בלאט 39 פון 55
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:39 pm
דורך מילך טראק
whatever האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:38 pm
ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:41 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:39 pm
whatever האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:38 pm
ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא
ער הייסט חיים. איך האף אז ער איז זיך מחיה מיט די טשעק וואס זיין ווייב ברענגט אהיים פון די קעיס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:47 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:33 pm
די גאס שמועסט אז ס'איז דא נאך א גט פרשה פון משפחת בערקאוויטש און גאלד אזוי ווי אלע אזעלכע קעיסעס וואס מאכט זיך ליידער יעדע שני וחמישי, און יעצט האט די גאלד פאמיליע געדינגען א קראנקע פרוי זאל איבערדרייען די שטאט.
איך גלייב אז די בערקאוויטש פאמיליע וואלט געקענט באשטיין ווען זי פאננגט נישט אהן די גאנצע מערכה
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2024 11:51 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:47 pm
איך גלייב אז די בערקאוויטש פאמיליע וואלט געקענט באשטיין ווען זי פאננגט נישט אהן די גאנצע מערכה
ריכטיג. קיינער האט נישט ליב ווען מען באזינגט זיי אין די גאסן אפילו יענער איז א משוגענער ווי פלעטבוש גריל.
אבער די גאס קוקט אן די פרשה פון אלע ענגעלס ארום און ארום, און וויבאלד דא איז דא אסאך דעטאלן ארום די קעיס קוקן עס מענטשן נישט אן אזוי שווארץ און ווייס ווי פלעטבוש גירל לייגט עס אראפ.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:13 am
דורך לאכעדיג
זאקן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 10:17 pm
גראדע זומער איז דא זייער אסאך ווייבער וואס זענען נישט מיט די מענער א גאנצע וואך, איך בין נייגעריג אויב זומער באקומען פרויען שנעלער א גט.
פארוואס גייט מען אין קאנטרי זוממער??
וועגן מאנטאג דינסטאג מיטוואך דאנערשטאג.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:24 am
דורך וואסער
הער איך יעצט אז איר נעקסטע סטראשע איז ווי פאלגענד:
"POST STRIKE"
"נישטא מער קיין איין מעסעדזש מער פון מיר ביז מלכי באקומט א גט"
איך מיין אז דאס וועט ארבעטן! דער עולם קוקט ארויס אויף אירע געוואלדיגע חכמה'דיגע מעסעזשעס...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:14 am
דורך געשמאקסטער
אין 9 חדשים ארום וועט נישט זיין קיין איין קידוש אדער שלום זכר
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:16 am
דורך שמן למאור
Screenshot_20240306_011525.jpg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:35 am
דורך אייגענארטיג
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:43 pm
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.
און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.
איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.
איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.
איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.
דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
"איך" גלייך דיין איך'ס...
עס קען זיין אסאך סיבות פארוואס מזאל נישט וועלען געבן א גט, ווילאנג די אנדערע צד איז נישט מסכים אויף א געוויסע זאך...
פארשטיי אז און די לעגאלע סיסטעם האט א מאמע א שטערקערע כוח ווי א טאטע, און אין די תורה'דיגע סיסטעם האט א טאטע/מאן א שטערקערע כוח.
סך הכל וואס עס דארף געשען איז אז עס זאל זיך אויסקומען ביידע סיסטעמען דורך פשרות,
איך האב אבער נאכנישט געזען קיין פראטעסטען ווען א מאמע האלט צירוק א טאטע פון זען זיינע קינדערלעך (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס און די זעלבע צייט מאכט זי זיכער צו גיין נאך די טשיילד סופארט און עלימאני) עס איז דא אזויפיל טאטעס וואס זעען נישט די קינדער פאר "טעג" "וואכן" "חדשים" און "יארן" דערווייל האט מען נאכנישט געזען קיין פראטעסטען אז "מרת... לאז דיינע קינדערלעך זען זייער טאטע"
נארמאלערהייט ווען א קאפל צוטיילט זיך געשעט אסאך זאכן,
די מזבח איז מוריד דמעות
די קינדערלעך גייען צוגרונד
א אינגערמאן און א פרוי גייען אסאך טרערן פארגיסן (אפי' מאיז געווען דער וואס איז אוועקגעגאנגען)
און נאך..
אבער יעדער ווייסט אז דער אנדערער האט אויך א שטעקן און האנט מילא גלייכט מען זיך געווענליך אויס
אבער ווען איין זייט זאגט פארן אנדערען איך פייף דיך אן למשל ווען א פרוי זאגט פארן מאן איך געב דיר נישט קיין אנסופערווייזד וויזיטעישאן מיט "דיינע" קינדערלעך, אבער די געב א גט". דעמאלטס געשעט ליידער וואס עס האט פאסירט דא אז די מאן זאגט איך פייף דיך אן און די באקומסט נישט קיין גט.
איך גיי נישט אריין דא אונעם מציאות אויב זי איז גערעכט פארן נישט וועלן אנסופערווייזד וויזיטעישאן, און אויב ער איז גערעכט פארן אפהאלטן א גט פאר דעם. וואס איך זאג איז אז און זיין מוח איז די מינוט וואס ער געט א גט האט ער פארלוירן זיין כוח און ווילאנג זיי קומען נישט צו אן עגרימענט געסיינט און קארט וועט לכאורה קיין איין זייט נישט אויפגעבען אויף זייערע אפפער הענד.
איך מיין אז סאיז צייט אייצוזען אז די פרוי איז בכלל נישט קיין אנדערדאג ווען עס קומט צו דעי זאכן, און אלע ארגעניזעישאנס וואס זענען דא צו העלפן די פרוי באקומען א גט זאלן ווייטער טון אזוי אבער מיטן הענדלען זייערע קליענטן נישט דעם צד שכנגד. רוב מאל איז נישט די סיבה פון אפהאלטן א גט ווייל די מאן וויל נאך צירוקגיין, נאר ווייל די פרוי ניצט איר כוח אויף עפעס אנדערש.
און עס מעג ווען שוין זיין ארגענייזעישאנס וואס זאלן זיך אפגעבען מיט טאטעס וואס זענען און קארט נאר ווייל זיי ווילן זען זייערע קינדערלעך. (נישט העלפן מיט מעדיקעישאן צו צודריקן זייער עירדש צו זען די קינדער, נאר מיט לעגאלע הילף)
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:56 am
דורך אייגענארטיג
מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:23 pm
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי איינער קען גאר האבן טענות אויפן פלעטבוש בתולה,
זיצט א פרוי שוין אפאר יאר האסטעדזש, מיט א מאן א טעראריסט, און די משפחה שטייט און נוצט די תורה אלץ שטעקן, און גארנישט אין פוצה פה ומצפצף,
וואס איז די טאטע שולדיג? פארוואס ווארפט ער נישט ארויס זיין זוהן פארוואס שרייבט ער אים נישט ארויס פון זיין ירושה?
ווען זיין זוהן וואלט ארומגעגאנגען שטעכן מענטשן וואלט ער אויכעט געבליבן אזוי רואיג?
דא שטעכט ער א אומשולדיגע פרוי מיט צוויי קינדערלעך יעדע איינציגסטע טאג,
פארוואס איז די קאמיוניטי שטיל?
און זי זאגט קלאר וואספארא יד די משפחה האט און די רציחה,
ממילא האט זי אלע רעכטן זיי צו מבזה זיין און די גאסן ביז זיי באפרייען די אומשולדיגע משכון פון די בלוטיגע לאפעס,
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
עס איז נישטא קיין שום תירוץ בעולם נישט צו געבן קיין גט!
איך בין ממש משוגא וויזוי אסאך ניקים וואס קאמענטן אקעגען די מאן זענען פרישע ניקים געפענט און די לעצטע פאר חדשים
שריען אז עס איז נישטא קיין תירוץ בעולם מאכט עס נאכנישט אזוי...
ליידער איז וויזיטעישאן א זאך וואס ד פרוי האלט קעגן די מאן
און א גט איז א זאך וואס די מאן האלט אקעגן די פרוי
און ביידע זענען רשעות שאין כדגמתם
ווען איך וועל דיר זען אראפרייסן די הונדרעטער פרויען וואס האלטן צירוק זייערע עקס'ס פון זען די קינדער מיט זעלבען שפראך וועל איך טראכטען אז די מיינסט עס אמת'דיג
דערווייל קוקט עס אויס ווי די אשכול און קאמענטס ווערן געדרייווט דורך די פירער פון איין זייט נישט פון אומשילדיגע צוקוקער...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:13 am
דורך מילך טראק
פון די שניר - שווער שמועס, קוקט אויס אז הרבנית מפלעטבוש איז גערעכט,
די שווער פראבירט בככל נישט צו העלפן, פארהאנדלען וועגן די קינדער, אדער בככל, ער וויל נאר אז זיי זאלן צירוקגיין, זי זאגט אז זי האט שוין פראבירט אסאך מער ווי זי האט געדארפט, און זי קען נישט צוריקגיין,
פון די אנדערע זייט הערט מען ווי הרב פרידריך טענה'עט אז , א מאן מעג מעגן זיין זיין פרוי ווילאנג ער וויל און קיינער קען זיך נישט אריינמישן,
(אגב איך ווייס נישט אויב ער רעדט מטעם המשפחה)
ווילאנג די גאס הערט נאר 1 זייט וועט מען זיין פארשטייט זיך אויף איהר זייט, זאל משפחות בערקאוויטש ארויסקומען און זיך פארטיידיגן,
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:22 am
דורך סקעפטיקער
זאקן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 10:14 pm
איך בין סתם נייגעריג וואס זי טראכט, אויב מיין ווייב גייט נישט זיין מיט מיך פאר די נעקסטע פאר טעג גייט מלכי באקומען א גט? אויב זי קען מיך עס מסביר זיין גיי איך אהיים גיין באלד זאגן פאר מיין ווייב אז פאר די נעקסטע פאר טעג קען אונז נישט זיין צוזאמען, אין אויב אונז גייען זיך נישט קענען איינהאלטן זאל זי פאר קיינעם נישט זאגן ווייל איך וויל נישט האבן א חלק אין צוריק האלטן א גט.
ווען זי האט ווען האט ווען פול סופארט פון די עזרת נשים ביים היימישן עולם אבער די מענער שול האלט נישט ביים טוהן עפעס וואלט אזא זאך געקענט ארבעטן, אבער דאס איז נישט די מציאות
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:30 am
דורך צועקים וזועקים
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 5:26 pm
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:22 pm
הער איך יעצט אז די בערקאוויטש פאמיליע האט גאר געסטראשעט פלעטבוש גירל מיט לעגאלע פראבלעמען און פארדעם איז זי יעצט שטיל געווארן.
IMG_20240305_172606.jpg
אט אזוי!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:36 pm
דורך פארשטענדליכער
שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 9:17 pm
איינער פרעגט...
איך מיין אז אז די סיבה פארוואס זי שרייבט אז מ'מעג איבערגעבן זאכן איז ווייל זי איז נישט קיין Shomer Negiah
נעבעך מר סעש, no sex in the near future
Re:
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:40 pm
דורך שאלתיאל
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 9:30 pm
דאס דערמאנט פונעם קאמעדי שפיל
לייסיסטריסאַ פון אריסטאפעניס (שחי בימי סקראט), וואו די פרויען פון אטענס און ספּאַרטאַ האלטן זיך צוריק פון חיי אישות מיט די מענער, ביז ווילאנג זיי הערן זיך אויף שלאגן און ברענגן אַן ענדע צו די פּעלעפּאניזשיען מלחמה צווישן די צוויי שטאטן.
און אין די אמאליגע תקופה האט מען דאך געגעבן א גט פאר'ן ארויסגיין למלחמה...
ספּייק לי האט דאס אדאפּטירט צו די מאדערנע עפאכע אין זיין פילם טשיי-רעק, וואו די פרויען פרובירן דאדורך צו ברענגען צו אַן ענדע די קריג צווישן צוויי גענגס אין טשיקאַגאָ.
ס'דא וואס גייען מיט א פארקערטע מהלך אז דווקא מרבה זיין ארגאזמס וועט ברענגען פרידן..
https://en.wikipedia.org/wiki/The_Annua ... _for_Peace
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:47 pm
דורך לאנגע הויזן
שמן למאור האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 12:28 am
IMG_20240301_002743_774.jpg
די זעלבע מיידל איז נעכטן געוואור געווארן פארוואס איר מאמע גייט צו די גראסערי אדער שפאצירן מיט טאטי איין מאל א חודש פונקט אין די שעות ווען זי לייגט שלאפן אירע געשוויסטער.
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 12:54 pm
דורך מי אני
דאס דערמאנט פון וואס דער סאלדאט דזשאַש רעי פּערסאן זאגט אין
די סצענע בתוך דעם מיניסיריס
דזשענערעישאן קיל, איבער די צווייטע איראק מלחמה. (עס איז מיוסד אויף די נאַן-פיקציע
בוך פון עווען רייט, וועלכע ווערט געשפילט אלס איינער וואס איז דארט אינעם טרעקל אינעם סצענע.)
איי געס אז ער נעמט נישט אָן די גמרא (קידושין מט:) פון עשרה קבים זנות ירדו לעולם תשעה נטלה ערביא ע״ש…
ואגב:
IMG_6934.jpeg
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:05 pm
דורך כרם זית
וועגן דעם גייט א חתן וכלה אין מלחמה ביי א מלחמת מצוה...
Re: Re:
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:14 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 12:40 pm
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 9:30 pm
דאס דערמאנט פונעם קאמעדי שפיל
לייסיסטריסאַ פון אריסטאפעניס (שחי בימי סקראט), וואו די פרויען פון אטענס און ספּאַרטאַ האלטן זיך צוריק פון חיי אישות מיט די מענער, ביז ווילאנג זיי הערן זיך אויף שלאגן און ברענגן אַן ענדע צו די פּעלעפּאניזשיען מלחמה צווישן די צוויי שטאטן.
און אין די אמאליגע תקופה האט מען דאך געגעבן א גט פאר'ן ארויסגיין למלחמה...
ספּייק לי האט דאס אדאפּטירט צו די מאדערנע עפאכע אין זיין פילם טשיי-רעק, וואו די פרויען פרובירן דאדורך צו ברענגען צו אַן ענדע די קריג צווישן צוויי גענגס אין טשיקאַגאָ.
ס'דא וואס גייען מיט א פארקערטע מהלך אז דווקא מרבה זיין ארגאזמס וועט ברענגען פרידן..
https://en.wikipedia.org/wiki/The_Annua ... _for_Peace
ווער איז יענע ארגאזמינעזאציע??
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:10 pm
דורך מי אני
כרם זית האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 1:05 pm
וועגן דעם גייט א חתן וכלה אין מלחמה ביי א מלחמת מצוה...
ובזה קען מען זאגן א רמז בהגמרא (סוטה י.):
דרש רבא מפני מה נענש אסא מפני שעשה אנגריא בתלמידי חכמים שנאמר (מלכים א טו כב) והמלך אסא השמיע את כל יהודה אין נקי מאי אין נקי אמר רב יהודה אמר רב אפילו חתן מחדרו וכלה מחופתה
און די עונש איז געווען שחלה ברגליו ע״ש. און אונז טרעפן בב״ק ב: אז (שמות כב ד) ״ושלח״ איז מרמז להיזק רגל וכן הוא אומר (ישעיהו לב כ) משלחי רגל השור והחמור ע״ש. און אט דא איז דאך די מטרה פון דעם עיכב חיי אישות, כדי צוצוברענגען אז עס זאל זיין ביי איינעם דעם (דברים כד א) ״ושלחה״ מביתו בספר כריתות וגט…
און ביי בהנהגה בכלאים בשילוח שור וחמור יחדיו טרעפט מען (ב״מ צ:) אז זיין א מויל-מאכער קען הייסן א מעשה ממש ע״ש…
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:21 pm
דורך טיפער
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:41 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:39 pm
whatever האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 11:38 pm
ס'מיר גוט... זי האט א מאן?!
יא
ער הייסט חיים. איך האף אז ער איז זיך מחיה מיט די טשעק וואס זיין ווייב ברענגט אהיים פון די קעיס.
חיים גירל?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:30 pm
דורך גאר נייגעריג
מענער מעגן יא גיין אין מקווה?
#עסקינג פאר עי פרענד
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:49 pm
דורך Yesh
WhatsApp Image 2024-03-06 at 2.46.32 PM (3).jpeg