בלאט 38 פון 50

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 10:35 pm
דורך קל וחומר
אמאל געהערט עפעס א סיפור אז איינער פון די בריסקע רב'ס קינדער איז געפארן אין קאר האט מען גערעדט פון ר' אהרן קוטלער ז"ל האט זיך איינער אנגערופן, ר' אהרן איז די רע"א שבדורנו, האט זיך דער בריסקער רב'ס קינד זיך אנגערופן, איך בין די רע"א אינעם קאר דא.

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 11:05 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 11:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קל וחומר האט געשריבן:אמאל געהערט עפעס א סיפור אז איינער פון די בריסקע רב'ס קינדער איז געפארן אין קאר האט מען גערעדט פון ר' אהרן קוטלער ז"ל האט זיך איינער אנגערופן, ר' אהרן איז די רע"א שבדורנו, האט זיך דער בריסקער רב'ס קינד זיך אנגערופן, איך בין די רע"א אינעם קאר דא.

viewtopic.php?p=310617#p310617

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:01 am
דורך חצוצרות
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט געטראפן קיין בעסערע בילד צו לייגן נאר אזאנס וואס מען זעט די איינציגסטע ליידיגע גאלאריע פון העכערן אויבן-אן?

דער איד האט גענוצט דעם זעלבן בילד אויפ'ן קאווער אזוי אויך דיין וואך, איסרל, כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן, לאז דיין חכמה פון אפירקראצן די באנעבעכטע קאמענטארן פון קריכן אויף די גראדע ווענט אבי טרעפן אראפצורייסן (געווענליך בלויז אויפ'ן קאווער, אן נעמען די מי א בליק צו טון וואס טוט זיך אינערהאלב) אויף דער מאמענט פאר דיין אייוועלט ניק, דארט ווערט עס שטארק אפרישיעיטעד, ווידעראום קיינער דא איז נישט נייגעריג דערין.

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:26 pm
דורך [NAMELESS]
חצוצרות האט געשריבן:

א) מ'רייסט נישט אזוי אראפ א ניק, לאז אים שרייבן וויאזוי זיין הארץ באגערט.
ב)איסר'ל איז מיין אמבעסעדער און שוץ זאנע אויף די אנדערע זייט טייך, ווען איך שווים אריין דארט און די טיפשות גיסט איבער טרעפט מען א שיין תגובה'לע פון איסר'ל, געווענדליך מיט אזא תמימישער פנים וואס וויל פארשטיין, אסאך מאל איז עס מורא'דיג זיס

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 2:52 pm
דורך איסר האטלקי
חצוצרות האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט געטראפן קיין בעסערע בילד צו לייגן נאר אזאנס וואס מען זעט די איינציגסטע ליידיגע גאלאריע פון העכערן אויבן-אן?

דער איד האט גענוצט דעם זעלבן בילד אויפ'ן קאווער אזוי אויך דיין וואך, איסרל, כ'האב דיר שוין לאנג געוואלט זאגן, לאז דיין חכמה פון אפירקראצן די באנעבעכטע קאמענטארן פון קריכן אויף די גראדע ווענט אבי טרעפן אראפצורייסן (געווענליך בלויז אויפ'ן קאווער, אן נעמען די מי א בליק צו טון וואס טוט זיך אינערהאלב) אויף דער מאמענט פאר דיין אייוועלט ניק, דארט ווערט עס שטארק אפרישיעיטעד, ווידעראום קיינער דא איז נישט נייגעריג דערין.

איינער דארף זיין נייגעריג? איך רעד פון ווייטאג. איך בין שוין גענוג מאל געפאלן פאר זייערע אויפרייסענדע דעקלעך און געקויפט דעם מאמענט און דערנאך געווארן מיאוס אויסגעשפילט זעענדיג אז קיין שום אינפארמאציע אדער תוכן איז צוגעקומען צום נושא דורכדעם וואס זיי האבן צונומען עפעס א נושא וואס איז געלעגן אויפן סדר היום. טרוקענע פאקטן פונעם כינוס זע איך אין דער איד, סודות פון הונטער די קוליסן קען איך ליינען אין בלאט, דער סך הכל וועל איך מאכן ביי מיר אין קאפ פון ביידע צוזאמען, אויף דעם דארף איך נישט קיין מאמענט. במחילת כבודך.
ישר כח פארן אויפמערזאם מאכן אז קיינער איז נישט ניייגעריג, איך גיי מיך איבערטראכטן קומענדיגע מאל איידער איך זאג א ווארט קעגן דיין מאמענט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:59 pm
דורך בן ישי
איסר האטלקי האט געשריבן:

ער זאגט דיר אז די אנדערע צייטונגען האבן געלייגט דעם זעלבן בילד ממילא דיין אטאקירן כאילו זיי האבן עפעס געמיינט דערמיט איז ראנג, בכלל שטעל איך זיך פאר אז מ'זיכט נישט חוזק צו מאכן פון א זאך וואס מ'באשרייבט ווי געלונגען ס'איז געווען ממילא האבן זיי זיכער גארנישט געמיינט.

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2017 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת דברים

.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת ואתחנן

.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:17 am
דורך בן ישי
יואל העלבראנץ זאגט אין די מאמענט אז ער האלט עס איז זייער מעגליך אז די ציונים שטייען אינטער די טויט פון זיין טאטן...
ווי אויך איז דא אינטערסאנטע בילדער ווי נעבעכדיג זיי וואינען דארטן היינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:22 pm
דורך קאצקע ציקער
מיר ווינדערט פארוואס די מאמענט האלט נישט קיין אינטערוויו מיט די מענטשן פון דער אנדערע זייט וואנט וואס זענען שוין אנטלאפן פון דארט הערן פון זייער זייט די געשיכטע פון לב טהור אפילו די אייוועלטיסטען וועט עס נישט באדערן. פארוואס איז מאמענט אזוי גענייגט צום גיטן פאר זיי ?

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 4:34 pm
דורך איש את רעהו
כ'האב מורא די אנטי-ציונים שטייען אינטער דעים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:35 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: איך וואלט געזאגט אז דו האסט מורא פון די אנטי ציונים פונקט ווי לב טהור האבן מורא פון די ציונים. נאר דער אמת איז דאך אז דיין יעצטיגע תגובה איז איין שטיק ליצנות...! אבער זיי מיינען עס נעבעך ערנסט. אז די ציונים האבן געהרג'עט הרב שלמה העלבראנץ. תמ"ל זי"ע ועכי"א זצוק לאל האהא...!
כאילו ס'איז נאך היינט דא ציונים. און אז זיי האבן נישט קיין אנדערע דאגות נאר הרב העלבראנץ און זיין באנדע משוגעים...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 5:48 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת עקב!

.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 5:55 pm
דורך ליפא
Price hike

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:01 pm
דורך berlbalaguleh
ליפאף דאס איז אן עקסטערע זאך. ווען איך האב די לעצטע וואך געקויפט דעם מאמענט האביך פארשטאנען וואס ס'מיינט..."סטיקער שאק"...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:41 pm
דורך שמעקעדיג
פרשת ראה

.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 12:56 pm
דורך שמעקעדיג
כי תצא

.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:12 pm
דורך איש את רעהו
הלוואי זאלן זיי מגלה זיין די אמת וואס גייט פאר אין די לב טהור קהילה. און אידן זאלן זיך מרחם זיין און העלפן למעשה די משפחות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:56 pm
דורך berlbalaguleh
ווען הרב שלמה העלבראנץ האט אנגעהויבן זיין הנהגה און פירסום האט ער אנגעהויבן אלס זייער א נארמאלער מענטש מיט א נארמאלע משפחה, וועלכער האט אריינגענומען עלנדע אידישע קינדער און זיי געהאלפן. און געלערנט צו זיין ערליכע אידן. דערפאר האט ער טאקע באקומען די פולע שטיצע פון די גאנצע אידישע קהילה אין ניו יארק.

ערגעץ ביי א געוויסע נקודה האט ער אנגעהויבן צו פראקטיצירן פארשידענע משוגע'נע הנהגות.ס'האבן צירקולירט א סאך שמועות איבער משוגעת און אכזריות וואס ווערט פראקטיצירט אין זיין גרופ. ספעציעל ווען ער האט אנגעהויבן אן צו טון די נשים און קליינע קינדער אין זיין גרופ מיט דעם פארשאלטענעם מוסולמענער לבוש. אויך נאכדעים וואס ער האט באוויזן צו טון אן אקט פון כפיית טובה פאר דעם קאשויער רב זצ"ל. נאך אט די אלע משונה'דיגע מעשים און התנהגות האט ער פארלוירן די שטיצע פונ'ם היימישן ציבור...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:17 pm
דורך סמבטיון
ער איז געווען די וואך אין די ראלי האטעל אונז האמער פיין געשמועסט מיט אים, גראדע א געשמאקע יונגערמאן, מיט אסאך יראת שמים און נישט קיין קליין פעקל מיט צרות פאר קיין שום יוד נישט געדאכט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 5:27 am
דורך איך אויך
berlbalaguleh האט געשריבן:ווען הרב שלמה העלבראנץ

מי זה?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 6:01 am
דורך diff
ארויסשלעפען משפחות פון זייער היימלאנד הייסט נארמאל
... לה אף את המתיני עד שאכנס ואצא אמרה לו ולא יהודי אתה אמר לה ומאי איכפת ליך נכנס פער בפניו וקינח בחוטמו והיו משרתי ע"ז מקלסין לו ואומרים מעולם לא היה אדם שעבדו לזו בכך!