berlbalaguleh האט געשריבן:להלכה: ברוך הבא. שלום עליכם. אחדשה"ט ווילל איך דיר זאגן אז דיין פשט'ל גייט פארקערט אויך. אויב ס'איז נישט דא קיין רב איז נישט דא קיין קהילה. איי, ס'איז דאך יא דא (ב"ה) א רב, א יורש דאורייתא. און א גאון וצדיק. נאר ענק ( א פאר מחוצפים ובעלי מחלוקות ומדון וריב) וויללן נישט אנערקענען אין איהם. אבער זיין בארעכטיגטע פאזיציע מן התורה בלייבט נאכאלץ. במקומה עומדת...!
דאס מיינט נאכאלץ אז ווען איינער איז עובר אויף די תקנות קומט איהם א קנס...! וכל מה שבי"ד ישימו עליו...! קעיס קלאוז'ד...!
איך בעט אייך ביטע,ווערט נישט איבערגענומען אדער דעפענסיוו, און שריי נישט, און איבער אלעם ווער נישט אויפגערעגט עס איז נישט געזונט און עס נעמט אוועק דעם טעם פון דעם פארום. נעם די פעדער אין די האנט נאר קאלטערהייט, און נאר אויב דו דערהייבסט אז עס איז דא צדדים צו יעדע זאך, אפילו ביי די הארבסטע ענינים קען מען דן זיין אויף צוויי וועגן, אויב דו האסט שוין געלערנט סנהדרין אדער די בבא'ס דארפסטו דאס וויסן. דא איז נישט קיין דין תורה און דו ביזט נישט קיין טוען וואס דארף שרייען שיייגעץ מחוצף וכו' לאז נאך און שרייב דיי מיינונג נאר בנוגע דעם דיון און נישט דער פערזאן וואס שרייבט....
אוודאי איז דא א רב א גאון וצדיק ידיו רב לו, א יורש דאורייתא אויף דעם איז נישטא קיין חולקים. מרעדט דא פון א געוועזענעם רב היינט אן אדמו"ר פון א קהלה א שיינע קהלה פון ערליכע אידן יראים ושלמים, מיט הרבצת התורה צדקה וחסד עם החיים ועם המתים, אויפטוען למען הכלל והפרט און אלע ווינקלען פון לעבן, כשרות, שמחות בצמצום הוצאות, פרעצעדענטלאזע דערגריייכונגען לשם ולתפארת, צו דעם א חינוך סיסטעם ת"ת ובית חינוך לבנות, ישיבות קטנה וגדולה, כוללים וואס זענען משלים יונגע ת"ח בכל מכמני התורה, מורי הוראה, א בי"ד לעניני ממונות ועוד ידו נטוי'
די קהלה בעיר קרית יואל בנשיאות מהר"א באשטייט מסתמא פון אפאר טויזענט מעמבערס כ"י, וואס זענען חברי הקהלה און האבן א טייל און די אלע הייליגע פעולות כה לחי.
צו דעם וואוינען היינט אין קרית יואל אריבער 5,500 ראשי משפחה, און פון דעם זענען דא נאך קהלות קדושות ובמדה מסוימת זייער ענליך און אלע פריערדערמאנטע פעולות. ביידע קהלות ציילן זיך מיט א מספר חשוב פון חברי הקהלה תושבי עיר קרית יואל איין קהלה בנשיאות מהרי"י ציילט זיך באלד 2,000 חברי קהלה כ"י און קהל בני יואל ציילט זיך אויך מיט קרוב צו 1,000 חברים כ"י טאהש האט א הערליכע פוקציאנירנדע קהלה מיט א מספר חשוב חברים, די ספינקא קהלה ציילט זיך אויך צענדליגער חברים. כה יתן ד' וכה יוסיף.
ווען און וויאזוי און וואס האלט די אלע 5,500 ראשי משפחה אונטער א פאראייניגטער שירעם קהלה? און וואס מאכט א מעמבער פון איין קהלה ווערן משועבד צו סיי וואס פון א צווייטע קהלה? אדרבא ילמדנו. קען א קהלה פון פלעטבוש צו פון ניקאראגווא, צו פון ארה"ק, מיט א בי"ד און א רב אן אדמו"ר און ראשי קהלה מיט א לעדערהעד און אפילו א צייטונג מיט א ביה"ח און ח"ק מיט א מצה בעקעריי, אויף דיר ארויפצווינגען וועלכע טונא פיש דו זאלסט עסן? אדער וועלכע זאל דו קענסט חתונה מאכן? אדער וועלכע עירליין דו מעגסט נוצן? וועלכע שייטל ממעג אדער נישט טראגן?
יא ער קען זאגן אז ביי אים אין ביהמ"ד קענסטו נישט אריינגיין מיט גרינע זאקן וכדומה, ווייל ביי אים איז ער בעה"ב.
ווען עס קומט ארויס א קול קורא פון כמה רבנים וועסטו שטענדיג קוקן צו דיין רב אדמו"ר ראש ישיבה אדער דיין איז אונטער געשריבן, ריכטיג? און אויב נישט קען דארט זיין טויזענט רבנים און עס האט מיט דיר גארנישט אפגעזען ווי הארב די נושא זאל זיין?
דו גייסט נישט אננעמען א פסק וואס רעדט פון בשר וחלב אדער חילול שבת אפילו פון די ג' עבירות חמורות פון א פרעמדען דיין רב רבי וכו' כש"כ וכש"כ א פאליטישע שאלה?
איך וויל דיך פרעגן א הייקעלע קשיא, אבער איך וויל נישט פארדרייען די נושא. דער הייליגער ספר ויואל משה איז מחייב א גורער חסיד? א וויזניצער חסיד? און עס א בירור וואס האט נישט קיין פירכא דערווייל. קען דער סאטמארער רב זי"ע ובית דינו וראשי הקהלה וואס האבן א דין בי"ד קנסענען דעם טשעבינער תלמיד אדער בעלזער חסיד וכו' פארן טון אנדערש ווי ער האט מברר געווען? איז שוין ערגעץ געווען א הכרזה א דעקלעראציע פון סאטמארער קהלה אז מזאל זיך נישט משתתף זיין ביי שמחות פון משפחה אדער באקאנטע צוליב דעם פסק ובירור הלכה פון מהר"י ט"ב זי"ע?
איך ווייס נישט ווי אלט איר זענט, און צו איר זענט באהאוונט מיט דעם ספר ויואל משה, אבער דער ספר איז ריין הלכה און ריין פון פאליטיק כל כולו, אדרבא טוה עס אדורך, ועם כל זה איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז ווער עס איז נישט בשורה מיט דעם בירור טאר מען נישט גריסן אדער זיך מיטפרייען בשמחתו, בנוסף צו דעם אפילו מהר"א איז מקפיד אויף לעבן נאנט מיט זיין משפחה (און מיט רעכט) וואס זענען משתתפים בממשלת המינים וכו' על אף וואס ביי מהר"א איז נישט קיין ספק אז די אידן זיינע נאנטע משפחה שפילן זיך מיט די הארבסטע ענינים זייענדיג א בקי נפלא בתורת מהר"י ט"ב ונושא דגל הקנאות.
מהאט שוין די זאך אויסגעקנעטן און עס איז נישטא קיין לייטישער ענטפער אויף דעם, נאר א סתירת המציאות, א בת היענה'דיגער ענטפער אז ער איז יא רב און סאיז יא שטאטישע קהלה וכו' וכו' לופט מיט לופט.
איך בין אפן צום מציאות איך בין נישט קיין פוסק (זייער ווייט פון) אין אזא ענין וויל איך הערן א פסק פון א בי"ד אין פראנקרייך אדער פון קאליפארניע וכו' וואס זענען נישט באאיינפלוסט פון די פאליטיק אין סאטמאר בכלל נאר זיי זאלן נעמען פאקטן, און צוזאם שטעלן א פסק הלכה, לויט די איצטיגע מציאות נישט פון פערציג יאר צוריק און אולי וועלן זיי אויך דארפן האבן א דיון איבער דעם ברך משה ירושה? אדרבא אזא פסק הלכה איז אינטרעסאנט און איבערוויגענד.
אויב איז עס נאכאמאל א פסק פון דייני הקהלה מכל הצדדים, איז עס א פראגע פון שררה און פאוער און נאר בכוח הזרוע ווערט עס קלאר, ווער עס קען ווייזן בעלות, זה בכה וזה בכה, אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו, דער שרייבט בריוון און צייטונגען און דער צווייטער טעראריזירט יחידים און בעלי שמחה. און אינצווישן צייט וועל איך טון וואס מיר איז גוט, און וויאזוי אלע אדמורי"ם טוען ווען זיי האבן א מבוכה אין זייער מהלך החיים, טוט ער אויך דאס בעסטע פאר אים אפגעזען צו איך בין איינשטימיג מיט זיין גאנג.