בלאט 39 פון 213

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:רשויות.

הרב ונבנתה. דיין ספעללינג איז מאדערן היברו --מיט וואס איך בין באקאנט--. מיין ספעללינג איז פון די גמרא. :roll:

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:41 pm
דורך ונבנתה העיר
מגילה כ"ה ע"א: דמיחזי כשתי רשויות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:44 pm
דורך הוגה
ס'ברייט איינגעפירט צוווישן אלע חסידישע קרייזן, ווען מ'טוהט עפעס מ'האט נישט ג'טארט, געמעגט, געוואלט, ארויסשלעפן פון צווישן די דינע רויטע פליישלעך אונטערן נאז, דאן "ק-ל-א-פ-ט" מען אויפן מויל. ביי די מער יונגערע גייט דאס צו מער אגרעסיוו, און מ'קלאפט אריין עטליכע שטיק שנעלער ווי די ספיד אויף לייט. (טאמבל סאס, פליז פרעג מיר נישט אפ יעצט מיט א יוטוב קליפ). ערוואקסענע באגניגן זיך מיט איינס, און די מער קילע גיבן אזא לייכטע, כמעט אומזעהבארע קלאפ(עלע). (ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי תשובה, און שמייסן אריין אזאנע ברוטאלע, אזש זיי קריגן א לחי זקוף למהדרין).
אין פאל איר פארשטייט נישט אליינס צו קלאפן, דאן וועלן די ארומיגע אויסברעכן ווי אין א כאאר; נאאאא! קלאפ אויפן מויל, מ'רעדט נישט אזוי.
וואס איז פשט דערפון, און צו האט דאס א מקור.

אז מ'רעדט (שרייבט ?) שוין, וואס איז פשט/מקור פון "חס ושלום" ?


הרב יואב שליט''א

על פי פשטות איז דאס פלעין און פשוט סופערסטישעס. אפילו אויב דו וועסט טרעפן מקורות אין פארצייטישע ספרים רעדן דערפון איז עס נאכאלס סופערסטישעס.

די אידן זענען אלץ באקאנט געווען אלץ פחדנים און סופערסטישעס חברה. לכאורה גייט דאס אריין אין די גדר פון זוגות וכדומה, עס שאדט נאר פאר דער וואס גלייבט דערין. איינער וואס גלייבט נישט דארף נישט קלאפן אויפן מויל, און דארף נישט זאגן חאוועשאלעם דריי מאל.

אגב, מייקל וועקס, אין זיין בוך בארן טו קוועטש, ברענגט אראפ אן אינטערעסאנטע אברבנאל.

די אברבנאל ברענגט אן אינטערעסאנטע מנהג. ווען מען זאגט די מכות אין די הגדה, היות מען זאגט ארויס שלעכטע זאכן פון די מויל זאל מען שפייען דריי מאל פער מכה.

שטעלט אייך פאר א טאטע זיצט ביים סדר מיט צוואנציג קינדער און אייניקלעך. אלע שפייען ביי די מכות. מאך א חשבון. צען מכות, מיט דריי פאר דם ואש וכו' און דריי פאר דצ''ך וכו' איז 16. מאל דריי שפייען, איז 48. מאל צוואנציג מענטשן, קומט אויס א ס''ה פון 960 שפייאכצער.

פירט מייקל וועקס אויס
My only advice to you is, put on a rain coat and run for cover.
ודפח''חאחאחאחא.

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2013 12:36 am
דורך נולד מאוחר
די אברבנעל האלט פון די מנהג?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:56 pm
דורך baseball
א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 10:59 pm
דורך טאמבל סאס
יא זיכער אזוי! מיר וועלן שטארק הנאה האבן דערפון.
קום אריין. שלום עליכם, און מאך דיך היימיש.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:07 pm
דורך קאווע טרינקער
baseball האט געשריבן:א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...


איך נישט, אבער אז דו וועסט מיך אנרייצען מיט גוטע ארטיקלען, אולי ביום מן הימים נטייל עמך בסיטי-פילד.

הייב אן...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:14 pm
דורך baseball
קאווע טרינקער האט געשריבן:
baseball האט געשריבן:א גוטן!

זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...


איך נישט, אבער אז דו וועסט מיך אנרייצען מיט גוטע ארטיקלען, אולי ביום מן הימים נטייל עמך בסיטי-פילד.

הייב אן...


דיין רעבעצין האט יא ליב ספארטס אפשר?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2013 11:20 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'מיין אז יא.
ווען איך פרעג איר 3'ע פארטאגטס וואו זי איז געווען ביז יעצט, זאגט זי "ס'געוווען א געים היינט...".....

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:52 am
דורך שמעקעדיג
אוי ביטע, נישט די סארט ספארטס שרייב.
און אגב, איך פארשטיי בעסער צו פרידיש ווי צו ספארטס. איך בין א עם הארץ מופלג אין די רויטע זאקן/ווייסע זאקן טיעמס.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 4:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
בעיסבאל, שרייב און דער עולם וועט הנאה.
טראכט נישט קיין צוויי.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2013 11:13 am
דורך baseball
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בעיסבאל, שרייב און דער עולם וועט הנאה.
טראכט נישט קיין צוויי.


ווי זאל איך עס לייגן?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:39 am
דורך מאראנצןזאפט
עפן אן אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:39 am
דורך מאראנצןזאפט
ווייסט איינער אויב א סענסע קליפ recharged זיך אויך ווען ס'איז אויסגעלאשן?
ס'האט נישט קיין שום לעמפל צואוויסן די סטאטוס.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז יא.
ווען איך פרעג איר 3'ע פארטאגטס וואו זי איז געווען ביז יעצט, זאגט זי "ס'געוווען א געים היינט...".....

דו זאלסט נאר מאכן זיכער אז דיין ווייב 'עט נישט קומען איין טאג און זאגן אז זי וויל דו זאלסט איהר טרעידן צו אן אנדער'ן טיעם.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:29 pm
דורך איך אויך
די וואס נעמען אריין א גלעזל אדער א גלעזל וואסער אין ביהכ"ס וואס טוען זיי דערמיט? ווער וויל מיר אויסזאגן דעם סוד.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 12:42 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ווייס נישט וואס זיי טוהען דערמיט, איין זאך איז זיכער, דאס גלעזעלע לאזן זיי איבער, כדי להרבות שמוץ למען כבוד הבריות.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:41 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:די וואס נעמען אריין א גלעזל אדער א גלעזל וואסער אין ביהכ"ס וואס טוען זיי דערמיט? ווער וויל מיר אויסזאגן דעם סוד.

א גוי וואס ארבעט מיט מיר האט מיך געפרעגט אט די שאלה. כ'האב מיך געמאכט תמ'עוואטע. איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:43 pm
דורך איך אויך
האלט מען שוין ביי דריי וואס ווייסן נישט, עלמיר זוכן די תשובה צוזאמען.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:האלט מען שוין ביי דריי וואס ווייסן נישט, עלמיר זוכן די תשובה צוזאמען.

איך ווייס יא."ס קוק נאך אין קוצש"ע (קיצור שולחן ערוך) הלכות ביהכ.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:52 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין זיי נוצן עס אויסצולעשן די ציגארעטל.

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:54 pm
דורך זר זהב
איך געדענק אז מ'האט עס גענוצט אפצואווישן די אלע 'ווארענונגען קעגן טמנ'ע צייטונגען' געשרייבאכטס אויף די ווענט

נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:41 pm
דורך קרעקער
נישט קיין סודות זייער פשוט
אויב מווערט דורשטעריג זיצענדיג אזוי לאנג זאל מען האבן צו טרינקען