בלאט 39 פון 94
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:40 pm
דורך שבת אחים
א קליפ פון בערני מיט א קאפל ווי ער שפילט ״ראביי״ אין 1991
http://youtu.be/YWl6TLvlFEk
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:55 pm
דורך דעת תורה
ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:03 am
דורך ישראל קאפקע
פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!
פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.
פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.
איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 2:54 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:ער איז בערך אזא קאמידיען ווי א זינגער

אמת, איך האב אויך געטראכט די זעלבע, הער אויס מ׳דארף נישט קיין קאמידיען און זינגערס פאר פרעזידענט, מיר דארפן א ערנסטע קאנדידאט וואס מיינט עס אמת׳דיג און איינער וואס פארטרעט די מענטשען און די בירגערס אין וואשינגטאן און נישט איינער וואס האט אנדרע אינטערעסן פון קארפערעשאונס און ביליאנערן און דאס איז בערני סענדארס געוועהן די לעצטע 30 יאהר! א אמתע שטאטסמאן וואס מ׳קען נישט פאר קיין געלט אינטערקויפן און איינער וואס האלט זיך צו זיינע פרינציפטן און איז קאנסיסטענט מיט זיינע פאליסיס. וועסט נישט טרעפן מעהר א אמתע מענטש ווי אים אין פאליטיק און אין וואשינגטאן (אויסער עליזעבעט ווארען) לדעתי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:19 am
דורך שבת אחים
ישראל קאפקע האט געשריבן:פשי איז דער אלט. אין 1991 איז ער שוין געווען שניי ווייס!
פיינע באריכט דיינע, מיר ווארטן אויף נאך.
דער טערקלטויב/טורקס איז פיינע נייעס, א לעבעדיג בחורל.
פארוואס ביזטו אזוי זיכער אז ער גייט געווינען אין נעוואדע? ער איז נאך איבער צוואנציג פונקטן אונטערשטעליג פון איר.
איך בין שוין גרייט זיי צו פארגעבן די וואונדערליכע ערשיינונג פון קלינטאן געווינען 6/6 coin tosses
(וואס האט בלויז א 1/64 מעגליכקייט אז אזאנס זאל פאסירן) אבער וואס פארא חוצפה איז דאס נישט ארויסצוגעבן די פאפולער וואוט? וואו איז דאס געהערט געווארן, מיר וואוינען אין א דעמאקראטיע, זיי מוחל גיב ארויס די וואל רעזולטאטן!
יא טורקס איז א לעבעדיג שטיקל! אינמיטן וועג האט ער זיך צופייערט און זיך גענומען זינגען וויזשניצער ניגונים צוזאמען מיט מיר אויפן וועג צו די ראליס, זיין משפחה זענען מאנסי וויזניץ און זיינע ברודער האבן געלערנט אין גיבערס, אוי ווען ר׳ מאטעלע זאל וויסן אז ער האט דא צוויי חסידים אין אייאווע וואס זינגען וויזניצע ניגונים וואלט ער אפשר געפענט דא א שטיבל און געשיקט איינע פון זיינע דריי טויזענט אייניקלעך עפענען א וועזשניצער בעיסמעדריש
וועגן נעוועדא ביסטו למעשה גערעכט, ער איז אינטערשטעליג אבער ער ארבעט שווער דארט און ס׳איז גאנץ א ליבעראלע סטעיט נישט אזויווי אייאווע דעריבער האב איך שטארקע האפונונג אז ער וועט עס מאכן, ער איז געוועהן זייער אינטערשטעליג אין אייאווע אויך פאר ער האט אנגעפאנגן קאמפיינען דארט און למעשה האט ער זיך גאר שטארק ארויפגעארבעט דארט.
די גאנצע וועג וויאזוי די קאקוסעס אין אייאווע ארבעט איז אלטמאדיש און איין שטיק ליצנות, וואס קענען מיר טוהן? מיר וואוינען דאך אין א לאנד מיט א אלטמאדישע סיסטעם. אין די לענד אף די פרי קען דאך איינער האבן די פאפיולער וואוטס און דער וואס האט ווייניגער ווערט ערוויילט פרעזידענט עיין ערך בוש דזשוניאר ספעציעל אויב דיין ברודער איז דער גאווענער פון פלארדיא און דיין טאטעס בוזעם פריינד זענען די סופרים קאורט ריכטער... דאס איז אמעריקע אלטמאדישע סיסטעם מיט אלטמאדישע געזעצן וואס זענען קיינמאל נישט אפדעיטעט געווארן צוליב דעם וואס די פאליטשאונס אין וואשינגטאן זענען ביזי 365 טעג א יאהר שנארן געלט פאר זייער קאמפיין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:20 am
דורך שבת אחים
/
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 9:56 am
דורך קאמפיאטער
רענד פאול סוספענד זיין קאמפיין פאר פרעזידענט, גייט ווייטער לויפן פאר סענעט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:54 am
דורך רויטע וואנצעס
viewtopic.php?p=276576#p276576רויטע וואנצעס האט געשריבן:Turx איז א בערך דרייסיג יעריגע אינגערמאן פון לעיקוואד. זיין אידיש נאמען איז אברהם יעקב טערקלטויב. ער קומט פון א וואוילע לאס אנזשעלעס משפחה, און איז א איידעם אין בארא פארק ביי הרה"ח ר' יצחק אוירבאך. אברהם יעקב שרייבט א וועכנטליכע קאלום אין עמי. די ארטיקל איז געווענדליך א נושא אויפן סדר היום געמישט מיט הומאר. א אייזערנע קאפ און א אייזערנע פעדער. כאפ אמאל א שמועס מיט אים, ער פארשטייט די וועלט און קען אויך זיין גאר ערענסט. זיין קאמעדיא קאריער האט זיך אנגעהויבן מיט אפאר יאר צוריק אויף יוטוב מיט א רייע שפאסיגע קליפס, פון דארט קיין טוויטער און פעיסבוק אין אריין אין די מעינסטרעים. זיין הומאר איז אנדערש מיט דעם אז עס איז א געמיש פון זיין בעקגראנד, חסידיש היימיש מיט אן האליוואד טעם פון זיין היים שטאט.
נאך פרטים אויף זיין linkedin אקואנט:
https://www.linkedin.com/pub/jake-turx/24/339/215
שמועסט מיט קרוז.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:05 am
דורך רויטע וואנצעס
שוין, ס'הייבט זיך אן...
Donald J. Trump @realDonaldTrump 2h2 hours ago
Based on the fraud committed by Senator Ted Cruz during the Iowa Caucus, either a new election should take place or Cruz results nullified.
Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 1:28 pm
דורך גר ותושב
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 6:24 pm
דורך שבת אחים
זייער גיט גענטפערט! ממש בריליאנט! אבער אינטערעסאנט קרוז זאגט פאר טראמפ ער זאל זיך גיין היילן פון טוויטער אדיקשאן! גאנץ גוט! אבער קרוז טייערער, וואס איז מיט דיין אדיקשאן צו גאנס? הא? איך בין געוועהן ביי א ראללי זיינע און האלב פון דער צייט האט ער גערעדט פון זיינע "טעקסעס וועליוס" פון גאנס און נאכאמאל גאנס און נאכאמאל גאנס, "אונז דארפן פראטעקטען די סעקאונד אמענדמענט פון די ליבעראלס" האט ער געשריגן, ווי כאילו אמעריקע'ס גרעסטע פראבלעם איז גאנס! ווען ס'וואלט נאר געוועהן נאך הונדערט מיליאן גאנס אין אמעריקא וואלט אלעס געוועהן גוט! קרוז טייערער! טוויטער האט נישט געהרג'עט צענדליגער טויזענטער אמעריקאנער, גאנס האט יא! דיין שרייען אויף טראמפ ער זאל זיך היילן פון זיין טוויטער אדיקשאן איז פונקט ווי א הערעווין אדיקט שרייט אויף א כולל אינגערמאן אז ער זאל זיך היילן פון זיין אדיקשאן צו קאווע!

נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 9:49 pm
דורך [NAMELESS]
ק'פ
גייענדיג קיין ניו העמפשיר. טראמפ טראסקעט טראץ זיין אבסעלוטן 'געווינס' אין אייווע, בעת וואס די צוויי 'פארלירעס' טייען ביידע הויך און שלעפן אים אראפ ביים גענאק.
ווי ריכטיג. נאציאנאל רעכנט מען זיך גאנץ ווייניג מיט ווער עס 'געווינט' אין אייווע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 9:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
בוש בעהט די פארשלאפענע עולם צו קלאפן אויף זיינע פארשלאפענע ווערטער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vYau9SZXn54[/youtube]
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 10:13 pm
דורך ישראל קאפקע
How can you not like this guy!
נשלח: מיטוואך פעברואר 03, 2016 11:46 pm
דורך שבת אחים
Goldman Sachs chief: Sanders's criticism is 'dangerous'
http://www.vox.com/2016/2/3/10903404/go ... st-sandersס׳וועט זיי גארנישט העלפן!, זיי פראבירן צי דערשרעקן די מענטשען מיט א וואל סטריט קראך אויב סענדארס גייט געוואונען. די אמעריקאנער וועקן זיך אויף און הייבן אן צו פארשטיין די חרבן פון אמעריקאנער קאפיטליזים און די ביליאנערן הייבן אן צו ווערן נערוועז, זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך עצה צוגעבן מיט בערני און זיין מאוומענט! ביז יעצט האט מען געשמירט די רעדער און אלעס איז געוועהן שא און שטיל, נישט מיט בערני! מיר וועלן אויפדעקן זייערע קאראפציעס און אויפקלערן די עוורידזש אמעריקאנער ווער סנעמט צו זייערע ביסן און שרויפט ארויף די קאסט פון מעדצינען און אנדערע לעבענסוויכטיגע באדערפענישן! בלויז צוואנציג מענטשען אין אמעריקא האבן מעהר רייכטום ווי גאנץ אמעריקא צוזאמען! לוד בלאנקעפיין האסטוך דערשראקען ? דעס איז נאך גארנישט! ווארט נאר ווארט! גרייט זיך צו גיטע לאויערס פאר די אלע גניבות וואס ענק טוען אפ! ס׳איז צייט צוריק צונעמען אונזער עקאנאמיע! קענסט אונז נישט אינטערקויפן! סארבעט שוין נישט די וועג!!! טוה דיך אן בלעכענע הויזן! אוי וועט מען פיקסן זיין וואגן!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:54 am
דורך שבת אחים
Bernie Sanders: on Hillary Clinton speeches, I've got a real problem with people making $275,000 an hour while our college kids are struggling to pay back student loans
https://www.facebook.com/MorningJoe/vid ... 002318762/
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:19 am
דורך chusid
איינער איז צאמגעפאלן ביי בערני'ס ראלי און מיט זיין נאטורליכקייט לויפט ער העלפן
https://vimeo.com/154196868
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 12:08 pm
דורך ליפא
טראסט מיר, גארנישט איז נאטורליך ווען אלע קעמערע'ס שיינען אויף דיר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 8:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאר מעגליך אז דער קאמפיין מענעזשער האט ער אנגעדרייט. ביי יעדע עלעקשאן איז דא א ענדליכע מעשה, און וואונדעליך איז דער וואס חלש'ט פיל מאל ממש נעבן די קאנדיטאט.
אויב איז עס אזוי, גלייב איך אז בערני האט גארנישט געוואוסט. די פחד אין זיינע אויגן איז צו שטארק. (די אויגן זאגן: די וואל סטריט מאפיע האט אויסגעשאסן א קויל אין מיין ריכטונג)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 9:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
אזא געשמאקע דעבאטע נישט געזעהן אין א לאנגע צייט. בערני מיט הילערי רייסן תוכן'דיגע שטיקער איינער פון צווייטן. ביידע האבן געוואלדיגע דעבאטע טאלאנטן.
http://www.msnbc.com/msnbc2/watch/live- ... -landscape
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
זייט מקיים די 'מאה קולות' לויט אלע שיטות.
http://trumpdonald.org/
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:39 pm
דורך ישראל קאפקע
זי זאגט דאך אזוי גוט, א שאד נאר אז דרייפערטל דערפון מיינט זי נישט ערנסט און עס זעט זיך טאקע אן...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:41 pm
דורך שבת אחים
סהייבט אן ארויף צו שווימען אלע שוחד געלט וואס הילערי האט גענומען במשך פון די יאהרן
!State Department reveals Hillary Clinton has
received $500K worth of jewelry from saudi king
http://m.nydailynews.com/news/politics/ ... -1.1441301