בלאט 39 פון 46

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז ארום שנת ת"ר איז געווען א זמן פקידה ביי די קריסטן אין אמעריקא ([tag]רביה"ק זי"ע[/tag]?).

ביי אידן איז אויך געווען. כ'ווייס נישט אויב א זמן פקידה. אבער אן התעוררות זיכער. ווי דער זוהר ברענגט אראפ אויפ'ן פסוק..."וארובות השמים נפתחו"...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...! און אונז זעהען בחוש אז די מערסטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען זענען ארויסגעקומען אויף די וועלט נאכ'ן יאר ת"ר/1840...! אויסער דעם וואס אין דעם יאר איז געווען דער ..."גאלד ראש"...און דאס האט אויפגעמאכט די מערב חלק פון אמעריקע צו ווערן א יישוב. ווייל ביז דאמאלס איז עס געווען מערסטנס מדבריות. ווי קאליפארניע, אריזאנע און נעוואדא...! דער חלום פון ווערן שנעלל רייך האט צוגעצויגן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין יענע געגנטן...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:22 pm
דורך נולד מאוחר
אז אין געוויסע סטעטס טאר נישט שפאינג מאלס פארקויפען פראדוקטן אויף א זינטאג ַַַַַַַַַַ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 8:36 pm
דורך עגלה ערופה
אז "Hippopotomonstrosesquippedaliophobia" איז די ווארט פאר איינער וואס האט א פאביע פון לאנגע ווערטער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2020 6:04 pm
דורך ארי נוהם
אז לויט איין דעה, איז דריוש [צי כורש] געווען א זון פון מרדכי און אסתר, און איז ניטאמאל געווען קיין קינד פון אחשורוש!

(תוס' הרא"ש מגילה י"ג ע"ב, ועיי"ש)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2020 10:38 pm
דורך ונבנתה העיר
געענדיגט דעם בוך, לכבוד יו"ט. נישט געוואוסט אז ס'איז דא וידיאו ווי די אמעריקאנער סאלדאטן קומען אן (ודו"ק) קיין דאכאו.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=R9_Kx44-i_E[/youtube]

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 12:39 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: איך האב געזעהן א סאך פון די קליפס. רוב 95% זענען סטעידזש'ד. נאר א קליינער טייל זענען די עכטע פילמס פון ווען די אמעריקאנער ארמיי איז אנגעקומען צו די טויערן פון דאכאו... און זיי האבן געזעהן דעם שרעקליכן מצב...!

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 6:09 pm
דורך ונבנתה העיר
האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 6:17 pm
דורך ישעיה
ונבנתה העיר האט געשריבן:האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?

דער תשובה דערויף איז דאך עפעס וואס דו ווייסט נאך היינט אויך נישט

Re: זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 6:25 pm
דורך פאליטיקאנט
ונבנתה העיר האט געשריבן:האו דידנ'ט איי קנאו אף דיס?
דאס איז פון די פראמינענטסטע בילדער אינעם אוישוויץ מוזעאום.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 11:44 am
דורך כוכב
אז דער אור החיים הקדוש איז געווען חתונה געהאט צו צוויי ווייבער (קרעדיט: ר' אלימלך בידערמאן).

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 12:31 pm
דורך קאך_לעפל
זיין ערשטע פרוי האט געהייסן פאצוניה, און זיין צווייטע האט געהייסן אסתר. זיי האבן ביידע געלייגט טלית און תפילין, ווי מיכל בת שאול און להבדיל די מויד פון לודמיר.
דער אר''י הק' שרייבט אויף אן ארט אז מיכל האט פארמאגט א נשמה פון עלמא דדכורא און דערפאר האט זי געלייגט טלית און תפילין. ווארשיינליך צוליב דעם האט זי נישט געהאט קיין קינדער.
אלזא קומט דאך אויס אז די ווייבער פון אור החיים הק' און די מויד פון לודמיר האבן אויך געהאט נשמות פון עלמא דדכורא. ס'איז א פחד און א שרעק... לויטן אר''י הק' האט דער אור החיים הק' גאר געוואוינט מיט ז....

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 5:36 pm
דורך ונבנתה העיר
אז דער סיירין וואס די נאציס האבן צוגעלייגט צו זייערע באמבאדירער פאר פסיכאלאגישע עפעקט, האבן זיי א נאמען געגעבן 'יריחו טראמפייטער'. פערהעפס נאך דאס געבלאזעכטס ביים אייננעמען יריחו.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2020 5:39 pm
דורך ליפא
אז איוב אין ענגליש איז Job

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2020 12:17 pm
דורך גבור חיל
אז קאנגרעס האט אויסגעפונען פון די עקזיסטענץ פון די NSA וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1952, ערשט אין 1975, און זיי האכן דעמאלטס געהאט איבער אכט און זעכציג טויזענט ארבייטער, שוין נאכן רעדוצירט ווערן ממש בעפאר.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:42 pm
דורך הוגה
די מעיאר פון רעביט העש, א דערפל אין קענטאקי, איז א הונט פון די פיט בול סארט. נישט נאר די היינטיגע מעיאר נאר די לעצטע פיר זענען אלע געווען הונט. ווען איינער פון די איינוואוינער איז געפרעגט געווארן וואס די הונט טוט אלץ מעיאר האט ער געענטפערט "pretty much what all the other mayors do".


.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
אויך אנדערע https://en.wikipedia.org/wiki/Non-human ... candidates

איין טאג וועט עס נאך אנקומען אין וואשינגטאן...

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 10:46 pm
דורך וואלווי
הוגה האט געשריבן:די מעיאר פון רעביט העש, א דערפל אין קענטאקי, איז א הונט פון די פיט בול סארט. נישט נאר די היינטיגע מעיאר נאר די לעצטע פיר זענען אלע געווען הונט. ווען איינער פון די איינוואוינער איז געפרעגט געווארן וואס די הונט טוט אלץ מעיאר האט ער געענטפערט "pretty much what all the other mayors do".


.


ווען מ'דארף ברייבן די פאלאטישען, געבט מען לא יחרץ געלט...?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז רבי עקיבא האט נאר חתונה געהאט מיט זיין ווייב בת בן כלבא שבוע, נאך דעם וואס ער האט געלערנט פיר און צוואנציג יאר אין ישיבה, און נישט פאר דעם. תוספות שבת קנ. ד"ה ורבי יהושע בן קרחה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:43 pm
דורך חתן בחור
הייסט זיין ווייב איז געוועהן מאורס פאר 24 יאר?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:10 pm
דורך ונבנתה העיר
אז הינט טוען זייערע צרכים אין די צפון-דרום דירעקציע, כנפסק בשו"ע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:09 pm
דורך גבור חיל
אז עס איז דא אזא יאניקאוד קערעקטער " … ", און אויב איר גייט קאפי פעיסטן דעי דריי פינטלעך און פרובירן צו דיליטן איינס גייט זיך אלעס דיליטן ווייל סאיז איין קערעקטער.
סאיז נוגע למשל ערגעץ ווי סאיז דא א קערעקטער לימיט און איר זענט גע'ענגט אין פלאץ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:43 pm
דורך כרם זית
ונבנתה העיר האט געשריבן:אז הינט טוען זייערע צרכים אין די צפון-דרום דירעקציע, כנפסק בשו"ע.


קען זיין אז צוליב די כבוד וואס די הינט געבן אפ פארן מקום המקדש, האבן זיי זוכה געווען צו מבשר זיין ווען אליהו קומט אינז ארויסצונעמען פון גלות צום מקום המקדש (ב''ק פרק הכונס).

פטפוטין דאורייתא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז רבי עקיבא האט נאר חתונה געהאט מיט זיין ווייב בת בן כלבא שבוע, נאך דעם וואס ער האט געלערנט פיר און צוואנציג יאר אין ישיבה, און נישט פאר דעם. תוספות שבת קנ. ד"ה ורבי יהושע בן קרחה.


אויב אזוי שטימט נישט ר' יו"ט ערליך'ס ניגון...
ס'ווערט געבוירן אויך א קינד
בלאט אויף אים די קאלטע ווינט
....