בלאט 39 פון 214

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 2:03 am
דורך פריעד באטשי
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האבן שוין א יעקב אין צימעס, ניין?
יא, אבער נישט א ״[tag]ואני און איך יעקב[/tag]״
יעדער דערקענט די חילוק.

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 10:48 am
דורך שמעקעדיג
ווי אויך א "יעקב מענטש" ניק.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 9:35 pm
דורך א איד
שמעקעדיג האט געשריבן:מיר האבן שוין א יעקב אין צימעס, ניין?

קוקט נישט אויס אז ער גייט נאך זיין אקטיוו, די געהעריגע אשכול איז פארמאכט, אין די נייע וועט מען עם דארפן צופיל מעקן.

נשלח: פרייטאג יולי 17, 2015 1:46 pm
דורך טראכט אביסעלע
זייער אסאך ידיעות קונה געווען דורך זיך אלעמאל דערייען אין זייטיגע בתי מדרשים כדי נישט נשפע ווערן פין א געוויסע קרייז
געלערנט היבש בזמן הלימוד אין ישיבה/כולל נישט אויס געלאסט קיין גמרא שו"ע ווי אין חדר...א גוטן ידען אין רוב יודישע ענינים ימים ידברו
גוט דורך געטון וואס'אמאל' האט א סאטמער חסיד באדייט

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 11:53 am
דורך נחבי
נחבי איז א שעמעוודיגער אין ריעל לייף אבער גלייכט צו פארברענגן אינעם ווירטואלע וועלט אלס אזא האט אים קאווע שטיבל אויסגעקוקט אלס די ריכטיגע פלאץ . נחבי טאלאנטן זענען פילפאכיג האפענטליך וועט ער קענען משפיע זיין דא טייל פון זיי מיט זיינע נייע קאווע חבירים

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:02 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
א גוטען נחבי מיר ווארטען מיט דורשט נשפע צו ווערן פון דיינע טאלאנטען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:28 pm
דורך א איד
שלום עליכם נחבי טייערער, שטאק הנאה געהאט פון דיין אינטערדאקשאן, אויב ביזטו ופסי׳ס זון, זיי מוחל היט דיר נישט אריינצוגיין צו צימעס, כדי נישט נכשל צו ווערן נאכאמאל מיטן איסור לשון הרע, און דיין צונג וועט זיך ארועסשטרעקן ביז דיין אויפגעקראכן בייכל.
אויב ביזטו נישט דער זוהן פון ופסי, מעק עס מיין מעסעדזש אטן נעם דיר צו די ארבעט.
עניוועי וועלקאם טו די קלאב

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 1:33 pm
דורך בן אדם
א איד, וואס פארשטייסטו צו נחבי בן ופסי'ס לשון הרע'ס ??

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יולי 19, 2015 3:16 pm
דורך וויל קענען
נא! נא! באלד וועסטו שוין פארשטיין[emoji1] (אויב די גבאים וועלן לאזן

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 10:58 pm
דורך באדי
וויילאיך האב געהערט פין מיינע חברים אז קאווע שטיבעל איז די זאך!!!
איך בין א חסידישאר יוד אין איך האב נישט די אללע כלים וכלים שונים!
אין אונז ווילען זיך א ביסל אינטערהאלטן אין די פרייע צייט

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 10:59 pm
דורך מפיץ אמונה
שלום עליכם.
איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה.
מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:00 pm
דורך שלמה'לע
אסאך מאל אויסגעקומען דא צו ליינען אין זייער הנאה געהאט, געטראכט איך האב אסאך בויך קוועטשענישן מיצוטיילן פארן ציבור אין דא איז א געוואלדיגע גוטע פלאץ דערפאר, האב איך באשלאסן אז איך וועל מיר איינשרייבן און אויב איך וועל האבן צייט וועל איך אפשר קענען מהנה זיין א צווייטן

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 11:33 pm
דורך ריכטיג
מפיץ אמונה האט געשריבן:שלום עליכם.
איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה.
מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.

איך שמעק שוין ווי ס'קומט פיינע צייטן ווי זוכער און ווארטזאגער.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 12:15 am
דורך פלייסיגער שמייסער
come on you really need me to me about myself and how good i look and in what shtibel i daven די ווילסט מיר זאגן אז יעדער איינער האט פארציילט פונקליך אלעס דא?

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 12:28 am
דורך מיימון
מפיץ אמונה האט געשריבן:שלום עליכם.
איך בין א פשוטער איד, וואס פראבירט דינען דעם הייליגן באשעפער מיט אן אמת און שמחה.
מיין ציהל מיטן זיך איינשרייבן דא אין דער פארעם, איז א קלארע און הייליקע ציהל, צו מקרב זיין לבבות התועים, און זיי מחזיר זיין אל אבינו שבשמיים, איך פלאן צו עפענען גלייך א נייע אשכול, ווי איך וועל אראפשרייבן מיט א קלארקייט די מהלך ע״פ שכל וע״פ ניסיון, צו חוזר זיין בתשובה שלימה, און איינזעהן די קלארקייט און האבן א ריינע אמונה.


OMG וויפיל יאר מיר ווארטן שוין פאר דעם!, נאכן זוכן און זיך מוטשען אזוי לאנג האבן מיר דא ענדליך דעם אמת'ן מהלך אזוי פשוט און קלאר, וואספארא שמחה!,

Come on my friend the stage is yours let's see what you can good luck to you

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:13 pm
דורך היימישע יונגעל
אלץ איינער אין די צוואנציגער יארגאנג, וואס האט הנאה צי פארשטיין אין צי הערן אנדערע מיינונגען, האלט איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם. אן הוספה איז איבריג.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2015 6:20 pm
דורך פריעד באטשי
היימישע יונגעל האט געשריבן:אלץ איינער אין די צוואנציגער יארגאנג, וואס האט הנאה צי פארשטיין אין צי הערן אנדערע מיינונגען, האלט איך אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם. אן הוספה איז איבריג.

ברוכים הבאים, וועלקאם טו דע קלאב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:58 am
דורך נורמאלי
איך פראביר צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן די געזעלשאפט, טוען וואס יעדער טוט, טראכטן וואס יעדער טראכט, גיין אנגעטוען ווי יעדער גייט, וואוינען ווי יעדער וואוינט, גיין אין קאנטרי ווייל יעדער גייט, בקיצור א "נארמאלע" מענטש, איך בין נישט דיפערענט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:05 am
דורך פריעד באטשי
נורמאלי האט געשריבן:איך פראביר צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן די געזעלשאפט, טוען וואס יעדער טוט, טראכטן וואס יעדער טראכט, גיין אנגעטוען ווי יעדער גייט, וואוינען ווי יעדער וואוינט, גיין אין קאנטרי ווייל יעדער גייט, בקיצור א "נארמאלע" מענטש, איך בין נישט דיפערענט.

אפשר דאך ווערסטו משוגע?
עס איז נישט גוט צו זיין צו נאאאאארמאאאאל.
גלייב מיר, כ׳רעד פון גרוי׳ס׳פיריענס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:42 am
דורך שמעקעדיג
דאונט ווארי, ק"ש וועט שוין מאכן א מענטש פון אים....

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:19 am
דורך געוואלדיג
נורמאלי האט געשריבן:איך פראביר צו זיין א נארמאלע מענטש צווישן די געזעלשאפט, טוען וואס יעדער טוט, טראכטן וואס יעדער טראכט, גיין אנגעטוען ווי יעדער גייט, וואוינען ווי יעדער וואוינט, גיין אין קאנטרי ווייל יעדער גייט, בקיצור א "נארמאלע" מענטש, איך בין נישט דיפערענט.


העי, יעדער קומט צום קאווע שטיבל?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:09 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אזוי, וואס א טאג שפעטער, ווערט עס מער אין סטייל! והא ראי', דעם אשכול.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 3:01 pm
דורך היימישע יונגערמאן
איך בין א שטילע היימישע אינגערמאן דאווענט ערליך האט ליב די באשעפער אין איך האב ליב אינטערסאנטע נייעס אין שטופן די צייט איך האב ליב צו הערן מענטשליכע מיינונגען אויף אלע ענינים