בלאט 38 פון 214

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:44 pm
דורך ליפא
MSG still tastes good

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:48 pm
דורך געוואלדיג
right. he is a silent killer

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:57 pm
דורך לייברערין
איך בין א דרייסיג יעריגע חסדיש'ע יונגערמאן מיט גאר א שטארקע געפיל צו מענטשען, קולטור, איך האב געלערנעט און דו ליטע אסאך קונה געווען דארט, געוואוינט און א"י, אסאך פארברענגעט און ארופגעפארן, איך האב זייער ליב ספרים, ירחונים וכו' פלענער צו וואקסען א ת"ח בכל עניני התורה

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 8:04 pm
דורך געוואלדיג
ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה, וברוך הבא.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 8:11 pm
דורך פריעד באטשי
לייברערין האט געשריבן:איך בין א דרייסיג יעריגע חסדיש'ע יונגערמאן מיט גאר א שטארקע געפיל צו מענטשען, קולטור, איך האב געלערנעט און דו ליטע אסאך קונה געווען דארט, געוואוינט און א"י, אסאך פארברענגעט און ארופגעפארן, איך האב זייער ליב ספרים, ירחונים וכו' פלענער צו וואקסען א ת"ח בכל עניני התורה

שלום עליכם [tag]לייברערין[/tag], וועלקאם טו דע קלאב!
יהא בואך להרמת חדר הקאווע.
הערה בעלמא: אויב האסטו טאקע פלענער אויסציוואקסן א תלמיד חכם בכל עניני התורה, דאן זיץ נישט דא צופיל.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 5:21 pm
דורך יודע דבר
בטבע בין איך פאליטיק פון אלץ קינד נאך האב איך מיר אלעמאל אינטרעסירט אין נייעס - וועלטליכע פאליטיק בכלל און אויך אביסל אידישע פאליטיק, איך לייען גאר אסאך און פאליטיזיר וויפיל איך קען - ליידער

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 5:23 pm
דורך רעינבאו דעש
מיין יידיש איז נישט זייער גוט, אבער איך ליבט צו פרובירט צו רעדן און שרייבן עס פאר שפאס. "אידשע וועלט" איז נישט דער פלאץ איך האט פרובירט צו געפינען, אבער דאס וועבזייטל איז זייער בעסער.

מיין באניצער נאמען איז באזירט אויפן נאמען פון מיין מערסטע באליבט כאראקטער פון "מיין קליינער פאני: פריינטשאפט איז צויבער" .

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 6:47 pm
דורך Introvert
---------------------------------------------------------------------------------
-- איך טאָ נישט פיינט האבן מענטשן, איך פיל נאר בעסער ווען זיי זענען נישט אַרום מיר --
-- איך וויל בלייַבן אין מיין נעסט און נישט רירן --
--------------------------------------------------------------------------------

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2015 7:06 pm
דורך גר ותושב
גר ותושב אנוכי עמכם איך בין געווען א גר ביז יעצט און פון היינט און ווייטער וויל איך ווערן א תושב עמכם האבן די געלענהייט צו צילייגן נאך א טעם אונעם שטיבעל איך בין א מאנסי יוד וואס עס גייט מיר בעיקר אן נייעס פון מאנסי און אויך פאליטיק און וועלטליכע נייעס

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 5:31 pm
דורך מנחם וואהלינער
איך האב הנאה גיהאט פון די נושאים אין רייגע ידיעות אויף קאווע שטיבעל, ואקווה שביחד עם שאר החברים אמצא נחת ושמחה במחקרים שהנני עורך. וואוינט אין בארא פארק ולבי במזרח ועבודתי במערב.
מיין ערעסטע אינטרעסעאיזאלטע בילדער סיי םוןדערהיים אין בפרט פון אמאלידען אמעריקא

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 6:37 pm
דורך הייסע קאווע
איךאיך האב זייער ליב די נשטיבל סשמעקט פון דעם קאלטס און ווארעמס און מ'קען טאויס זאגן דעות אויף טסאך נושאים ממילא האלגט איך סאיז גוט צוארויס זאגן מיינונגען און זיך דינגען

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:00 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס האבן די לעצטיגע נייע ניקס צעבראכענע קיעבארדס?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:40 am
דורך petergrifin
קוים קוים וואס ער כאפט עפעס סערוויס און דער od דרייט זיך שוין ווידער אין דער באנגעלאוס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:03 am
דורך רעינבאו דעש
petergrifin האט געשריבן:קוים קוים וואס ער כאפט עפעס סערוויס און דער od דרייט זיך שוין ווידער אין דער באנגעלאוס.

פיטער גריפין? איר ליבט "משפחה מענטש"?

ברוך הבא.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:13 am
דורך petergrifin
עליכם השלום. גיגיטי

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 5:19 pm
דורך פישערער רבי
איך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.

אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 5:30 pm
דורך chaims
שלום עליכם רבי פישערער

I can't believe I just said that...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:23 pm
דורך כמעט אלסווייסער
איך ווייס (כ'מעט) אלעס, אבער אייביג גרייט זיך צו לערנען עפעס ניי. אין שוין. אבער די בויגן טענה'ט אז מיין בייעגראפיע איז צו קורץ, וואס דאס איז נישט אן אנגענעמע אבער שוין, העלעך פרובירן יעצט נאכאמאל.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2015 10:26 pm
דורך אדונינו
איך בין א בחור אין ישיבת מיר ירושלים, וואס קען באשטיין אביסל צו הנאה האבן פון א גוט שטיקל,(פארשטייט זיך אז נאר בין הסדרים) האב איך אזוי קלערנדיג צו מיר וואס צו טון, באגעגנט א חבר וואס אופססס... שוין 40 ווערטער. יוצא געווען.

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 11:31 am
דורך טענעסי
א איד ווי אלע מיט זייער ווייניג הומאר אדער אונטערגעשפיטצקייט אבער האט ליב צו טראכטן און טזשאלענדזשן זיך אליין
קאווע שטיבל איז אן אויסגעצייכנט פלאץ אויף אינטעליגענטע שמועסן אין א גאר ברייטן אוסוואל פון נושאים וואס מיר אינטערסירט צ.ב. היסטאריע , פילאזאפיע , וועלטספאליטיק , אא"וו

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 12:52 pm
דורך berlbalaguleh
פישערער רבי האט געשריבן:איך בין זייער אינטערסירט צו מברר און קלאר מאכן חסידישע פאליטיקס און אינטערסאנטע פרשיות פון מחלוקתות וכו פון אלע רעבישע חצרות פון אלע דורות ובפרט אין אונזער דור. ווי ס'פארשטייט זיך אלעס מיט א ריינע שפראך וכו' און חלילה נישט צו מזלזל זיין.

אויכעט איך אינטערסאנט זיך איבער מוזיק חסידישע ניגונים און זינגערס. ווען ס'מיר מעגלעך (איך מיין צו זאגן ווען איך האב צייט און בעיקר א נארמאלע קאמפיוטער)לייג איך ארויף קליפס וכו'.

שלום עליכם, פישערער רבי. וויאזוי זאגט מען ארויס אייער געערטן נאמען...? מפיק פא. מיט א פינטל אין די פ"א...?!
ס'איז מיר א נפקא מינה צו וויסן... :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 5:42 pm
דורך ואני און איך יעקב
איך בין א פשוטע יוד, פאר פרנסה טו איך אין גרעפיק'ס, און ב"ה איך זע א געוואלדגע הצלחה.
איך בין א חסידישע יוד פון א חשובע חסידישע קרייז.
איך קום פון א שטוב געבנטשטע משפחה.
חשובע יוחס.
כ'האב שטארק הנאה אין א געוואלדיגע אינטערעסע צו נייעס פון מדינת ישראל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 1:53 am
דורך שמעקעדיג
מיר האבן שוין א יעקב אין צימעס, ניין?