח: מוצ"ש אפריל 27, 2019 11:49 pm
דורך ונבנתה העיר
לגבי דעם וואס דער ריב"ש שרייבט (שו"ת סי' שע"ו) אויף די חכמי אשכנז, כי מצרפת תצא תורה ודבר ה' מאשכנז, זע איך אז ס'שטייט אין ירושלמי (נדרים כ"ג ע"א):

כי מבבל תצא תורה ודבר ה' מנהר פקוד.

------------

לגבי וואס טשורטשיל האט געזאגט איבער די עיר-פארס ביי די קאמף פון בריטאניע: Never in the field of human conflict was so much owed by so many to so few.

איבער וואשינגטאנ'ס נצחון אין טרענטאן, איז שוין געשריבן געווארן:

It may be doubted whether so small a number of men ever employed so short a space of time with greater or more lasting results upon the history of the world.

-----------

די פסח'דיגע משפחה ברענגט פון פראפעסאר מאיר שווארץ אז די גאנצע התגרות-מעשה, ווען הערשל גרינשפאן האט אומגעברענגט א דייטשן דיפלאמאט און געברענגט דעם 'קריסטאל נאכט', הייבט זיך נישט אן. גרינשפאן האט קיינמאל געשאסן, און די דייטשן אליין האבן יענעם אומגעברענגט, לויטן באפעל פון היטלער, אנצודרייען א מעשה.

אגב, דער ארטיקל גיבט דעם רושם אז דייטשלאנד האט געזיגט אין די ערשטע קריג. א טעות בל יכופר פאר אזא מאגאזין ווי משפחה.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 1:04 am
דורך מאטי
די לעצטע זאך וואס אחד העם האט פארלאנגט פון ביאליק פאר זיין פטירה איז געווען, ער זאל אנהייבן א פראגראם פאר דעם יוגנט אין תל אביב שבת נאכמיטאג כדי זיי זאלן נישט פארברענגן מיט דברים של מה בכך צו פארשוועכן דעם כבוד פון שבת און דערביי דעם כבוד תרבות הלאומי של עם ישראל.

ביאליק האט מקיים געווען דברי שכיב מרע, דער פראגראם רופט זיך "אגודת עונג שבת" עד עצם היום הזה.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 1:56 pm
דורך ונבנתה העיר
אנביליוועבעל. וויאזוי האט מען באקומען די בילדער פון שפיאנאזש סאטעללייטס, איידער גאט האט באשאפן דיגיטאלע בילדער?

דער סאטעללייט האט ארויסגעווארפן דעם פילם, און אן עיר-פארס פליגער האט עס געכאפט אינמיטן פליען...

Fairchild_C-119J_Flying_Boxcar_recovers_CORONA_Capsule_1960_USAF_040314-O-9999R-001.jpg

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 5:30 pm
דורך זאפטיג
אז [tag]berlbalaguleh[/tag] איז טאקע א פיגור אין א אידישע קאמיקס וואס האט חתונה געמאכט מיטן רב

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 10:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 12:15 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:לגבי דעם וואס דער ריב"ש שרייבט (שו"ת סי' שע"ו) אויף די חכמי אשכנז, כי מצרפת תצא תורה ודבר ה' מאשכנז, זע איך אז ס'שטייט אין ירושלמי (נדרים כ"ג ע"א):

כי מבבל תצא תורה ודבר ה' מנהר פקוד.

------------

לגבי וואס טשורטשיל האט געזאגט איבער די עיר-פארס ביי די קאמף פון בריטאניע: Never in the field of human conflict was so much owed by so many to so few.

איבער וואשינגטאנ'ס נצחון אין טרענטאן, איז שוין געשריבן געווארן:

It may be doubted whether so small a number of men ever employed so short a space of time with greater or more lasting results upon the history of the world.

-----------

די פסח'דיגע משפחה ברענגט פון פראפעסאר מאיר שווארץ אז די גאנצע התגרות-מעשה, ווען הערשל גרינשפאן האט אומגעברענגט א דייטשן דיפלאמאט און געברענגט דעם 'קריסטאל נאכט', הייבט זיך נישט אן. גרינשפאן האט קיינמאל געשאסן, און די דייטשן אליין האבן יענעם אומגעברענגט, לויטן באפעל פון היטלער, אנצודרייען א מעשה.

אגב, דער ארטיקל גיבט דעם רושם אז דייטשלאנד האט געזיגט אין די ערשטע קריג. א טעות בל יכופר פאר אזא מאגאזין ווי משפחה.

ונבנתה העיר: איך האב דעם פסח'דיקן אויסגאבע פון משפחה (נאכנישט)געליינט. אבער דאס אז הערשל גרינשפאן האט געשאסן דעם דייטשן קאנסולארישן דיפלאמאט וואן נויראטה איז א באשטעטיגטער פאקט. דאס קענעמן נישט אפלייקענען. און דער משפחה מעגעזין בכלל איז זייער נישט פארלעסליך מיט באשרייבן די פונקטליכקייט פון פאקטן. דו זעסט דאך אליינס איבער זיין רעפארט פון די ערשטע וועלט קריעג...!

אויסער דעם האט דער משפחה שוין 3 מאל געברענגט א רעפארט איבער א געוויסן אדמו"ר אז ער איז נפטר געווארן. און ער לעבט ב"ה. ער איז חי וקיים אויף ביידע באקן. אויך האט ער אויסגעמישט א שטאט אין ניו יארק סטעיט מיט א שטאט אין טעקסאס. הקיצור. זיי קענען נוצן א גוטן עדיטאר אויף צו טשעקן פאקטן...!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 10:32 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'פלעג אלץ האבן אן עקסטערע חיות ביים זען ווי די ספרדים פלעגן שרייבן אויף ר' עובדיה 'מרן מלכא'. זע איך אז ס'איז א לשון המדרש אין וישלח.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:15 pm
דורך ונבנתה העיר
אז סטאלינ'ס טאכטער האט דעפעקטירט צו אמעריקא. אז איר ערשטע ליבע איז געווען א איד, אלעזר יעקבלעוויטש, און איר ערשטע מאן איז אויך געווען א איד, א מאראזוב גאר. און אז זי איז ערשט געשטארבן אין 2011.

MAC22_BOOKSART-POST02.jpg

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס מיינט א מאראזאוו? א משפחה מיט אח"ד?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:02 am
דורך קאך_לעפל
[justify]סטאלין האט אויך פארמאגט א זון פון זיין ערשטע ווייב מיטן נאמען יאַקאָוו דזשוגאַשווילי. דורכאויס דער צווייטער וועלטס קריג האט דער יאַקאָוו העלדיש געקעמפט אין די רויטע ארמיי קעגן די נאצישע אינוואנדירער וועלכע האבן אינוואנדירט דעם ראטן פארבאנד. דורכאויס די שטורעמישע שלאכטן איז ער געפאנגן געווארן דורך די נאציס. ער איז געברענט געווארן קיין דייטשלאנד וואו ער איז אינטערנירט געווארן אין א נאצישע קאָנצענטראַציע לאגער, מיט נאך אנדערע רוסישע געפאנגענע. ווען סטאלינגראד איז ענדליך געפאלן, און פעלד-מארשאל פרידריך פאולוס דער קאמאנדיר פון די זעקסטע ווערמאכט ארמיי איז גענומען געווארן אין רוסישע געפענגעניש - האבן די נאציס אנגעפירט מיט העפטיגע פארהאנדלונגען מיט די רוסן - אויסצוטוישן פעלד-מארשאל פאולוס פאר יאַקאָוו דער זון פון סטאלין. נעמליך, דער לעצטער ווארט איבער אזא סארט אויסטויש האט בלויז געהאט קאמאראד סטאלין זעלבסט. און זיין אנטווארט איז געווען בלויז איין ווארט, נעיט!

און דער יאַקאָוו בן סטאלין איז טאקע שפעטער געשאסן געווארן אין נאצישע געפענגעניש. ווי ס'ווערט פארציילט האט דער סטאלין ניטאמאל געלאזט קיין טרער...[/justify]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:48 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.

די מיינסט מסתמא Leech therapy.
Cupping איז א צווייטע זאך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 2:50 pm
דורך ונבנתה העיר
אז ענן איז געווען א זקן ממרא ע"פ בית דין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:35 pm
דורך הקטן
חתן בחור האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז באנקעס ווערן נאך גענוצט היינטיגע צייטן, ויקרא שמו בישראל cupping therapy.

די מיינסט מסתמא Leech therapy.
Cupping איז א צווייטע זאך.

די צוויי טיען די זעלבע פעילה
cupping ניצט א suction cup צי שלעפן די בליט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:09 pm
דורך עזרא
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ענן איז געווען א זקן ממרא ע"פ בית דין.

"מצאן אבית פאגי והמרה עליהן יכול שתהא המראתו המראה ת"ל וקמת ועלית אל המקום"

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 1:53 pm
דורך ונבנתה העיר
אז בענדזשאמין פרענקלין האט אין 1722 פארגעשלאגן ערבים'ס אינשורענס מהלך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 8:51 pm
דורך ונבנתה העיר
אז ארום שנת ת"ר איז געווען א זמן פקידה ביי די קריסטן אין אמעריקא ([tag]רביה"ק זי"ע[/tag]?).

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:46 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אז פארוואס הייסט די חסידישע גאטשעס "רבינו תם'ס" ?
ווייל שיטת רבינו תם איז אז דער כהן גדול איז געגאנגען מיט לאנגע "מכנסיים"
משא"כ רש"י האלט אז עס קען זיין קורצע הויזען

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:59 pm
דורך טשילער
רבינו תם איז אלעמאל א "תוספות" - מער ווי פשוט פשט, כלומר רש"י. די זעלבע איז מיט דעים פינק פון חסידות על בשרנו - גאטש"ע.
ווען וועלט איז וועלט, מאך איך ווען א "גאטש"ע געלערי" -אויסשטעלונג אין ווילימסבורג, ווי יעדער וועט זיך קענען אויסדרוקן אלע געפילן בנוגע דעים כח וואס האלט צוזאם כלל ישראל. אן אויסשטעלונג וואס וועט מעורר זיין אנדערע יודן וואס האבן שוין ליידער אפגעלאזט די מסורה, זאלן קענען נתעורר ווערן און צוריקקומען צום שורש.

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:39 pm
דורך יעלה ויבא
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אז פארוואס הייסט די חסידישע גאטשעס "רבינו תם'ס" ?
ווייל שיטת רבינו תם איז אז דער כהן גדול איז געגאנגען מיט לאנגע "מכנסיים"
משא"כ רש"י האלט אז עס קען זיין קורצע הויזען
צוועלף אינטשעס לענגער.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk