בלאט 40 פון 50
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:56 am
דורך סאשי פיש
.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:59 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש: נו,... וואס זאגסטו....? לאמיר הערן.. א ביסל העכער...ייש"כ...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:22 pm
דורך לבי ובשרי
וואס גייט פאר לעצטנס אין מאמענט שטאב?????????? קומט עס יא ארויס אדער נישט??? שכויעח פאר די רובאשקין רובריק אויסגאבע.... וואס איז אבער מיט פרישע וועכנטליכע סחורה???
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:52 am
דורך berlbalaguleh
דער מאמענט ברענגט אין די לעצטע פאר וואכן א זייער אינטרעסאנטע סעריע ארטיקלען איבער די מגילות פון ים המלח. און דער פראפעסאר וועלכער האט אנטדעקט זייער היסטארישע חשיבות. ר' אליעזר ליפא סוקעניק.
ווער איז געווען דער פראפעסאר סוקעניק? ער איז געבוירן אין די שטאט ביאליסטאק ביי א חסיד'ישע משפחה. ווען ער איז נאך געווען גאנץ יונג איז ער ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל. און ער איז אויך געווען א סאלדאט אין די ערשטע וועלט מלחמה אין די אידישע בריגאדע וואס די בריטישע מיליטער האט ארגאניזירט. נאך די מלחמה האט ער זיך גענומען פארשן דעם פלאץ און צושטאנד פון די אלטע בתי כנסיות אין גאנץ ארץ ישראל פון נאכ'ן זמן בית שני. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין ארכעאלאגיע און פארשן די היסטאריע פון די אידן אין ארץ ישראל.
זיין זון (האטציך שוין מאדערניזירט און געהאט אן עברית'ן נאמען) יגאל ידין איז אויך אריין אין ארכעאלאגיע און אידישע היסטאריע. אזוי ווי זיין טאטע. נאר אינצווישן איז ער ארייגעגאנגען אין מיליטער ביי די מלחמת השחרור פון 1948. כ'האב ערגעץ געליינט אז בשעת איינער פון די ערנסטע קאמפן ביי די מלחמה ווען די אידן זענען געווען באלאגערט און ארומגענומען דורך די אראבערס (אין גוש עציון?). און מ'האט נישט געקענט צו קומען צו זיי. צו ברענגען עסן און געווער, האט יגאל ידין דורך זיינע היסטארישע ידיעות געטענה'ט אז ס'איז דא א באהאלטענער וועג דורך די וועלדער וואס די אידן האבן באנוצט אין די צייטן פון בר כוכבא. ער האט געטראפן דעם וועג. און אזוי ארום געברענגט די הילף פאר די באלאגערטע אידן...!
אין די אנהייב 50'גער יארן האט ער זיך אינגאנצן אריינגעלייגט אין ארכעאלאגיע. ער האט אנגעהויבן ערנסטע ארכעאלאגישע גראבונגען אין פארשידענע געגנטן אין ארץ ישראל. איינס פון די פלעצער איז געווען די מצדה פעסטונג (מאסאדא, אויף ענגליש) וואו די אידישע קעמפערס בימי בר כוכבא האבן זיך באפעסטיגט. ער האט דארט געטראפן 2 שוהלן. אויך 2 מקוואות. אין ביידע עקן פון די פעסטונג. איינס ביי די דרום זייט פון די מויער. און די אנדערע ביי די צפון זייט. ער האט אויך געטראפן תפילן וואס די אידן האבן גענוצט דארט.
ביי די מקואות איז ער אזוי שטארק נתפעל געווארן. ווייל זיי האבן אויסגעזעהן ווי כשר'ע מקוות. ס'איז געווען איינגעטיילט אין 3 חלקים. א קליינע מקווה'לע/פאאל איז געווען פאר מענטשן זיך אפצו וואשן. נאכדעם איז געווען א גרויסער בור. און א ביסל א קלענערער בור, וואס איז געווען באהאפטן צו די ערשטע דורך השקה. די גרויסע בור איז געווען איינצוזאמלען די מי גשמים. און די מיטלסטע זיך צו טובל'ן. ער האט אבער געוויסט אז ער איז נישט קיין ת"ח צו זאגן א דיעה איבער די כשרות פון די מקוה. האט ער אריינגערופן 2 רבנים. זיי זענען געקומען און געמאסטן אויב די מקוות האבן א שיעור פון 40 סאה. און זיי האבן באשטעטיגט אז דאס זענען כשר'ע מקוואות. (א שאד ער האט נישט גערופן נחום ראזנבערג..!)...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
מאמענט האט די וואך אויפגעגעבן די קינדער אויסגאבע. נייגעריג צו פון נעקסטע וואך און ווייטער וועט עס נאר זיין איין ביכעל אדער אפשר וועט נפשי ווערן יעדע וואך
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:42 pm
דורך מוזיק עקספערט
лпم iοوԴ האט געשריבן:מאמענט האט די וואך אויפגעגעבן די קינדער אויסגאבע. נייגעריג צו פון נעקסטע וואך און ווייטער וועט עס נאר זיין איין ביכעל אדער אפשר וועט נפשי ווערן יעדע וואך
נפשי וועט זיכער נישט ארויס קומען יעדע וואך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 3:42 pm
דורך לך לך
*** איז די מעשה מיט גאלא? דעי וואך אויפן דעקל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
לך לך האט געשריבן:*** איז די מעשה מיט גאלא? דעי וואך אויפן דעקל
מאמענט ווערט א קלאסיפייד אויסגאבע...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 4:12 pm
דורך קאצקע ציקער
.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען דעם מאמענט פון די וואך. איך האב מיך ערשט דערשלאגן צו ליינען דעם מאמענטי פון די פארגאנגענע וואך מיט א פארשפעטיגונג, מפני מעשה שהיה. (עטץ ווילטץ נישט וויסן די מעשה.)
ליינענדיג די פרשת איוב פון די נעבעכ'דיגע גראסערי לייט האט מיך אנגעכאפט א שטארק רחמנות אז אין די היינטיגע אמעריקע אין יארע 2018 זענען פארהאן מענטשן וועלכע ארבעטן 70 אדער 80 שעות א וואך און פארדינען נישט קיין איין פעני. און זיי קענען אויפווייזן אש שחורה על גבי אש לבנה פארוואס זיי טשארדזשן פאר א יעדע זאך עקסטער. אויסער פאר די לופט וואס מ'אטעמט אין זייער גראסערי. (ווארטס נאר. ס'קומט אי"ה א הייסער זומער. און די אומשולדיגע גראסערי אייגנטומערס , אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן, וועללן צולייגן צו א יעדן ארדער א טשארדזש פאר עיקאנדישאנינג און רעפרידזשערעישן, וואס ס'קאסט זיי נעבעך צו האלטן די פראדוקטן און די מענטשן פריש און געזונט.). איך פלאן ערנסט אנצוהייבן אן אפיעל אין בתי מדרשים (וואו דען, אין גראסעריס...?!) צוזאמצושטעללן פעקלעך אויף שבת קודש ויו"ט פאר די שטארק אונטערדריקטע בעלי חסד וואס האלטן אפן זייערע סטארס נאר כדי אידישע קינדער זאללן קענען האבן 7 ערליי סיריעלס און 4 ערליי יאגורט פאר די טייערע קינדערלעך. די צאן קדשים. די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא. אויך, אז די עלטערן זאללן זיין געזונט זאללן האבן סעלצער צו טרינקען פאר זייער געזונט. ווייל אויף א יעדן קעיס סעלצער וואס זיי ..."פארקויפן"...דערלייגן זיי נעבעך געלט.
יעצט לאמיר זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע. ס'זענען דא גראסעריס אין וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלכע טוען כל טצדקי צו פארפיהרן דעם קאסטומער . און טוען מיט איהם/איהר ככל העולה על רוחם.
ערשטנס. לייגן זיי נישט קיין פרייז טעגס אויף די פראדוקטן (וואס איז אויך אקעיגן די נ.י סיטי קאנסומער אפפעירס רעגולאציעס.)
זיי טשארדזשן מלכתחילה העכערע פרייזן ווי געוויינליך, וויל די קליענטעל זענען רובא דרובא פוד סטעמפ באנוצערס. און זייער פשט'ל איז. ס'קאסט דאך איהם נישט קיין געלט, ממילא מעג איך אויך עפעס פארדינען דערביי.
אויב מ'נעמט אויף בארג, וואקסט אייביג צו א געזונטע פאר דאללער צום בילל
פארגעסן צו זאגן: ס'דא גראסעריס וואס געבן געוויינליך נישט קיין רעדזשיסטער רעסיעטס. יעצט אז ס'קומען אויף אזעלכע סטארס ווי כולל גראסערי אדער בינגא און זיי פארקויפן זאכן פאר א ביליגערן פרייז און די מענטשן לויפן צו זיי, הייבן אן די גראסערי אייגנטומערס צו וויינען ווי ביבערס.
איך וואוין בשכינות פון בינגא. און איך זעה וויפיהל היימישע משפחות קומען צו זיי. פון בארא פארק. און ספעציעל פון וויליאמסבורג. אט דאס איז א שטיקל ישועה פאר די געפלאגטע, קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע דארפן נישט אוועקגעבן זייער לעצטן דאללער פאר דעם גראסערי-מאן. סאו זאללן די גראסערי אייגנטומערס אויפהערן צו וויינען און באקלאגן זייער מצב.ווייל אין די גוטע יארן האבן זיי געטון מיט'ן קאסטומער וואס נאר זיי האבן געוואלט. אריינגערעכנט. יא. באגנבנ'ען זיי. אויב א גראסערי אייגנטומער האלט אז ער קען נישט מאכן קיין געלט, האט ער א ברירה צו פארקויפן דעם סטאר (נאר איינער דארף צו זיין חסר דיעה עס אפצוקויפן) אדער אינגאנצן פארמאכן. העכסטנס. וועט א משפחה איינקויפן מער זאכן אויפאמאל. און אוועקלייגן. אזוי ווי מ'טוט אין מאנסי. און אנדערע געגנטן...ושלום על ישראל...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 10:50 pm
דורך חקרן
אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:22 pm
דורך א שרייבער
איינער האט ר' שמואל ניימאנ'ס נומבער? איך זוך עס מיט לעכט!!
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 9:27 pm
דורך ברוך שפינוזה
מיט לעכט איז דא שוואכע שאנסן אז דו וועסט עס טרעפן, זוך עס מיט א שטארקע פלעשלייט, אבער א שטארקע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:03 pm
דורך שמעקעדיג
קוק אין אישי
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן האט געשריבן:אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.
חקרן: זיכער. און זיין זון וועלכער האט שוין העברעאיזירט זיין נאמען און געהייסן יגאל ידין איז געגאנגען אין זיין טאטנ'ס דרכים. און איז אויך געווען א היסטארישער חוקר אויף די געשעענישן אין ארץ ישראל. און ער האט געגראבן אויף אלע היסטארישע פלעצער. ספעציעל ביי די פעסטונג פון מצדה וואו די אידשע סאלדאטן האבן געקעמפט אין די צייטן פון בר כוכבא. ער האט דארט געטראפן, צווישן אנדערע היסטארישע ווערטפולע זאכן אויך 2 מקוואות. (פארשטייצעך באגראבן אונטער א פאר פיס פון ערד) ביי ביידע עקן פון די מויער. די דרום זייט און די צפון זייט. ער איז אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם. אז ער האט אריינגערופן 2 רבנים אז זיי זאללן פעסטשעללן אויב דאס איז כשר'ע מקוואות פון מי גשמים. און זיי האבן באשטעטיגט . נאכ'ן מעסטן און באקוקן אנדערע זאכן וואס געהערט צו הכשר מקוה אז דאס זענע כשר'ע מקוואות...!
נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:38 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:קוק אין אישי
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נשלח: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 8:40 pm
דורך א שרייבער
א דאנק פאר @ריכטיג און @שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:07 pm
דורך מר. קלונימוס
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 1:25 pm
דורך berlbalaguleh
א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.
די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2018 12:43 pm
דורך קאוריג
berlbalaguleh האט געשריבן:א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.
די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!
איך קען נישט ממש זאגן אז יעדע וואך איז עס גוט, אבער אסאך מאל איז איז פיינע נייעס
אז דו רעדסט שוין פון וואזנער
זיי ארטיקל פאריגע וואך איבער די סענדוויטש קינד האב איך מוראדיג הנאה געהאט, ער האט ממש צוגעטראפן צו מיין צווייטע טאכטער, איך האלט אז זי פיהלט זיך ווי א סענדוויטש און דאס איז די סיבה פארוואס זי קריגט זיך אזויפיל מיט די אנדערע קינדער
נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
קאוריג: און די אנדערע ארטיקלען פון די שמועסן פון הרב זילבערמאן, ע"ה. און להבחל"ח הרב יואל אשר לאבין'ס מאמרים זענען דאך מתוק מדבש. זיי האבן געהאט אן איינציגן פאררוקטע בריאה און קרומער פארשוין. וועלכער האט מיר א יעדע וואך ארויפגערוקט די בלוט פרעשור, מיט זיינע וואנזיניגע ארטיקלען און היפאקריטישקייט. אבער מ'איז שוין ב"ה פטור געווארן פון איהם. כאילו דער בהמה האט געמיינט אז עמיצער איז אינטרעסירט אין זיינע בויך גרימענישן.
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 2:06 am
דורך רויטע וואנצעס
מאמענט קומט ארויס מיט נייע ביילאגע אויף יו"ט מיט'ן נאמען "ידעתי". זעעט אויס צו פארקויפן אמונה און אידישקייט. א שיינע אויסוואל אויפן דעקל. כ'האף זיי גייען גראד צו די יסודות אן קיין פרומע שטיק.
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 2:12 am
דורך נולד מאוחר
געווענדליך דער וואס ספעצעלירט זוך און "אלע חלקי התורה"
איז נישט דער וואס האט ארויס אמונה בעמקות.