בלאט 38 פון 43
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:56 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.
א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!
אבער דער גויאישע דעליווערי מאן האט אויך און דער רעבאה האט נישט געוויסט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:33 am
דורך צקון לחש
די אלע קוריאזן זענען, ווי פארשטענדליך, א געוואלדיגע ישועה, וכדאמרי אינשי (ומטו בה משמיה דלנין שר"י): "ככל שיהיה יותר רע, יהיה יותר טוב."
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 8:50 am
דורך berlbalaguleh
צקון לחש: לענין איז נישט געווען קיין שר"י. ווען מ'פאלגט איהם ווען וואלט דאס קאמוניזם געהאט א סאך א בעסער פנים. ווייל ער האט געוואלט ברצונו או שלא ברצונו איינפיהרן פארשידענע רעפארמען וואס וואלטן (אפשר) געווען א שטיקל ישועה פאר די ארימעלייט וואס האבן זיך געמוטשעט מיט די פרנסה יום יום. נאר ס'איז געווען אזוי באשערט אז דער רויבער און מאסן מערדער סטאלין ימ"ש האטציך אריינגערוקט. ס'נישט אז טראצקי וואלט א סאך בעסער געווען. אבער ס'זענען געווען אנשטענדיגע מענטשן וועלכע האבן געוואלט טון גוטס מיט די באפעלקערונג.
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 11:12 pm
דורך [NAMELESS]
ניטאמאל א אידיש ספר ווייסן זיי צו רופן ביים נאמען...
(פרי תואר כצ''ל לבעל אוה''ח.)
Sent from my M2101K7BNY using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:51 am
דורך [NAMELESS]
אומגלויבליך!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 am
דורך קהל'ס נער
דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.
#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:01 am
דורך [NAMELESS]
עס כאפט אן עקל ווען מען זעט דאס אפילו. די ווייטאג איז אז די מעלות איז אין מיינע קינדער יארן געווען די בעסטע און מערסט אינהאלטסרייכע אויסגאבע, איך קען נישט פארשטיין ווי זיי זענען געפאלן א קרבן צו די עקלדיגע סיקריקים פון בית שמש.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:07 am
דורך ווייל אזוי
דאס קוקט ענדערש אויס ווי א נאכגעמאכטע מעלות וואס איז מוחה אויף די כלים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 5:54 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:דאן פארוואס האבן זיי עים בכלל אריינגעלאזט אין זייער הויז, זיי האבן עים געדארפט בא'שגצ'ן ווי נאר ער האט זיך באוויזן ביים טיר.
#איך_בין_א_קנאי_ווען_עס_לוינט_מיר
ועוד: כמו שאמרתי כמה פעמים. ווען די שנארערס וועללן דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל אז זיי גייען נישט נעמען קיין געלט פון מענטשן וועלכע האבן א סמארטפאון. דאמאלס וועל איך אנהייבן צו גלייבן אז זיי מיינען עס ערנסט. (הגם זיי זענען טיפשים און בהמות). אבער ווילאנג דאס געשעהט נישט האלט איך אז זיי זענען פשוט'ע היפאקריטן. וועלכע זענען נאה דורש. אבער נישט נאה מקיים...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 6:08 pm
דורך קהל'ס נער
די רבי'ס זענען פינקט אזעלכע היפאקריטן ווען זיי לעקן די אחוריים פון געשניפסעלטע-לאס-אנג'עלעס-אידן וואס האבן אינטערנעט אינדערהיים, צוליב תאוות הבצע, בו זמנית וואס זיי פייניגן זייער אייגענע אונטערטאנען מיטן חזיר-פיסל-טענה "ער האט אינטערנעט אינדערהיים".
די עכטע טענה איז "דו האסט נישט קיין געלד, פארוואס זאל איך דיך אנקוקען בכלל, וועסט האבן געלד וועל איך דיר מוחל זיין אלע עבירות".
מיר מיינען יא כבוד, מיר מיינען יא געלד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:43 pm
דורך נפה
ביי אונז פלעגט מען זאגן מיר מיינען נישט קיין כבוד מיר מיינען נישט קיין געלט, מיר מיינען נאר כבוד צוזאמען מיט געלט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ממש צו געגאגסן פאר געוויסע רבי'ס וואס איך קען. ביי זיך אין ביהמ"ד וועט ער ביי יעדע געלעגנהייט זאגן דרשות און שרייען (אפילו מיט טרערן אין די אויגן) אקעגן אינטערנעט און די טמא'נע כלים. און אין ביהמ"ד 'הענגט צעטליך אז בפקודת כ"ק (מיט א פת"ח) מרן. אדמו"ר שליט"א טאר מען נישט אריינברענגען (ח"ו) קיין סאמרטפאון אדער אנדערע טמא'נע כלי אין גאנצן שטח פון ביהמ"ד. און ער אליין חנפ'עט זיך צו די גרעסטע פושעי ישראלים. און קלאפט זיי אויף די פלייצע און זאגט ..."אחינו אתה"...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:38 am
דורך שמעקעדיג
וויזניצער רבי פון ב"ב בעט כלל ישראל זאל אים געבן זייערע כשר'ע סמארטפאונס ביז נאך חנוכה!
https://vinnews.com/2021/11/28/vizhnitz ... artphones/
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 7:21 am
דורך וואלווי
א שאד ער האט נישט געהייסן אויפגעבן מיט א שטיק צייט צוריק, ווען זיין קהלה האט פארפלייצט די וועלט פאר א מעגא בית מדרש קאמפיין דורך די נעט, וואטסעפפ, וכו'. ס'געווען אן עת רצון, מ'וואלט געקענט מאכן א גרויסע קידוש השם.
זעהט אויס אז פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.
הנסתרות לה' אלקינו...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:25 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: וואס פארשטייסטו נישט?! די וויזניצע רבי שליט"א (ס'איז דאך ידוע) אז ער האט רוח הקודש. נאר וועגן אונזערע חטאים האט ער נישט באקומען קיין השראה פון הימל אין יענע זמנים. אבער די רבי שליט"א האט אנגעקאלפט אין אנדערע, העכערע היכלות. און די השראה איז צוריקגעקומען...!
Re: נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 2:32 pm
דורך פאליטיקאנט
די ישראל'ישע "שר התקשורת" זאגט פאר חרד'ישע פארשטייער דעם אמת אין פנים.
"ביי די חרדים האט מען צוויי טעלעפאנען, א כשר'ע, און א סמארטפאון"
"איבער פופציג פראצענט חרדים זענען מחובר צום אינטערנעט", "ענק קענען זיך באגראבן די קאפ אין זאמד, אבער דאס איז די מציאות".
https://t.me/YidInfo/20053
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:45 pm
דורך שמעקעדיג
נו, 50 פראצענט מוז דאך נישט מיינען ביי אונזער קהילה, מסתמא איז עס דעם שכנ'ס קהילה, ואנחנו נלך לחיים טובים ולשלום....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אין נוסח פון זה חליפתי...! מסתמא האסטו דאס געמיינט...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 11:33 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: אין נוסח פון זה חליפתי...! מסתמא האסטו דאס געמיינט...!
לפי הסוגיא דמחליף פרה בחמור...
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 4:54 pm
דורך כלבאשבוע
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:18 pm
דורך צקון לחש
ושכינה מה היא אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 2:58 pm
דורך אלבערט איינשטיין
ווער האט געבארגט זיין טעסלא קאר פאר א כולל יונגערמאן?
10.jpg
11.jpg
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:36 pm
דורך שמעקעדיג
ער ווייסט נישט אז א גרויס חלק קארס קומען שוין היינט דערמיט. נישט נאר טעסלא.